היינט איז מפורסם געווארן פרישע נייעס אז עס פארהאן א מערכה וואס עס
פירט הגאון הצדיק המפורסם, חו"פ, רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"ץ
דסאטמאר, אנטקעגן דעם געוועזענען מנהל פון די ת"ת רבינו יואל לספרדים.
עס איז מפורסם געווארן א בריוו פונעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ אין בני
ברק, אונטערגעשריבן טייל דורכ'ן מזכיר ר' דוד הערשקאוויטש, און טייל דורך
די דריי חבר הבי"ד הרב יודל סילמאן, הרב שריאל ראזענבערג, הרב יאנקל
פארבשטיין ,איבער דעם ענין, וואס די ענדע דערפון איז אז זיי האבן געגעבן
אן היתר להליכה בערכאות פאר דעם געוועזענער מנהל פון די ספרדישע ת"ת
"רבינו יואל" ר' רחמים בר משה קעגן די וועד ההנהלה פון די ת"ת אין
אמעריקע.
די פרשה וועלכע איז גאר א ווייטאגליכע טעמע פאר זיך, ווי מיר וועלן באלד
אנרירן מער בהרחבה, איז אבער פון צווייטן זייט נישט אנדערש ווי אלע
אנדערע נידעריגע עלילות וואס די "אהרונים" מיט זייערע "בלאט" קאלבטארן
זענען מעליל און די לעצטע יארן קעגן רבנים גדולי התורה און ערליכע אידן
וועלכע ווילן נישט מקבל מרות זיין פון זייער אויבערהאר ר' אהרן, וואס
לעבט נאך און א חלום אז גאנץ סאטמאר איז זיינס, האבן עס באקומען פון זיין
באבענס ירושה, און ווער עס אנערקענט נישט און דעם "אני ואפסי" ווערט
מוחרם ומנודה, און ווערט אנגעגריפן פון נידעריגע אטאקעס מיט דברי עלבון
וגנאי אן קיין שיעור. און די קומענדיגע פאראגראפן וועלן מיר ארויסברענגען
די לעכערליכקייט פון דעם שקר, אז דער דיין שליט"א ושלומיו אמוניו אתו
וואס פירן די ת"ת זענען נישט קיין ציית דינא און זיי האלטן נישט ביים
גיין צו א דין תורה.
די ספרדי'שע ת"ת די ספרדישע ת"ת "רבינו יואל" איז ווי באקאנט אן המשך צו
די תלמוד תורה לילדי בוכארה והספרדים וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט
געהייסן האט באאויפטראגט און באפוילן פאר הרה"ג החסיד ר' בן ציון
יאקאבאוויטש שליט"א דער דעמאלטיגער מנהל המוסדות צו גרינדען אין בני ברק
און אנהייב די ל' יארן ווען עס זענען דעמאלץ ארויפגעקומען א גרויסער
נומער פון אידן פון די שטעט. די היסטאריע פון די מסירת נפש וואס דער רבי
זי"ע האט געהאט פאר די מוסדות און צוגאב די פילע פעולות כבירות וואס
הרה"ג ר' בן ציון יאקאבווויטש שליט"א מיט זיין געטרייע הנהלה האט געהאט
פאר די מוסדות און פאר די קינדער איז באשריבן און באריכטעט ברייט בספרו
הנהדר פון הרה"ג ר' בן ציון שליט"א "זכור ימות עולם" חלק ד'. עס דארף
שטארק באטאנט ווערן די בייהילפיגקייט פונעם לענגאדארער מנהל פון מוסדות
יטב לב בארה"ק הרב החסיד המפורסם ר' שלמה גפן ע"ה וואס האט געשאפט גרויסע
סומעס געלט צו אויפהאלטן די הייליגע קינדער די אודים מצולים, אז זיי זאלן
נישט אריינפאלן און די ציפורני הרשעים אינערהאלב די נעגל פון די
ציוניסטישע "סוכנות", און זאלן ח"ו געשיקט ווערן אינערהאלב די פרייע
"קיבוצים", און אז עס זאל ח"ו נישט פאסירן מיט זיי וואס עס האט פאסירט
מיט די מאראקא קינדער, וועלכע - ווי יעדער ווייסט - האט עס געקאסט דאס
געזונט פאר רביה"ק זי"ע.
