היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בני יואל שיקט ארויס שנאר בריוולעך

בני יואל שיקט ארויס שנאר בריוולעך

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2716469

בןהשני » 11/11/2009 02:57

די בני יואל וואס זענען נעבעך אין ביטערע צרות, נאך דעם וואס זיי קענען נעבעך נישט ארויסגיין אין אלטא פייגא'ס שול. האבן זיי נעבעך ארויסגעגעבן זייער גאנצע שולשול אויפן פאפיר. און זיי האבן ארויסגעשוקט שנאר בריוולעך צו אלע אנ"ש בעטענדיג 100 דולר.


יוספ7 » 11/11/2009 03:58

די רעדסט פין דע ביכל בית צדיקים יעמוד?


אין נאכדעם וואס האט בני יואל מיט דעם שרייב בית יואל שיקט שנאר בריוו



תוקן על ידי יוספ7 ב- 11/11/2009 4:10:52

KJ » 11/11/2009 18:14

קהל בית יואל-אלטא פיגא (נישט בני יואל) האט ארויסגעשיקט בריוון אז אידן זאלן העלפן מיט די צרות וואס זייערע "אידישע" שכנים טיילן זיי אויס, ווי וואונדערליך אז אין ווייניגער ווי א וואך וואס מ'האט עס ארויסגעשיקט, און ס'פליסט שוין אריין הערליכע נתינות פון אלע זייטן, ב"ה.

יוספ7 » 11/11/2009 18:19

אבער איך גלייב אז מדארף אסאך מער ווי סקימט אריין פין די פאסט

גערעכטער1 » 11/11/2009 18:41

חס ושלום א איד זאל אראן שיקן געלט צו העלפן די הולכי לערכאות רבותי איך בין מנדב די געלט וואס סי קאסט א הזמנה צו א בית דין אבער קיינער טאר נישט זיין א נותן יד לפושעים ווער סיז זיי מחזק מיט געלט האט א חלק אין הרמת יד בתורת משה,  פארגעסט נישט איר שיקט נישט פאר תורה איר שיקט נישט פאר מוסדות נישט פאר א כולל נישט פארר א מיידל סקול נישט פאר א קעמפ איר שיקט בלוי צו גיין אין קארט אין מחלל זיין שם שמים. קיינער זאל נישט שיקן א פעני!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יוספ7 » 11/11/2009 19:23

זאג נאר האסטו אפשר געזען אין בית צדיקים יעמוד ווער סאיז דע הרמת יד בתורת משה רח"ל האסטו געזען ווער סהאט אריין געברעגט דע סוכסוך אין קארט רח"ל אויב נישט זיי מוחל אין געט א קיק דא


http://www.chomashadas.com/LinkClick.aspx?fileticket=rFT_Rr1HnXg%3d&tabid=39&mid=375

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

KJ » 11/11/2009 19:26

און דאס איז חוץ די חשוב'ע נדבנים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גאר גרויסע סכומים להציל עשוק מיד עשקו, צו ראטעווען דעם מקום קדוש פון פארשוועכט ווערן, צו האבן א חלק אין די טויזענטער שעות תורה ותפילה טאג טעגליך, און צו ראטעווען קהל בית יואל פון די וואס האבן איר געשלעפט אין געריכט אריין כדרכם, א זעלטענע זכיה וואס אידן קויפן זיך איין, זכותו הגדול פון רביה"ק זי"ע יגן על כל המשתתפים אין אלע ענינים.

