איך האב באקומען אויף די פאסט דו פארגאנגענע צוויי וואכן ליטעראטור בנוגע דעם אנגייענדיגן סיכסוך ארום דעם הויז פון הרבנית הצדיקת ע"ה וואס באלאנגט היינט פאר קהל בית יואל אין קרית יואל. איך האב אלעס גוט דורכגעליינט אין איך בין געווארן אסאך מער צומישט נאכן ליינען ווי פארן ליינען איך האב קשיות אין מציאות'ער און אין די הלכה'דיגע אומשטענדן, און איך וויל וויסען דעם אמת וואס עס איז פארגעגאנגן, דו פאקטן אין די הלכה ווי אזוי עס איז געווען אין ווי אזוי עס איז, במילא ווענד איך מיך דא צום ציבור אז ווער עס איז באקאנט אין דעם נושא אין אויכעט ווער עס קען אביסעל דו הלכה'דיגען שטאנדפונקט זאל ביטע ארויסהעלפן עס איז זייער אן אינטערסאנטע נושא הלכה'דיג.
איך וועל אייך נישט פאפען, אז איך בין אינגאנצען נישט סימפאטיש פאר דוד עקשטיין אדער פאר ר' אהרן טייטלבוים איך וויל אבער נישט זיין ווי דו בת היענה, וואס קוקט נישט וואס ער וויל נישט זעהן, און וואס איז געשריבן צו זעטיגן מיין מח איז אמת און קדוש. במילא וויל איך עס דא אויסשמועסן מיטן עולם.
איך וויל מאכן אן הקדמה, אז איך וויל נישט אריינגיין און דעם געפיהל'ישן שטאנדפונקט פון די געשיכטע ווייל דאס פארדרייט שטארק דעם מציאות און השתלשלות הענינים, אין כל שכן דו הלכה, לאמיר זיך פארשטעלן ווי די צוויי צדדים הניצים זענען פשוט'ע אידן, און נישט די רעבעצין ע"ה אדער דער ברך משה זי"ע, און אזוי דן זיין.
דער ערשטער בולטדיגער סתירה איז אז הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה (וואס דאס האב איך אגב באמערקט אז ביידע צדדים שרייבן אויף אים בדרך כבוד, אבער יעדער כאפט אים אויף זיין זייט.) ולהבחל"ח ר' משה פריעדמאן מיט זיין שותף ר' שלמה מיכל ראזנער האבן בשנת תשמ"א ליגעל איבערגעשריבן דעם דיע"ד פון דעם הויז צו דו רעבעצין, און געשריבען א בריוו אז זיי געבען איר עס במתנה גמורה, ווידעראום אינעם דיע"ד זעלבסט שטייט געשריבן אז די רעבעצין האט באצאלט צוואנציג אלפים קעש פאר דעם שטח, וואס איז לכאורה די פולע סומע פאר די ווערד פון דעם פלאץ, איז פון וואס פארא מתנה רעדט מען דא ?
נאכדעם איז דא א בריוו פונעם ברך משה'ן תשמ"ד בנוגע דו ירושה וואס דעמאלטס איז געווען א שטיקעל שלום אפמאך (וואס ביידע צדדים ברענגען איר אראפ, נאר ווייטער אויף דעם פריערדיגן מהלך, ביידע נעמען די קרעדיט פון די משמעות'ער פאר זיך...) שרייבט ער דארט אז ער געט אוועק די דירה אין וויליאמסבורג אין דעם ילד שעשועים אינגאנצען פאר דו רעבעצין, אבער די דירה אין קרית יואל נעמט ער זיך אויס א תנאי אז ביז ווי לאנג זי לעבט איז עס איר'ס אבער נאך איר פטירה קען דאס קהל צוריקנעמען, בתנאי אז זיי וועלן געבן אן אנדערן פלאץ מיטן זעלבען ווערד.
שטעלט זיך דא א פראגע וואס טוט זיך דא ווער קען געבען ? און ווער האט געגעבען ? דו ערשטע שאלה איז פאר וועם האט באלאנגט די הויז כ"ו אב תשל"ט 5:00 פארטאגס בעת די פטירה פון הייליגן רבי'ן זי"ע ? האט זיך עפעס געטוישט אינעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט ווער עס איז בעל הבית אויף דעם הויז כ"ו אב תשל"ט 8:00 אזייגער אינדערפרי ?
יעצט איז אזוי, דער ברך משה האט געשריבען דעם בריוו בלשון ירושה, עס וועט קיינער נישט קומען זאגן אז ער האט נישט געקענט קיין הלכות ירושה ווייל ער האט געפירט דין תורות איבער די ענינים יארן לאנג, ווי אזוי האט ער געקענט שרייבן א בריוו ווען מען האט שוין איבערגעשריבן די דירה בתורת מתנה פון קהל דורך ר' משה פר"מ אין ר' שלמה מיכל און להבחל"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה ? וואס איז שייך צו געבען אזאך וואס יענער האט שוין ?