דער "מוסד רבינו יואל לילדי בוכארה" ווי עס פלעג אנגערופן ווערן, האט
געשאפן גרויס נחת רוח פאר'ן רבי'ן ז"ל לעת זקנתו, און ער פלעג דערפון
רעדן און זייער אסאך געלעגענהייטן. עס ווערט דערציילט אז איינמאל ווען
הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה איז זיך געקומען
געזעגענען ביים רבי'ן בין כסא לעשור צוזאמען מיט א צאל "ארגענטינע"
קינדער וואס ער האט אויפגעהאלן ביי זיך אין שטוב, האט עם דער רבי געזאגט
אז די זענען מיינע קינדער, און כ'האב נאך קינדער און ארץ ישראל, וועלכע
געפונען זיך אין בני ברק ביי דעם ת"ת וואס כ'האב געגרינדעט פאר זיי.
ווען די צאל קינדער האבן זיך פארגרעסערט, האט דער רבי זי"ע באפוילן אנשי
אמוניו די געטרייע הנהלה פון "חברת קרית יואל" (די קאפארעישאן אויף וואס
עס דרייט יעצט ארום די מערכה אין בני ברק) אז א טייל פון די הכנסות פון
די קארפארעישאן מיז גיין פאר אויפהאלטונג פון די ת"ת וועלכע איז אן הצלת
הדור, און אזוי פלעג עס אנגיין כמה וכמה שנים. ליינט ווייטער שפעטער
די פארראט פון ר' משה חיים ווייס
ווען די צאל קינדער זענען געווארן געדאפאלט, ווייל מ'האט אריינגענומען
דערין אויך אלגעמיינע ספרדי'שע קינדער וועלכע האבן געזוכט א ערליכע ת"ת
על טהרת הקודש, און מ'האט געמוזט דינגען פאר זיי א נייעם לאקאל, האט די
הנהלת המוסדות אין שפיץ פון ר' משה חיים ווייס, ובראשם די הנהלת "חברת
קרית יואל" באשלאסן צו בויען פאר די ת"ת א בילדונג אויף א לאט וועלכע האט
זיך געפונען הארט נעבן די סאטמארער בני ברק'ער האטעל, און האבן זיך
דעמאלץ געוואנדן צו נגידים און אויסלאנד כדי צו קענען בויען פאר דעם
הייליגן מוסד - וואס עס איז אזוי דעם רבי'ן געגאנגען אין לעבן איר
עקזיסטענץ - א בילדונג כליל יופי בהדרה. ביז עס האט זיך אנגערופן אחד
הנגידים דאז, האי גברא יקירא הרבני הישיש ר' דוד ברעכער הי"ו, וואס האט
געוואוסט ווי ווייט עס איז דעם רבי'ן געגאנגען בנפשו אז די קינדער זאל
האבן א קורת גג, האט ער זיך אנגערופן אז ער צאלט אויס דאס אויפבוי פונעם
גאנצן בנין, און האט דערמיט אונטערגעשריבן א "שטר הסכם" מיט די הנהלת
המוסדות, מיט די הנהלת "חברת קרית יואל", אז דער בנין דארף זיין מוקדש
לעולמי עד פאר די ת"ת לעדת הספרדים בני המזרח, און "לא ימכר ולא יגאל",
און עס זאל בלייבן פארהייליגט פאר די מטרה פון אויפהאלטן די ספרדישע
קינדער. דער הסכם וועלכע איז ארונטערגעשריבן בעט בדול בעופרת האט טאקע
אנגעהאלטן א לאנגע צייט. און דעם בנין איז יארן לאנג געווען די אכסניא של
תורה (און די ערשטע צוויי שטאק) פון די סאטמארער ישיבה קטנה, ווייל עס
האט דאן נישט אויסגעפעלט אלע פיר שטאקן פאר די ת"ת. עס דארף
ארויסגעברענגט ווערן א אלע יארן ביז היינט צו טאג ווערט די הנהגה רוחנית
פונעם מוסד אנגעפירט דורך דעם גאון וצדיק ר' שמעון באדאני שליט"א וואס ער
איז דער אנגעזענסטער ספרדי'שער רב אין בני ברק, און ער איז מנווט דעם
הייליגן מוסדות שוין אזויפיל יארן מיט מסירות נפש.
