ר' אברהם ישעי' ווייס, וועלכע רעדט אויף די מייק האט זיך (בטעות) ארויסגעכאפט עפעס א ווארט - רעדענדיג פין עפעס א הלכה האט ער צווישען אנדערע געזאגט: ''ר' געציל זאגט אז.... ''
מער האט נישט אויסגעפעלט, אין די לאנטש רום איז געווען אויף רעדער
שמיציגע לאזונגען פין די תינוקת של בית רבן, האבען זיך אנגעהויבן מיט קולו קולות, (כ'וויל עס נישט נאכשרייבן, ווייל נאך אלעם זענען זיי נאך קטנים וואס האבען נאכנישט קיין דעת) קעגן קרית יואל'ע דיין שליט''א מיט א עקעלדיגע מאס חוצפה
די הארץ האט וויי געטוהן ווען אזעלכע יונגע מוחות זענען שוין אזוי מלמדי מלחמה, ווי יעדער יונגעל האט פראבירט נאכצומאכען זיין טאטען'ס קללות וואס ער הערט שבת ביי די סעודה
אזש מ'האט די קינדער נישט געקענט שטיל מאכען, אזש ר' משה מנהל איז אראפגעקומען טיילען פעטש (ווער געדענקט נאך ווען ער ווערט ווילד?) אין מ'האט שווער באראויגט די ''אנגעצויגענע געמיטער'' אין פארשטילט די שמיציגע פיסקעס קעגן דעם ת''ח.
דער מלמד ווייזט מיר אן אז דאס נאר א דוגמא, וואס מ'הערט דארט קינדער פארציילען נאך וואס זיי הערן זיך אלס אין זעהן אויף די ווענט אין ראדני (א שטייגער ווי די זכור את אשר עשה לך עמלך צעטליך וכו' וואס הענגן אויף די ווענט אין ראדני, ווי אלע תשב''ר האבען זיך געשטיפט עס צו ליינען, כדי צו באקומען א גלעט פין זיין טאטע, ר'''ל)
יענער מלמד מערקט מיר אן אינטערסאנטע פוינט, אז נאך אלעם האבען נישט די זאלונים קיין שום ערנסטע טענות קעגן ק''י דיין, ווייל די ארונים האבען פין קיינמאל ועד היום בכלל נישט געניצט זייערע דיינים פאר קיין שמיץ אדער נעגעטיוו
עס איז נשיט בנמצא קיין איין פאשקעוויל פין סיי וועלכע דיין פין די ארונים, קיין שום חתימה ''קעגן'' די זאלי'ס, ממילא זעהט מען נישט פאר וואס זיי זאלען האבען א חוצפה'דיגע האס קעגן ק''י דיין
נאר וואס דען.......... דאס קרענקט זיי
אזא גדול בתורה ויראה, וועלכע איז אזוי ארויפגעגקוקט אין די גאנצע וועלט, אין ''האלט אנדערש ווי די.......ר''ל''
איז ער נישט קיין???
וויי פאר אזא חינוך.....
ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו
(פין אימעיל)
וועט מיך איינער פרעגן, וואס עפענסטו א אשכול אויף דעם?
האבען די קינדער געשריגען קעגן ק''י דיין! דאס איז דאך ס''ה פארט קינדער, קטנים.
אבער ווען מ'זעהט/הערט מיט וואס פאר א שנאה אין האס די קינדער האבען געשריגען, ווי שמיציגע אין נידריג זיי האבען ''נאך''געשריגען, מיט א ''איינגעבאקענע שנאה'' טוט די הארץ וויי, וואס פאר א דור פין נעימות המידות דא וואקסט אויף.
ד' ישמרנו.
תוקן על ידי rebyankel ב- 10/11/2009 3:14:32