גערעכטער1 » 11/11/2009 19:43

יוסעף אוודאי האב איך דארעכגעליינט ענקער שמיץ ביכל אין אלעס ווערט פארענטפערט מיט איין שורה, שיקטס א הזמנה לדין תורה והכל על מקומו יבא בשלום, איך האב געזען וואס די האסט אנגיצייכענט, אין די מיינסט טאקע אז די וועלט איז בלינד אין נארעש?, וואס מישסטו טאמעטעס מיט מעלאנעס די ברענגסט אינטערשריפטן פין יעקב הערש שענפעלד וואס איז געווען א זאלי וואס איז יארן ציריק גיגאנגען אין קארט מיטן היתר פין גרויסן ראבעד רבי ישראל חיים מנשה, סא אפשר גייט עטץ פראטעסטירן צי זלמן לייב אדער צי רבי ישראל חיים מנשה?, די אלע פארפירן זענען אלטע היסטארישע דאקומענטן, מיר רעדן פינעם יעצטיגן קארט קעיס וואס עטץ האטס אריינגעגעבן תשס''ד אין דער פסק איז געווען תשס''ז וואס איר האט אפילט אין פארלוירן תשס''ט ביי די אלע פאפירן זענט איר דער תובע אין מיר זענען דער נתבע, נעם דיר גיט אראן אין קאפ דער תובע איז דער וואס ריפט אין דער נתבע איז דער וועם מע ריפט, סא די קענסט שרייען טאזענט מאל אז מיר האבן גיריפן אין קארט דאך בלאבט איר נאך אלץ די מרימי יד בתורת משה, אין יעדער זעט דאס קלאר,

בכלל איז נעבעך א רחמנית אויף ענק, ווייל איר שרייט כסדר אז איר האט גיווינען ביי די אפיל אין דא קימט דער ארונישער שייגעץ דשאדש אין שרייבט מפורש אז בית פיגא האט פאלוירן, ער שרייבט אז איר האט אפן דע בית המדרש נישט ליגאל אין דארפט דאס תיכף אפשפארן, דאס הייסט פארשטינקענע פיש גיגעסן אין פין שטאט ארויס גיווארפן.

KJ » 11/11/2009 19:51

און פון שטאט ארויסגעווארפן?? אזוי וואלסטו געוואלט! די צייטן פון ענקערע בייזע חלומות זענען פאריבער! מיר זענען דא צו בלייבן! ווי אר היער טו סטעי!

אפילו אויב ענעקערע בייזוויליגע פלענער פון אפשפארן די מקום קדוש ווי רביה"ק האט געדינט דעם אויבערשטן וועט זיך חלילה אויסארבעטן היל"ת, איז בני יואל מיט אלע שטיצער און מעמבערס ווייטער דא פונקט ווי פריער, די באסעס וועלן ווייטער ארומפארן פראנק און פריי מיט שטאלץ און פראכט די גאסן פון עירינו המעטירה קרית יואל, אונזערע אנדערע צענדליגער בתי מדרשים פונקציאנירן ווייטער, אונזערע הייליגע מוסדות מיט אריבער 1500 תלמידים כ"י וועט אי"ה ווייטער וואקסן לתפארת בית ישראל ולתפארת שם רבינו הקדוש זי"ע

טא רעד ווייניגער פון ארויסווארפן פון שטאט, ווייל דאס ווייזט נאר אויף ענקער הילפסלאזיגקייט, נאך 20 יאר רציחה און כל מיני רשעות איז היינט בני יואל נאר געוואקסן און אויסגעוואקסן א מעכטיגע אימפעריע, מיט אלע קהילה סערוויסעס, פון מוסדות התורה, כוללים, בתי מדרשים, מקואות, דיינים ומורי הוראה, בית החיים, סאושעל סערוויסעס און אפילו א בוטשער סטאר, מיט הונדערטער מעמבערס קע"ה.

אמאל האט איר גערעדט פון צוואנציג בני יואל משפחות און "מ'גייט זיי אדער ערלעדיגן אדער וועלן זיי אפפוצן פון שטעטל", ונראה מה יהיו חלומותיו.. היינט צוטאג שלאגן זיי זיך אויף א סעפטיק טאנק..

דאס מיינט אפשר פארשטינקענע פיש געגעסן און ארויסעגעווארפן פון שטאט.



תוקן על ידי KJ ב- 11/11/2009 19:54:43

פארשטייצעך » 11/11/2009 20:17

גערעכטער
ר' אהרן טייטלבוים איז געגאנגען בערכאות ליידער, אסאך מאל ווען ער האט זיך איינגערעדט אז עס וועט אים עפעס ברענגען. און טאקע קעגן זיין אייגענעם טאטן!
היינט צו טאג איז "אין נזקקין לו".
עס ארבעט נישט אזוי אז ווען איך וויל גיי איך אין קאורט,
און ווען עס קומט מיר אויס בעסער שריי איך דין תורה!.
איך רעד שוין פון דעם אז אפילו היינט האלט ער נישט ביי דין תורה...