מיט עם צוזאמען דארף דערמאנט ווערן די בייהילפיגקייט מיטן גרעסטן מסירת
נפש, פון האי גברא רבא, הרב הגאון ר' מענדל דאווידאוויטש שליט"א דער
לעגענדארער סאטמארער ראש ישיבה פון בני ברק, וואס האט כציר חלמיש געקעמפט
אלע יארן פאר'ן עקזיסטענץ פון דעם הייליגן מוסד, און האט געשאפן רזיגע
סומעס געלט פאר איר, און געזען אז עס זאל האבן א שטארקן קיום.
מיט יארן שפעטער, ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף, דער ר' משה חיים
ווייס, האט באשלאסן בשרירות לבו צו ארויסווארפן די הייליגע קינדער פונעם
בילדונג, וואס הנגיד הנכבד ר' דוד ברעכער שליט"א האט מנדב געווען פאר די
ת"ת, און די שטאקן וועלכע עס איז ליידיג געווארן האט מען ארויפגעזעצט דעם
כולל אברכים, און מ'האט געמאכט נאך א שטאק פאר א ישיבה קטנה,וכו'.
יארן לאנג פלעגט מען צו זעהן דעם טאוועל אויפ'ן מוסד, אז דער בנין הגדול
איז נדבת הרבני הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער וזוגתו, אבער ביז ווילאנג ער
מיט זיינע קינדער הרבני הנגיד ר' אשר, און ר' צבי מנחם, זענען געווען
באקאנט אלס ברייטהארציגע נגידים פאר מוסדות הק' וועלכע סימבאלירן די שיטה
הק' פון רבי'ן זי"ע, און האבן נאך געהאט געלט צו אויסטיילן, האט ר' משה
חיים ווייס געציטערט צו ארויסווארפן די קינדער פונעם מוסד, אבער דערנאך
וואס ער מיט זיינע חשוב'ע קינדער האבן פארלוירן די מעגלעכקייט צו טיילן,
האט ר' משה חיים ווייס ארויסגעווארפן די קינדער פונעם בילדונג מיט א קאלט
בלוטיג הארץ.
די קינדער האבן געדארפט וואנדערן פון איין ארט צום צווייטן, אן קיין קורת
גג, זיך געמוזט מוטשען מיט צאלן רענט פאר דינגען א בילדונג. אויסער דעם
האט דער ר' משה חיים אויפגעהערט צאלן געלט פון די הכנסות פון "חברת קרית
יואל" פאר דעם הייליגן מוסד, און האט צונישט געמאכט די קלארע הוראה פון
רביה"ק זי"ע פאר הרב החסיד ר' שלמה גפן ע"ה אז א טייל פון די הכנסות פון
חברת קרית יואל זאל גיין פאר דעם אויפהאלטונג פון דעם הייליגם "מוסד
רבינו יואל לידי בוכארה הספרדים".
דער נגיד הנכבד ר' דוד שליט"א מיט זיינע קינדער האבן געמאכט א טומעל, און
האבן געטאן כל טצדקי אז מ'זאל צוריק נעמען די קינדער און דעם בילדונג,
אבער עס האט נישט געהאלפן גארנישט, טראץ די ווענדונג פון די דעמאלטיגע
הנהלה פון חברת קרית יואל הרבני החסיד ר' סענדער דייטש ע"ה, און הרבני
הנגיד ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה בהוראת מרן בעל ברך משה זי"ע.
די קינדער זענען געבליבן אן קיין קורות גג, אן קיין דאך אויפן קאפ, און
דער חשוב'ער נדיב הרבני הנגיד ר' דוד ברעכער שליט"א איז געבליבן
פארווייטאגט עד היום הזה, נישט וועלענדיג קענען מער דאס נאמען "סאטמאר
בני ברק".
