איך בין נישט קיין הייד פארק שרייבער, איך זיך נישט צו שרייבן אין דעם סוג וואס הייד פארק שרייבן, מיין טאלאנט איז אין שרייבן תולדות צדיקים, און ספרי הלכה,
אבער דארט ווי מען טאר נישט ליינען קיין דברי תורה עפ"י הלכה, דארט ליין איך היימישע סאטמארע שרייבערס פון די היימישטע פארומס,
די הארץ ווערט מיר צוריסן ליינענדיג ווי דערוואגט זיך א בר נש, צו הייבן זיין פעדער און זיך אויסדרוקען מיאוס קעגען הגאון הגדול ר' זלמן לייב פילאף שליט"א
נאכאמאל, איך בין נישט געגגאנען אין חדר נישט מיט רב יונה, און נישט מיט ר יענקל, דהיינו זיי וועלען מיך פרעגן ווי ביזטו געווען ווען מהאט געלאכט אונטער זיין רוקען ווען ער האט געוויינט ביי זיין דרשה אין בארא פארק
איך האלט נישט ביים דיסוקסן, איך וועל נאר אראפ לייגן דעם ריזיגען וואנט צווישען מיין שכל מיט זייער שכל
ביי אונז אידן איז דא א תורה, דער הרב וואזנער שליט"א האט געזאגט אז אין גאנץ נוא יארק האט ער נישט געפינען אזא בקי בהלכה ווי ר' זל"פ
א הלכה, וואס איז אומבאקאנט, רוב מורי הראה וויסן נישט אויפן פלאץ ווי דאס שטייט, וועט דיר ר' זלמן לייב, זאגט פונקטליך ווי דאס שטייט
נאך א זאך, ווען ער איז נישט קלאר אין הלכה, וועט ער קלאר זאגן: איך בין נישט באקאנט אין די הלכה
הודה ולא בוש, פראבירט נאר מיט פיל אנדערע וועט איר זעהן דעם חילוק,
איך שפיר נישט פאר וויכטיג מער מאריך צו זיין אין דעם ענין
איך וויל נאר צושטעלען צו דעם א גמרא ע"ז כז: חויא דרבנן לית חי' אסותא כלל, די ביס פון רבנים האט נישט קיין היילונג
די גמרא דערציילט פון איינעם וואס האט מבזה געווען א תלמיד חכם, זיין סוף איז געווען ביטער און פינסטער
ביטע ביטע, טשעפעט זיך אפ פון תלמידי חכמים, ענקערע שרייבערישע פורים תורות וועט אייך גארנישט העלפן
אויף איז האב איך איך און נאך אונדערטער אידן הנאה פון דעם דאזיגען נייעם פארם, וואס מעקט ווען מען איז מבזה תלמידי חכמים, אשרי חלקו פון הרב ר' מהדרין