ליידער איז ביי אים מקוים דער פסוק כי לא ישנו אם לא ירעו ונגזלה שנתם אם לא יכשילו...
ער מיט דוד עקשטיין, האבן נישט קיין רואיגקייט ווילאנג זיי טשעפענען נישט קיין אידן.
היינט רודפ'ט ער בית יואל, מארגן וועט ער רודפ'ן קהל יטב לב, איין טאג די "שונאים" וואס דאווענען יא אין די ווייסע שול דקהל בערנאדא, איין טאג די "באמבעם", א צווייטן טאג די "פרומע".
ער איז דא מיט רשעות טאג אין נאכט, אפילו צו זיין אייגענע מענטשן!

רבותי!
עס איז אמת אז יעצט אויף די מינוט זענען די קרבנות "בית יואל",
אבער "יעדער" מוז אויסשטרעקן די האנט זיי צו העלפן, נישט דוקא נאר פאר זיי, נאר אפילו פאר זיך אליין.
און יעדער מיינט באמת אפילו אהרונים, ווילאנג די רשעים זענען ביזי צו פייניגן די "בני יואל" לאזן זיי ענק במנוחה, 

לאמיר אינאיינעם אונטערברענגען די דיקטאטורן.


יוספ7 » 11/11/2009 20:45

גערעכטער1

נאכאמאל אפשר לאמיר נישט אוועק קריכען פינעם ענין ווי די סדר איז ביי די ארונים ווען מרעדט פין איין זאך אנפערען זיי עפעס ווי למשל חלה דעקל

ווער האט צום ערשטען מאל גערעדט פין קארט ווער האט אריין געברעגט דע הויז אין קארט אנפאנג?
 אין אזוי ווי ענק יא טאקע נאר ענק אין נישט די ערליכע קהל יטב לב אזוי ווי ענקער דוד הרשע האט אליין געזאגט אין קארט אז ער איז עס געווען איז דא א הלכה פין אין נזקקין לו

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין דעס וואס די זאגסט מיר האבן פארלוירן יא גערעכט מיר האבן פארלוירן אין מיר מיזען אריין געבען א סייט פלען אין ענק מיזען אפרווען אינזער זייט פלען איז ביז דעמאלטץ מעגען מיר דארט דאווענען אין לערנען מיט געוויסע באגערניצען וועגען די געזעץ

תוקן על ידי יוספ7 ב- 11/11/2009 20:51:23

יוספ7 » 11/11/2009 20:49

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רבותי!
עס איז אמת אז יעצט אויף די מינוט זענען די קרבנות "בית יואל",
אבער "יעדער" מוז אויסשטרעקן די האנט זיי צו העלפן, נישט דוקא נאר פאר זיי, נאר אפילו פאר זיך אליין.
און יעדער מיינט באמת אפילו אהרונים, ווילאנג די רשעים זענען ביזי צו פייניגן די "בני יואל" לאזן זיי ענק במנוחה, 

לאמיר אינאיינעם אונטערברענגען די דיקטאטורן.


זעט אויס אז די האסט נישט געזען די נייע בריוו ווי זיי סטראשענען די ארגענעלע קהל יטב לב אין קרית יואל אז זיי גייען נעמען לעגאלע שריט אקעגען זיי דע רשעים קענען אויס פייניגען מער איינעם אויף אמאל סיי בית יואל אין סיי קהל יטב לב