די שרעקוודיגע מעשים פון ר' משה חיים ווייס גייט אן אסאך ווייטער. אויב
איז כאטש דאס בילדונג כאטש געבליבן פאר א מקום תורה, ווי עס איז געווען
פלאצירט די ישיבה קטנה מיט דעם כולל אברכים, האט ער מיט געציילטע יארן
שפעטער באשלאסן אריבערפירן די ישיבה קטנה אינעם "זכרון מאיר" בילדונג
אויף רח' היילפערין, און דער כולל איז אריבער צום היכל בית המדרש הגדול,
און אין א שיינעם טאג האט ער אראפגענומען דאס טאוועל פונעם נדבן הרבני
הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער שליט"א, און עס געווארפן און צענטראלן מיסט
קאסטן פונעם שיכון אין בני ברק, און האט דעם בילדונג איבערגעבויעט, און
געמאכט דערפון הייזער און עס פארקויפט פאר דארטיגע איינוואוינער פון די
קהלה.
דאס איז א שוידערליכע נידריגקייט פון א מנהל המוסד אז א נדבן וואס האט
געגעבן באלד צוויי מילאן דאלער צו בויען א בילדונג פאר דעם הייליגן מוסד
וואס דער רבי זי"ע האט געבלוטיגט דערפאר, און עס איז געווען משאת נפשו
באחרית ימיו, דער ר' משה חיים וואס האט זיך פאררופן פאר דער סאטמארער
מנהל המוסדות, האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן זי"ע, האט זיין גאנצע תורה
און זיין גאנצע האראוואניע צונישט געלייגט, און פאר נזיד עדשים פאר זיינע
פריוואטע הכנסות וואס ער האט געמאכט פון יעדן דירה וואס ער האט געבויעט,
(וואס דאס וועט נאך אויך בקרב הימים נתגלה ווערן) האט ער ארויסגעווארפן
לרחובה של עיר די הייליגע בא'חנ'טע קינדערליך, און עס האט עם נישט
אינטערסירט צו די קינדער וועלן בלייבן מיט קאפל און פיאות, און זיי
געלאזט הפקר לכך, שומו שמים!
דער נדיב ר' דוד שליט"א וועלכער האט געהאט אן אונטערשריפט פון ר' משה
חיים ווייס אז דער בנין איז מיועד לעולמי עד פאר די קינדער, ווי עס שטייט
דארט "לא ימכר ולא יגאל לעולם" איז געליבן מיט א קליינעם צעטל און בוזעם,
וואס ער קען דערמיט נישט מער ווי עס איינפרעימען און עס אפשיקן צו די
"שעכטער" לייבערי אלס אן אנדענק, פון נאך א איד וואס אפגעווישט צוויי
מיליאן דאלער פאר גארנישט. דער נגיד ר' דוד שליט"א לעבט נאך היינט מיט
אונז, און יעדער קען זיך אינטערסירן די אינפארמאציע, ביי עם און ביי
זיינע קינדער און אייניקלעך.
מ'קויפט א נייע בילדונג פאר'ן מוסד
אזוי ווי דער עקזיסטענץ פונעם הייליגן מוסד איז געווארן זייער שווער,
נישט האבענדיג, נישט קיין געלט צו אויפהאלטן דעם מוסד, און נישט קיין
בילדונג פאר די תלמוד תורה, האט זיך דעמאלץ אנגעגארטעלט האי גברא יקירא,
הרבני הנגיד הנכבד בכל אפסים מו"ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, און זיך
אונטערגענומען צו שענקען יעדן חודש א דריטל פונעם בודזשעט פונעם מוסד,
כדי צו מקיים זיין די הוראה פון רביה"ק זי"ע אז מ'זאל העלפן אויפהאלטן
זיינע קינדער און בני ברק.
אויך האט הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתו הטהורה פון רבי'ן זי"ע אפגעשיקט מידי
חודש בחודשו באדייטענדע סכומים להחזקת המוסד.