מען קען לערנען צוויי פשטים אין דעם, איינס אז דער ברך משה האט געהאלטן אז דו הויז האט באלאנגט פארן רבין זעלבסט במילא איז ער מחויב דאס צו געבן פאר די רעבעצין ע"ה בתורת ירושה אשר על כן איז גארנישט ווערט וואס דו ראשי הקהילה האבן געטאן. אדער ער האט נישט געוויסט אז מען האט דאס שוין פון פריער איבערגעשריבן אין געגעבן "אן זיין רשות" בתורת מתנה פון קהל, דעריבער האט מחמת דרכי שלום באשלאסן דאס איבערצוגעבן פאר די רעבעצין.
יעצט איז דו שאלה אויב עס באלאנגט פאר די קהילה אין מען גיט דאס אוועק אן דעם רשות פונעם מרא דאתרא (וואס אין דעם איז דאך לית מאן דפליג אז ער איז אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא אין די קהלה, און טאקע דער זעלבער ר' לייבוש לעפקאוויטש מיט די איבריגע חברי הנהלה האבן צו די התמנות צוגעשטימט) וואס וואלט נישט מסכים געווען דאס אוועקצוגעבן צו איז די גאנצע מתנה בכלל קיים ?.
יעצט אויב זיי זענען געווען זיכער אז זיי האבן עס געמעגט טוען פארוואס האט דער ברך משה געדארפט עס געבען ? פארוואס האט מען דאס געבעטן פון אים אלס א חלק פונעם הסכם?
ווידער צו זאגן אזוי ווי דוד עקשטיין פרובירט צו זאגן אז ביז תשנ"ה ווען מען האט גענומען אן עפרעיזע"ר, ווען דער יורש בחייה פון די רעבעצין הרב מאיר שפיטץ האט באשלאסן צו נעמען ברייטע מארגעזשעס אויף ביידע הייזער פון די רעבעצין הן אין ווילאמסבורג און הן אין קרית יואל, האט מען גארנישט געוויסט אז ר' לייבוש מיט די אנדערע ראה"ק האבן איבערגעשריבן דאס הויז איז דאך אויך נישט מסתבר, אויך איז נישט מסתבר צו זאגן אזוי ווי די קהל בית יואל טענה'ט אז די שעררוי' האט זיך בלויז אנגעהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געוואלט מאכן טייטל אינשורענס אויף דעם הויז, און נישט ווייל הרב מאיר שפיטץ האט געוואלט ארויסנעמען א מארגעזש, ווילאמסבורג יוכיח אז די דעמאלסטיגע מערכה איז געווען צוליב מארגעזשעס, אז מ'רעדט שוין דארף מען צוצייכענען אז אויב מיינט איר אז מ'האט די רעבעצין נישט ארומגעפירט מיט לגיונות, איז כדאי צו באמערקן אז דער זעלבער ר' מאיר שפיטץ האט זיך אנגעפיפען אין די רעבעצין ע"ה, נאך וואס זי האט אים געהייסן ליעסן דאס הויז אין ווילאמסבורג פאר נחמן בראך און נישט פארקויפן, וואס היינט ווייסט שוין יעדער אז מ'האט דאס פארקויפט און נישט געליעסט.
נאך איין נקודה וואס איז אונטערסאנט צו באמערקן, איינע פון דו טענות פון קהל בית יואל איז אז נאר ר' משה פריעדמאן אין ר' שלמה מיכל ראזנער ולהבחל"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה זענען די טובי העיר פון קרית יואל ווייל עס איז נישט געווען קיין וואלן נאכדעם וואס דער רבי זי"ע האט זיי ממנה געווען, במילא איז קיינער נישט ערוועלט געווארן בלייבן זיי מיט די הנהגת ז' טובי העיר, איז די שאלה יעצט וואס איז די פארלאנג צו ערוועלט ווערן דורך וואלן? זייער ערשטע קאדענציע איז אויך געווען אן וואלן בלויז מיטן התמנות פון רבי'ן, איז דאך דער רבי דער ברך משה פונקט אזוי בארעכטיגט געווען צו ממנה זיין ז' טובי העיר אן וואלן.
איך וויל יעצט אנרירען א זייטיגע נושא, למשל דו זעלבע ראשי הקהילה ובראשם ר' משה פריעדמאן זענען געווען דו גרעסטע שטיצערס אז מען זאל מאכן ר' אהרן פאר רב אין קרית יואל גענוי מיט 25 יאר צוריק און דאן זענען מענטשן געווען מלא טענות אז מען האט אויפגענומען א רב אן וואלן, אין דו זעלבע ראשי הקהילה זענען נישט בארעכטיגט צו מאכן א רב, פרעגט זיך די פראגע: ווען זענען זיי די ריכטיגע ראשי הקהילה אין ווען נישט ?
אז איך רעד שוין זייטיג איז צום ווינדערן צו די בני יואל וועלן האבן א פראבלעם מיט סידור קידושין, ווייל די זאליס האבן דאך נישט קיין פראבלעם, ווייל דער ברך משה האט דאך געגעבן רשות פאר ר' זלמן לייב צו זיין מסדר קידושין, ווייטער צו דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא איז איבריג צו איבער'חזר'ן, איז דו שאלה אויב מען שנייט ארויס דו טייטלבוים'ס פון די דיקשענערי צו עס ווערט אטאמאטיש אויס הלכה פראבלעם ?
נחזור לענינינו, איך בעט ווער עס פארשטייט און ווייסט די השתלשלות הדברים דארט ביי די הויז פון די רעבעצין זאל זיך נישט מונע זיין און אויפקלערן דעם ציבור.