גערעכטער1 » 11/11/2009 20:50

נעבעך נעבעך, איז דען רבי אהרן וואס שרייט דין תורה? איר שרייט דאך אין שעלט, ער איז א אלטער שייגעץ אין ער האט נישט קיין מורא צי גיין אין קארט, א קיי, אבער פארוואס שרייט איר, יעצט זענט איר דאך גיגאנגען אין קארט, זאגסטו אז אין ספר שו''ת פארשטייצעך שטייט קלאר אז איר מעגט גיין אין קארט ווייל עפעס א אין נזקקין לו סא האט איר א גיטן תירוץ, סא א קיי איר זענט גיגאנגען אין קארט מיט א גיטן  תירוץ אין איר האט מיס פארלוירן, סא, וואס ווילסטי פין רבי אהרן, ער האט דיך דען גישיקט אין קארט?, ער איז נאך יעצט גרייט צי גיין צי דין תורה, די טענהעסט נאר אז די דארפסט נישט גיין צי דין תורה, סא, האב איך פאר דיר נייעס, דיינע אלע וויינעריי ועט דיר גארנישט העלפן, ווייל דיר דשאדש ליינט נישט דיינע אלע נארעשע פאשקעווילן,  אין אפילו KJ שראבט שוין אויך אז אפילו אויב ענעקערע בייזוויליגע פלענער פון אפשפארן די מקום קדוש ווי רביה"ק האט געדינט דעם אויבערשטן וועט זיך חלילה אויסארבעטן היל"ת  על כל פנים ער קלערט שוין אוך אז מעבי מעבי גייט איר פארלירן,

יוספ7 » 11/11/2009 20:56

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאגסטו אז אין ספר שו''ת פארשטייצעך שטייט קלאר אז איר מעגט גיין אין קארט ווייל עפעס א אין נזקקין לו סא האט איר א גיטן תירוץ


יא איך ווייס נישט אויב ביי ענק אבער ביי אינז איז די תורה הקדושה נישט עפעס א אין נזקקין לו אינז זעמער אינטערגעוואפן אינטער די הלכה אפי' די האסט צילאזט דיין פעדער אין חוזק געמאכט פין א הלכה

גערעכטער1 » 11/11/2009 21:06

שוטה איינער איך האב נישט חוזיק גימאכט פין די הלכה איך האב חוזק גימאכט פין אייערע פערדישקייטן, ווי קימט דא אראן אין נזקקין לו? ווייל יעקב הערש שענפעלד מיט יאנקל כהנא האט גיריפן די רעבעצין 15 יאר ציריק אין קארט מיט א היתר פין רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן וועגן דעם מעג זלמן לייב וואלדמאן ריפן קהל אין קארט? 10 יאר שפעטער?, אין דער מטורף שראבט נאך אין נזקקין, אין נזקקין איז דיין תירוץ אבער פארלוירן האסטו אפילו די האסט א גיטע תירוץ. פארשטאנטא?

סקאטמאלען » 11/11/2009 21:13

אין נזקקין קומט נישט דא אין באטראכט

יענער קעיס איז 15 יאר אלט, שוין לאנג עקפייערד, און איבער אינגאנצן אן אנדערן דיון. יענס רעט זיך איבער עצם בעלות אויפן הויז, דעס רעדט זיך פון איזמענטס, לעקטער, סוער פארקינג, גארנישט איבער בעלות.

אויסערדעם וואס אין נזקקין גייט ארויף א נתבע אז מ'איז נישט מזוקק צו קומען צו די"ת, נאכדעם וואס דער תובע איז געגאנגען בערכאות, דא זענט עטס די תובע, ענקער נאמען שטייט אלס תובע.

גערעכטער1 » 11/11/2009 21:18

סקאט די מאכסט חוזק פין דין תורה? באלד כאסטו אזא פסק!!!!

יוספ7 » 11/11/2009 22:30

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שוטה איינער איך האב נישט חוזיק גימאכט פין די הלכה איך האב חוזק גימאכט פין אייערע פערדישקייטן, ווי קימט דא אראן אין נזקקין לו? ווייל יעקב הערש שענפעלד מיט יאנקל כהנא האט גיריפן די רעבעצין 15 יאר ציריק אין קארט


טי מיר א טובה אין זע וואס דא שטייט ווער איז געווען דער וואס איז געגנגען אין קארט דעמאלטס אין ווער איז דער וואס גייט יעצט " דוד עקשטיין שר"י"


[בילד – נישט אפגעהיט] יא ענק האבן צירוק אוועק צי נעמען די רעכטען וואס די קארט האט אינז געגעבען דעמאלטץ האבן מיר זיך געוואנדען צים קארט אז ער זאל זאגען פיקטלעך וואס ער האט געמיינט

