היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הוי זהיר בגחלתן

הוי זהיר בגחלתן

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2716167

זאלי200 » 10/11/2009 13:25

די אשכול איז געווידמעט ארויסצוברענגען די הארבקייט פון רעדן דברי זלזול אויף סתם אידן און כ''ש אויף רבנים תלמידי חכמים,

תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2009 18:24:02

לאעליכם » 10/11/2009 14:25

מען דארף וויסן אז אפגעזעהן צו מען האט טענות אדער נגיעות וכדו', כבוד התורה בלייבט כבוד התורה, מען זאגט נישט כלשונך, נאר הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף העכסטענס קענסטו מחליט זיין אז ער איז נישט גענוג אינפארמירט (וואס דאס איז ווארשיינליך אמת, וכדו'), אלעס דארף ווערן געשריבן בהשכל ובדעת און נישט סתם אבי אין די וועלט אריין, "דאמירן בעלמא"...

טראטל » 10/11/2009 14:59

U don't seem to follow what u write

רשכבהגולם » 10/11/2009 15:46

א יעדער איז מסכים,
קיינער איז נישט מחולק אויף די אויפריכטיגע ווערטער וואס די זאגסט,
אז מען דארף ארויס ברענגען די הארבקייט פון רעדן דברי זלזול אויף סתם אידן און כ''ש אויף רבנים תלמידי חכמים, און די מצוה צו רעדן אויף בעלי מחלוקה,
ווי פארשטייען מיר זיך נישט?

עס איז געווען א פארפאלק ביי א שלום בית פארהאנדלער,
נאכן אויס הערען א יעדנס טענות, זאגט דער פארמיטלער,
הערט אויס,
מיר האבן א תורה, די תורה זאגט אז מילי דשמיא באלאנגט פארן מאן, און מילי דעלמא באלאנגט פארן פרוי,
זענט עטץ מסכים פון היינט און ווייטער צו גיין אויף דעם וועג?
ביידע כאיש אחד בלב אחד האבן געזאגט, זייער א גיטע איינפאל, פון היינט און ווייטער גייט שוין זיין גוט,
עס נעמט נישט אפאר טאג, און זיי קומען ציריק אסאך ערגער ווי בעפאר,
דער פארמיטלער האט נאר געוואלט וויסן, ווער האט געבראכן דעם אפמאך,
נאכן רעדן א שטיק צייט, האט ער שוין געזען וואס דא טוט זיך,
פשוט מען קריגט זיך דא וואס עס מיינט מילי דעלמא און וואס עס מיינט מילי דשמיא,
קיינער האט נישט געבראכען די אפמאך, 


זאלי200 » 10/11/2009 16:10

לא עליכם, איך האב אלץ אזוי געהאלטן ווי דיר, אלץ מיין טבע פון דן זיין לכף זכות, אבל מה אעשה אז איך האב געהערט פון עלטערע אז דער איד האט אין זיך א שנאה כבושה צו סאטמאר מעודו,
ב.ד.וו. וואס מיינט די SESSION DATA וואס קומט ארויף נאך יעדע מאל שרייבן עפעס?


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2009 18:25:42

צביהירש » 10/11/2009 17:41

תשובה להניק זאלי 200
זיי מוחל היט דיר דיין צינג און דיינע שרייב געצייג. די קענסט נאך ביטער חרטה האבן פאר דיינע ווערטער.

אויב די ווילסט באמת וויסן ווער ס'האט א שנאה כבושה אקעגן סאטמטאר מעודו:
זיי מוחל און פרעג די תלמידים פון ישיבה עצי חיים בבארא פארק בשנות תשל"ג ביז תשל"ט ווער האט טאג און נאכט גערעדט מיט א זילזול אקעגן רבינו הק' זי"ע.

אויך די קינדער פון הרה"ח ר' ליפא שווארץ ע"ה מירושלים ווייסן די (נישט שיינע) מעשה וואס האט זיך אפגעטוהן ביי ר' ליפא אין שטוב בסוף חודש סיון תשכ"ו. ביי די תקופה ווען דער בעל ברך משה ז"ל האט חתונה געמאכט דעם קרית יואל'ער רבי'ן מיט בת האדמו"ר וויזניץ. 
ר' ליפא שווארץ ע"ה האט דאמאלט איינגעלאדענט דעם בעל ברך משה (דאמאלסדיגן סיגעטער רב) ז"ל צו קומען קיין ירושלים אויף א פרייוועט באזוך ווייל זיי זענען געוועהן פערזענליכע ידידים נאך פון פאר די קריג און פלעגט האבן די אכסני' ביי עהם אלע באזוכן אין ירושלים. זיין כונה איז געוועהן עהם צו מכבד זיין צו קומען אויף א שבת קיין ירושלים און פירן דעם שבת אין סאטמאר. ולמעשה איז ער טאקע געקומען און געהאט זייער א שיינעם שבת. נאר זיין זוהן החתן האט דאס נישט געשמעקט ווייל ער האט געוואלט אז מ'זאל תיכף ומיד אפ-האקן אלע קשרים מיט סאטמאר. 

רוב קינדער פון ר' ליפא שווארץ ווילן נישט מגלה זיין די ווערטער וואס זענען דארט געזאגט געווארן אויפן חשבון פון רביה"ק דורך דעם חתן (בשעת כעסו) ווייל ס'איז נישט לפי כבודו. איך וועל דאס אויך נישט שרייבן ווייל ס'איז נישט פאסיג. אבער די ירושלימ'ער אינגעלייט און בחורים האבן דאס מיטגעהאלטן און געהערט באותו זמן פון ר' ליפא'ס קינדער.

למעשה איז שוין אדורך איבער 40 יאהר זינט דאמאלט און אויך זינט תשל"ט איז שוין אדורך איבער 30 יאהר, דער רבש"ע האט געפירט זיין וועלט אז די וואס האבן געוואלט אפ-האקן מיט סאטמאר זענען געווארן די מנהיגים אין סאטמאר. נאר די אינגע מוחות טרויען זיך צו שרייבן ביליגע ווערטער על חשבון פון ערליכע אידן גדולי ההוראה. נאכדעם ווען ס'קומט חלילה א פאטש פון הימל און מ'דארף רחמי שמים, דערמאנט מען זיך אז אפשר האט מען מבזה געוועהן א תלציד חכם.  

זאלי200 » 10/11/2009 21:29

אויסגעמעקט פארן מבזה זיין אחד הרבנים
ביטע זיך האלטן צו די תקנות.


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2009 21:49:41

בארא » 10/11/2009 23:04

פון וועמען רעדסטו דא? דו האטס א פראבלעם מיט נאכשלעפערס פון איינעם וואס האט דערוואגט צו עפענען זיין מויל קעגן א זקן הדור און זאגן עפרה לפימיה? וואס עקספעקסטו פין זיינע נאכפאלגערס? כבוד ת"ח?