ערשטע חתונה אין ווייניגער ווי א חודש.
מ'האט גלייך געמאכט די פלא"ר צוגעלייגט א הערליכע ענטרינ"ס באצירט מיט מאלדינגס, בקיצור "א הערליכע בעל בתישע זאל"
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
היתכן ענק דע וואס רופן זיך חסידם פונעם בעל ברך משה לאזן צו מען זאל אוועק נעמען א נאמען וואס דער ברך משה האט געגבן אויפן זאל??????????????
רבינו בעל ברך משה האט געגעבן דעם נאצען אויף דעם בנין, נישט אויפ'ן זאל, ס'נאך דעמאלס נישט געווען קיין חלום פון א זאל, ווען מ'האט געמאכט די זאל האט מען עס נישט געקעמנט רופן "בית רחל" אויפ'ן נאמען פון די סקול, ווייל סאטמאר האט שוין איין זאל אין וויליאמסבורג מיט דעם נאמען, האט מען עס א נאמען געגעבן אויפ'ן שם הבנין "ברכה סימא".
דער בנין בלייבט ווייטער אויף דעם נאמען, נאר די צוויי נייע הערליכע לוקסוריעזע האללס באקומען נייע נעמען אויף די עלטערן פון דעם חשוב'ן נדבן שליט"א.
די אדיטוריאם איז אהערגעשטעלט געווארען פאר א זאל מיט אסאך יארען ציריק דורך הרה''ח אהרן יוסף לאנדא פין מאנסי, אין ס'האט דארט געהאנגען א טאוועל ''אולם אהל חנה לאה'' לע''נ זיין ווייב ע''ה
אין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל האט זיך מיט אים אויסגענועמן אז דער נאמען ווי מ'וועט רופן די זאל וועט בלייבן ''ברכה סימא''
סוי דריי נישט קיין קאפ, אז די ווילסט קענסט פרעגן ר' אהרן יוסף אליין
די זעלבע טענה האט אויף יאזשעף וועלכע האט די זכות אויף די אנדערע לאנטש רום
איך ערווארט נישט אז ענק זאלען זיך רעכענן מיט די בקשה פין רביה''ק בעל ברך משה, ווייל איר מיט אייער א''ג רבין' האבען אים דארט ווי די סאטמארע האבען דעם מסור וואלדמאן.
בקיצור נמרץ, קודם איז די פראבלעם די נאמען ברכה סימא, אויב נישט איז דא א פראבלעם חנה לאה, אין ערגסטן פאל איז עס מסור וואלדמאן, אין פארטיג, די נייע פרדס זאל איז געשטארבן, פארברענט, נישטא מער, נאר ר' אהרן מאכט זאלן, אין עס איז פשוט איסור השגת גבול, קיינער טאר קיין זאל נישט בויען, כ"ש אז דער בויער איז דער אלעמען באליבטער המן עקשטיין.