ועל כולם דארף ארויסגעברענגט ווערן די פעולות הכבירות פון האי גברא רבא,
הגאון הצדיק המפורסם, דולה ומשקה מתורת רבינו לאלפים, רבי נתן יוסף
מייזעלס זצ"ל אבדק"ק אבני שלמה מאנסי, וועלכער איז דעמאלץ געווארן דער
יו"ר וועד הרבנים פונעם הייליגן מוסד, און האט געטראגן אויף זיך דעם
גרויסן עול פון החזקת המוסד מידי חודש בחודשו, און געשאפן ריזיגע סומעס
געלט להחזקת המוסד.
און יאר תשנ"ח האט מען באשלאסן דאן צושאפן פאר דעם מוסד א גרויסן
בילדונג, כדי אז עס זאל קענען זיין א חומה בצורה פאר'ן מוסד אז עס זאל
האבן א קיום גדול, האט זיך דעמאלץ אנגערופן הרבני הנגיד ר' אביגדור
יאקאבאוויטש ע"ה, און האט אויסגעלייגט דאס גאנצע געלט צו קויפן דעם
בילדונג פאר די ת"ת וועלכע געפונט זיך ביז היינט צו טאג אויף רח' אמרי
ברוך אין בני ברק.
עס ליגט יעדן אין די ביינער ווען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און
הגאון האדיר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר, און
הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר, מיט
להבחל"ח הגאון הצדיק רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, האבן אונטערגענומען די
היסטארישע רייזע און אייראפע און אין קאנאדע, און אנדערע ערטער בקצווי
תבל, צו שאפן ריזיגע סומעס פאר דעם אפקויף פון דעם הייליגן מוסד.
ל"ג בעומר תשנ"ט, איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית פונעם בנין, וועלכע
עס זענען געוועזן אנוועזענד גאר א ריזיגער ציבור אידן, בראשות גדולי
ומאורי הדור, ווי פאלגענד: כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגאון האדיר
רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר, הגאון האדיר רבי
יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג, הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף
שליט"א חבר הביד"צ, הגאון הגדול רבי אלי' כ"ץ שליט"א אב"ד קהל יטב לב
ושיכון קרית יואל בני ברק, וועלכע האבן אויפגעטראטן מיט גאר
פלאמפייערדיגע דרשות ארויסברענגענדיג מיט גרויס התרגשות דעם גרויסן מעמד
האדיר לכבודה של תורה ולכבודה של קדושת החינוך הטהור בדרך ישראל סבא,
עפ"י דרכו ושיטתו פון רביה"ק זי"ע בעל ויואל משה.
א סקרוך גייט אריבער אין די ביינער ווען מ'דערמאנט זיך ווי די אלע רבנים
הגאונים הצדיקים עיני העדה שליט"א האבן געלאזט פאלן טרערן, הערענדיג ווי
די בא'חנ'טע קינדערליך זינגען דעם ניגון "אערוך שיעי ואהלל לכבוד רבינו
יואל". ווער עס איז געוועזן אנוועזענד ביי דעם מעמד איז נישט געבליבן מיט
א טרוקן אויג פון התרגשות דקדושה.
עס איז צום באטאנען אז דער אונזער ליבלונג ר' אהרן איז שוין געווען
צענדליגער מאל אין בני ברק, כמה פעמים צו באזוכן זיינע חסידים, און מיט
יארן צוריק ביי פארשידענע שמחות אין די משפחה, און אויך באזוכן זיין
שווער דער וויזניצער רבי שליט"א, און האט קיינמאל נישט זיך אינטערסירט
אינעם מוסד, און האט קיינמאל נישט אפגעשטאט א באזוך אינערהאלב דעם מוסד,
ווי עס וואלט געווען עפעס א מוסד פון עטיאפישע קינדער פון די ווייטע קרית
שמונה אדער לעבן מצרים, אפגערעדט אז ער האט קיין דאלער נישט געשאפט פאר
דעם מוסד, און ווי געשריבן האט ער עס נישט אנגעקוקט כלל וכלל. די פוינט
איז אן איבערצייג פאר יעדן אז דער ר' אהרן האט פארפאקט דעם חינוך הטהור
אויפן זעלבן ארט ווי ער האט געהאט פארפאקט זיין גרויסן טאטן, ווען ער האט
געצווינגען זיינע קינדער אונטערשרייבן אויף די קאורט פאפירן ביי די ברייט
באקאנטע "פעמעלי קאורט".