פארשטייצעך » 11/11/2009 23:46

איך האב נישט געמיינט צו פסק'ענען הלכות בעניני ערכאות, אויף דעם האט קהל בני יואל דיינים און מורי הוראות וואס הייסן פונקטליך וואס צו טאן.
וואס איך האב יא געזאגט, אז דער הולך בערכאות ר' אהרן טייטלבוים ,וואס האט די אייגענע קינדער געצווינגען צו רופן דעם אלטן זיידן אין קאורט. און געגאנגען צענדליגער מאל בערכאות אן קיין שום פראבלעם.
קומט מיט זיין היפאקריטישקייט שרייען פאר בני יואל "דין תורה"?
ווען ער האט אנגעהאלטן יארן לאנג די קאורטס אין וויליאמסבורג,
ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז ער גייט דעם אינגערן ברודער אלעס צונעמען, 
האט מען געוויינט צו אים ער זאל ארויסגיין פון ערכאות, אבער ער האט געלערנט "מתוך"...
נאכ'ן פארלירן די וויליאמסבורגער קאורט, שעמט ער זיך נישט צו מאכן דעם אנשטעל כאילו לא ידע און שרייען ערכאות פאר יענעם, ווען עס לוינט זיך אים אויף די מינוט אזוי?
פארשטייט זיך אז מארגן קען ער אנהייבן א פרישע קאורט אויף א פרישע זאך, און דא וועט ער ווייטער נישט ענטפערן, בקיצור אויף ליצים איז נישטא קיין קשיות.

פרישקייט » 11/11/2009 23:50

ד


תוקן על ידי פרישקייט ב- 11/11/2009 23:49:46

nys10952 » 11/11/2009 23:55

פרישקייט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ד


תוקן על ידי פרישקייט ב- 11/11/2009 23:49:46



וואס האסטו באשלאסן אראפ צי נעמען דעס וועגען חומת הדת לאז עס לייג עס צירוק מקען ניצן אביסך הומאר

לאעליכם » 11/11/2009 23:55

שוטה! מיט אזא נאר ווי דו שעם איך מיך צו שטיין אין ווארט!

- מען איז געגאנגען אין קאורט אין וויליאמסבורג נאר נאכדעם וואס איר האט נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה!, מיטן אויסרייד און לעכערליכע טענה אז ס'באלאנגט פאר די אייגענע דיינים וואס קענען די תהלוכי הקהלה, א נארישע אויסרייד וואס אפילו פאר באבוב און וויזניץ איז נישט איינגעפאלן (וועלכע זענען טאקע ביידע געגאנגען צו אן אומפארטייאישן בי"ד המרוצה לשני הצדדים).

- אין בארא פארק זענען די ארונים געווען די וועלכע האבן קלאר אויסדריקליך פארלאנגט אז מען זאל שליכטן דעם קעיס ביי א בי"ד כשר בישראל, און די זאליס האבן קלאר פארלאנגט כמ"פ אז נאר די קאורט זאל פסק'ענען. (מ'קען עס זעהן שווארץ אויף ווייס אין די קאורט פעיפער'ס).

- און אזוי איז אויך איבעראל, ועוד חזון למועד.

ychtzel » 12/11/2009 00:07

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארשטייט זיך אז מארגן קען ער אנהייבן א פרישע קאורט אויף א פרישע זאך, און דא וועט ער ווייטער נישט ענטפערן, בקיצור אויף ליצים איז נישטא קיין קשיות.


נישט מארגן ער האט אין די טעג געשיקט א בריוו צי די ראשי הקהילה אז זיי טאר'ן זיך נישט ריפן קהל יטב לב אין אויב יא שטעלט אייך פאר ער סטראשעט מיט קארט די הערסט ווערטער פארוואס ריפט ער אינז נישט צי דין תורה אז ער האט טענות אויף אינז פארוואס קארט???????????


נאכאמאל דוד בן פעסיל פארוואס גייסטו אין קארט נישט צי דין תורה ריף אינז צי דין תורה מיר זענען גרייט זיך צי שטעלן צי דין תורה שוין יעצט אויב די האסט טענות אקעגען אינזער קהילה!!!!!!!!!!!!!!!!

פארשטייצעך » 12/11/2009 02:08

לא עליכם
אויף די טענה פון די נכסי הקהלה, אדער צוויי קהלות וואס קריגן זיך איז שייך צו גיין צו א פרעמדן בית דין.
אויף די שאלה צו איינער קען זיין ראש הקהל אין א קהלה, קעגן דעם רצון פון רבין אדער רב, דאס האט מען נאר מסכים געווען צו גיין דוקא צו די דייני הקהלה. אזוי ווי הגאון האדיר ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל האט אויך גע'פסק'נט.
און אויף די זאך איז ר' אהרן געגאנגען אין קאורט.
דערצו האט ער אנגעקלאגט נאך צענדליגער אינסטיטוציעס און יחידים כאטש ער האט זיי קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה.

rebyankel » 12/11/2009 02:21

איך שטיי אין לאך ווי נער'יש די קווינס בחורים זענען
מ'טענה'ט זיך צווישען זיך מיט אלטע אפגעפרעגטע טענות
ס'קאסט א שמייכל

כ'גיי נישט זיך טענה'ן מיט ענק,
אבער זשאוסט פאר די רעקארד, אין נזקקין קומט אינגאנצען נישט אריין נישט דא ווי די זאלי'ס/בני יואל זענען די תובע אין נישט אין וומ''ס ווי מ'איז געגאנגען אין קארט מיט א היתר בי''ד נאכען שיקען 3 הזמנות, אין אויב האלט איר אנדערש האט קהל מציע געווען אז טאקע דאס זאל זיין די ערשטע דיון ביים די''ת, אויב מ'קען זאגען אין נזקקין אין אויב בי''ד זאגט אז איר זענט גערעכט מיט אין נזקקין דאן וואקען מיר ארויס פין בי''ד שטיבעל מיט ליידיגע הענט

די רשעות'דיגע/טמנ'א/עקעלדיגע/וכ' (כ'קען נישט אזוי גיט ענקערע לשונות מיין מנהל אין ישיבה האט מיר עס נישט אויסגעלערנט) בריוו וואס קהל אין ק''י האט געשיקט שטאט קלאר אינטען ''אז מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת'', מן הסתם האסטו געלערנט אין בני יואל חדר אין וועגן דעם קענסטו נישט קיין ענגליש, נאר די ווערסט ווילד ווען די זעהסט קהל'ס לעטערהעד

זייטס נישט משוגע, אלע פארמיטלער וואס זענען געווען פארמישט צו ברענגן די זאך צו די''ת ווי ר' ישראל האגער אדער ר' ישראל דוד הארפענען וכו' שרייען קלאר
''די זאלי'ס האלטן  נישט ביים גיין צו די''ת''
כ'פארשטיי פארוואס אויך, ווייל ענק האבען פין וואס מורא צו האבען!!!
אבער טייערע זאלי'ס, וואס פאר א פנים האט צו דאווענען אין א ביהמ''ד ספעציעל אין די הייליגע טעג וואס ענק ווייסען אויך אז ס'איז פשוט בגזילה

YESWECAN3 » 12/11/2009 02:40

שלום אליכם..ר' יאנקעל..ביסט רעדי?..פליז לאז מיך וויסען ווען די ביסט...איי עם פייערד UP ענד רעדי טוי גאו...

זעליג_כהן » 12/11/2009 05:16

יעס דיין בילד פעלט אויס...

ychtzel » 12/11/2009 16:37

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די רשעות'דיגע/טמנ'א/עקעלדיגע/וכ' (כ'קען נישט אזוי גיט ענקערע לשונות מיין מנהל אין ישיבה האט מיר עס נישט אויסגעלערנט) בריוו וואס קהל אין ק''י האט געשיקט שטאט קלאר אינטען ''אז מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת'',