די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה
די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה איז זייער אן אנגעווייטאגטע טעמע,
און מיר וועלן עס בארירן מיט די גרעסטע מאס איידעלקייט.
עס מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער מנהל ר' רחמים בר משה האט אלע יארן
געוואנדערט איבער דער גארער וועלט צו שאפן געלט פאר דעם הייליגן מוסד,
און האט דערפאר געניסן גרויס קירבות ביי אלע היימישע נגידים און חסידים,
און ביי אלע ערליכע אידן רבנן ותלמידיהון, וועלכע האבן עם מקרב געווען,
און האבן געשאנקען מיט באדייטענדע סומעס געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.
און די לעצטע יארן זונט זומער תשס"ד איז הגאון הצדיק רבי זלמן לייב
פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר געווארן דער יו"ר וועד הרבנים פונעם
מוסד, און ער טראגט דעם עול פון החזקת המוסד פון אנהייב ביזן סוף, עד עצם
היום הזה, און דערביי איז ער מכתת רגליו מהכא להתם צו שאפן ריזיגע סומעס
געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.
במשך די לעצטע 14 יאר האט דער מנהל אריינגענומען אינעם מוסד זיינע
קינדער, שוואגער און נאך משפחה מיטגלידער, וועלכע האבן געארבעט א טייל
אלס סעקרעטארן פונעם מוסד, און נאך אנדערע פאסטנס אזוי אז ער האט געהאט
די פילע שליטה פונעם מוסד.
מיר גייען נישט אריינגיין אין די פילע איינצעלהייטן פונעם סענסעטיוון
אישו, פארוואס הרב בר משה דער מנהל האט זיך אנטזאגט, אבער עס האט ליידער
פאסירט גאר הארבע פראבלעמען אינעם ת"ת, און א טייל מלמדים האבן זיך
געלאזט הערן פאר די הנהלה פון ניו-יארק, אז דערפאר פארלאזן א געוואלד
קינדער פון פיינע שטיבער די תלמוד תורה, און די ת"ת קען ח"ו בלייבן נאר
מיט שוואכע קינדער, און טראץ וואס דער מנהל הרב משה איז געווען באהאווענט
און די פאקטן האט ער געגעבן א דעקונג פאר די עושי המעשים המחרידים.
מיט דעם אלעס האט הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א עם נישט געוואלט
אויפזאגן פון זייט אמט אלס הכרת הטוב פאר זיינע פעולות פאר'ן מוסד. אבער
נאך א לענגערע דין ודברים צווישן הרב בר משה מיט דעם מנהיג הרוחני פונעם
מוסד הגאון ר' שמעון בעדני שליט"א, האט דער מנהל הרב בר משה געמאלדן
אנמיטן ווינטער תשס"ח פאר די הנהלה אין ניו-יארק, אז ער אנטזאגט זיך פון
זיין אמט, און ער האט מער נישט קיין שייכות מיט דעם מוסד.
עס דארף באטאנט ווערן אז לאור די שוואכע צושטאנד פונעם ת"ת און די לעצטע
3-4 יאר ווי אויבערדערמאנט, האט די הנהלת המוסד פון ניו יארק
אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו אוועק שטעלן א ישיבה קטנה, וועלכע זאל
זיין אפגעזונדערט פונעם ת"ת, און עס זאל זיך פירן ווי אן עקסטערן סניף.