 
טי מיר א טובה אין פארדריי נישט די שמועס די אזוי געריפענע קהל יטב לב שרייבט א בריוו וי זיי האבן טענות פארוואס מיר ריפן זיך מיט אינזער נאמען קהל יטב לב אין סטראשענען מיט לעגאלע שריט אויב קהל יטב לב ריפט זיי נישט צי דין תורה זאג נאר זייט ווען אז יאנקעל האט טענות אקעגען זרח דארף זרח ריפן יאנקעל צי דין תורה אויב נישט מעג יאנקעל גיין אין קארט ענק האבן טענות אקעגען אינז נא ריף אינז צי דין תורה נישט אינז דארף'ן ריפן ענק צי דין תורה

איך מיין סאיז פשוט חוץ אויב איינס + איינס איז א חלה דעקעל

אין נאכאמאל דוד בן פעסיל וכל קהלה הדין ענק האבן טענות אקעגען אינזער קהילה זייט מוחל אין ריפט אינז צי דין תורה נישט ח"ו גיין אין קארט

אויששש » 12/11/2009 17:33

יחצאל'ע - די רויטע שרעקעדיגע אותיות מאכט ענק נאכנישט גערעכט
יעדער בר שכל זעהט אז די ווארט איז דא ווער ס'זאל רופן וועמען צום בי"ד
קהל וויל ענק נישט רופן אלס די כלל פון הולכין אחר הנתבע און (פיהר אויס אליין) ענק ווילן נאר ביי די "אומפארטייאישע אייגענע באצאלטע" דיינים וועלכע קענען זיך אויס אין די תהלוכי הקהילה (נוסח וויליאמסבורג)
און ענק ווילן נישט רופן קהל צום בי"ד אויס מורא אז ס'וועט טאקע אנקומען צו א געהעריגן בי"ד אדער בוררות ח"ו (נוסח ב"פ)
דאן מאך אביסל קלענער דיינע רויטע אותיות ווייל יעדער האט ארויס דא די ענין

YESWECAN3 » 12/11/2009 18:14

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


כ'גיי נישט זיך טענה'ן מיט ענק,
אבער זשאוסט פאר די רעקארד, אין נזקקין קומט אינגאנצען נישט אריין נישט דא ווי די זאלי'ס/בני יואל זענען די תובע אין נישט אין וומ''ס ווי מ'איז געגאנגען אין קארט מיט א היתר בי''ד נאכען שיקען 3 הזמנות, אין אויב האלט איר אנדערש האט קהל מציע געווען אז טאקע דאס זאל זיין די ערשטע דיון ביים די''ת, אויב מ'קען זאגען אין נזקקין אין אויב בי''ד זאגט אז איר זענט גערעכט מיט אין נזקקין דאן וואקען מיר ארויס פין בי''ד שטיבעל מיט ליידיגע הענט

די רשעות'דיגע/טמנ'א/עקעלדיגע/וכ' (כ'קען נישט אזוי גיט ענקערע לשונות מיין מנהל אין ישיבה האט מיר עס נישט אויסגעלערנט)
 דיין מנהל האט דיר נישט אויס געלערענט? אבער דיין געוועזענע גרויסע ראש ישיבה האט דיך יא אויס געלערנט אפרא לפומי'...דער פראפעשענעל בעל מוחה פין מאנסי... שלשה רעי בקר..ועוד...ממילא מיין איך אז עס וואלט געווען א שיינע זאך אז די זאלסט דיך אביסעלע מער באניצען מיט זייערע ווערטער...אזוי איך באניץ מיך אסאך מאל מיט די לשנות וואס מיין רבי פלעגט זיך באניצען, ווי למשל די הינט קענען בילען אין די באן וועט ווייטער פארן...

בריוו וואס קהל אין ק''י האט געשיקט שטאט קלאר אינטען ''אז מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת'', מן הסתם האסטו געלערנט אין בני יואל חדר אין וועגן דעם קענסטו נישט קיין ענגליש, נאר די ווערסט ווילד ווען די זעהסט קהל'ס לעטערהעד
 
נא אז ענק זענען גרייט פארוואס ריפען ענק נישט צי דין תורה...ר' יענקל איך הייב אן צי טראכטען אז די ביסט אהרן וועלץ אליין..וד''ל..