און עס דארף טאקע באטאנט ווערן אז די ישיבה קטנה האט טאקע געהאט זייער א
שטארקע הצלחה, און עס האט די לעצטע צווי יאר באקומען איר גוטן נאמען, און
בצלו זענען זיך מתדפק ערליכע בחורי חמד פון די שענסטע ספרדי'שע פאמיליעס
פון בני ברק, און זענען פארהאן היינט צו טאג פילע דריי כיתות פון איבער
60 בחורי חמד, וועלכע זענען הוגה בתורת ד' מיט גרויס התמדה און שקידה,
וכל רואיהם יכירם ויעיד כי זרע ברך ד' המה.
דער מוסד האט זיך געפירט אזוי ווייטער, ביז אנהייב חודש אלול תשס"ח, ווען
די הנהלת המוסד אין בני ברק און אין ניו יארק האט באשלאסן אז אזוי ווי עס
זענען נישט געבליבן אינערהאלב די ת"ת א פאסיגע צאל קינדער, (לאור די
רוחניות'דיגע אומ'אחריות'דיגע התנהגות פונעם געוועזענעם מנהל) און די
וואס זענען יא געבליבן זענען געווען מיט זייער שוואכע כאראקטער'ס, און
מיט גאר שווערע פראבלעמען יעדער באזונדער פאר זיך, איז באשלאסן געווערן
צו מאכן א נייע רי-ארגאניזאציע פון די ת"ת ווי עס וועלן געהאלטן ווערן
דריי כיתות פון די ישיבה קטנה, און דריי עלסטע כיתות פון די ת"ת, און
אזוי צוביסלעך אנהייבן צוריק אויפבויען די ת"ת מיט פרישע כוחות און מיט
א פרישע הנהגה רוחנית אן די פארגייענדע פראבלעמען.
אבער צום נייער אלול זמן תשס"ט האט זיך געמאכט א נייעם פראבלעם, דער
געוועזענער מנהל הרב בר משה האט זיך דערמאנט אז ער איז געווען אמאל דער
מנהל פונעם מוסד, און איז א וואך בעפאר אנהייב זמן אנגעקומען אינעם
בילדונג, און האט געטוישט די שלעסער פונעם בנין און האט עס פארשפארט, און
האט אנעהויבן צו פירן מעשה בעלות.
און אזוי ווי עס איז געוועזן א סכנה פאר'ן המשך פונעם עקזעסטירונג פונעם
מוסד, האט דער מנהיג הרוחני הגאון ר' שמען בעדני שליט"א, געהאלטן אז
מ'דארף אריינגעבן א תביעה און א בי"ד מאכן א "צו מניעה" קעגן דעם הרב בר
משה אז ער זאל נישט קענען אריינטרעטן אינעם בנין.
און דעריבער זענען די הנהלת המוסד אין ניו-יארק די אייגענטימער פונעם
בילדונג און פונעם מוסד, אריינגעטרעטן צום בי"ד פון הגר"נ קארליץ און
געבעטן א "צו מניעה" קעגן דעם מנהל, אז ער זאל נישט קענען שטערן דאס
אנגייענדע פירשאפט פונעם מוסד, און ער זאל נישט טארן אריינטרעטן אינעם
בנין. און נאך א זיצונג אינעם בית דין און נאך וואס הרב בעדני שליט"א האט
זיך אויך געוואנדן צום בי"ד איבער דעם ענין, האט דער בי"ד פון הרב
קארעליץ ארויסגעגבן א "צו מניעה" קעגן הרב בר משה אז ער טאר נישט
אריינגין אינעם בנין, און א וודאי נישט מזיק זיין פונעם בנין, ביז ווען
עס וועט ארויסגעגעבן ווערן א פסק איבער זיינע טענות.
עס דארף צוגעלייגט ווערן אז אין משך פונעם יאר תשס"ח זענען אויפגעזאגט
געווארן א טייל פון די איינגעשטעלטע פונעם מוסד צווישן זיי די שוואגער
און שוועסטער'ס און טעכטער פונעם געוועזענעם מנהל הרב בר משה, ווייל עס
האט זיך נישט אויסגעפעלט אזויפיל ארבייטער, און ווייל א טייל פון די
ארבייטער האבן נישט אנגענומען די סמכות פון די הנהלה פון ניו-יארק.
המשך יבוא