זייטס נישט משוגע, אלע פארמיטלער וואס זענען געווען פארמישט צו ברענגן די זאך צו די''ת ווי ר' ישראל האגער אדער ר' ישראל דוד הארפענען וכו' שרייען קלאר


די נארוארדיגער בית דין האט שוין פינקטליך געזאגט ווי שטארק ענק ווילען גיין צי דין תורה...ווי אויך הרב גאביוף ביי די בארא פארק דין תורה, סאו ר' יענקעל קאט די קרעפ....


''די זאלי'ס האלטן  נישט ביים גיין צו די''ת''
כ'פארשטיי פארוואס אויך, ווייל ענק האבען פין וואס מורא צו האבען!!!

וואס פארשטייסטי נישט? מיר האבען זייער שטארק מורא פין די צוויבעל צוואה...

אבער טייערע זאלי'ס, וואס פאר א פנים האט צו דאווענען אין א ביהמ''ד ספעציעל אין די הייליגע טעג וואס ענק ווייסען אויך אז ס'איז פשוט בגזילה
 
אין וואס פאר א פנים האט צו דאווענען אין א ביהמ''ד ספעציעל אין די הייליגע טעג אין עפעס א JIM פארשטייסטי יא?...



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 12/11/2009 18:15:00

KJ » 12/11/2009 18:57

בשם ה' נעשה ונצליח, די לויערס געבן זייער גוטע שאנסן אז די בייזע עלעמענטן זאלן נישט קענען טשעפען קיין ערליכע אידן, ב"ה די נתינות שטראמען אריין למעלה מן המשוער, און מיט די הילף פון חשוב'ע נדבנים וועט מען קענען אנהאלטן דעם מקום קדוש עס זאל נישט קענען פארוואנדלט ווערן אין א בערנאדא פאבליק סקול.

YESWECAN3 » 12/11/2009 21:57

אויששש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יחצאל'ע - די רויטע שרעקעדיגע אותיות מאכט ענק נאכנישט גערעכט
יעדער בר שכל זעהט אז די ווארט איז דא ווער ס'זאל רופן וועמען צום בי"ד
קהל וויל ענק נישט רופן אלס די כלל פון הולכין אחר הנתבע און (פיהר אויס אליין) ענק ווילן נאר ביי די "אומפארטייאישע אייגענע באצאלטע" דיינים וועלכע קענען זיך אויס אין די תהלוכי הקהילה (נוסח וויליאמסבורג)
און ענק ווילן נישט רופן קהל צום בי"ד אויס מורא אז ס'וועט טאקע אנקומען צו א געהעריגן בי"ד אדער בוררות ח"ו (נוסח ב"פ)


איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט דא ארויס ברענגען ..אז ענק ווילען נישט זיין די תובע?...נא זאל זיין אזוי.. רופט נישט צי דין תורה.. מיר האבען נישט קיין פראבלעם מיט דעם..אבער איין זאך וויל איך דיר יא זאגען.. אז ענק ווילען אינז סטאפען פין זיך באניצען מיט די נאמען קהל יטב לב דקרית יואל, האבען ענק איין ברירה ריפט אינז צי דין תורה ווייל מיר גייען זיך נישט דערשרעקען פין קיין בריוועלעך...

פארשטייצעך » 12/11/2009 22:33

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב האלט איר אנדערש האט קהל מציע געווען אז טאקע דאס זאל זיין די ערשטע דיון ביים די''ת,
אויב מ'קען זאגען אין נזקקין אין אויב בי''ד זאגט אז איר זענט גערעכט מיט אין נזקקין דאן וואקען מיר ארויס פין בי''ד שטיבעל מיט ליידיגע הענט

די בריוו וואס קהל [בערנאדא] אין ק''י האט געשיקט שטאט קלאר אינטען ''אז מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת'



ר' יאנקל טייערער, קהל יטב לב אין קרית יואל שלאגט טאקע פאר די זעלבע זאך
אז קהל בערנאדא זאל שיקן א הזמנה, און ביי די ערשטע זיצונג וועט מען דן זיין, אויב עס העלפט צו שרייבן אינטען "אז מיר זענען גרייט זיך צו שטעלן צו די"ת", און מען מעג שוין גיין אין קאורט גראד נאכדעם.





תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 12/11/2009 22:33:35