היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וויאזוי זענען אנגעקומען בע"ח קיין אמעריקא?

וויאזוי זענען אנגעקומען בע"ח קיין אמעריקא?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715625

בטעמטער » 9/11/2009 03:17

איך האב געשריבן אן אינטערעסאנטער אפהאנדלונג נאר ווי איך האב געענדיגט האב איך געזען סהאבן זיך געעפנט עטליכע אשכולות אויפן שטייגער פון אן אנדערן קינדערישן פארום און סהאט מיר באמת וויי געטון וואזוי עטליכע אומאחריותדיגע מענטשן לייגן אזוי צוגרונד איונגען פארום וואס קען נאך שיין אויסשטייגן

נעמענדיג אין באטראכט די ירעקציע פונעם ווינט וואס די שרייבערס ווערן געטריבן האב איך אראפגעשניטן מיין אפהאנדלונג פון דא זעענדיג אז עס איז די ראנג פלעיס פאר אזעלכע טעמעס עכ"פ פאר ביזדערווייל

אבער ווער סאיז נייגעריג האב איך עם דא ארויפגעשטעלט

http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=3&t=9569&rb_v=viewtopic#p286874



תוקן על ידי בטעמטער ב- 09/11/2009 3:25:35

פאפיטא » 9/11/2009 03:50

אסאך קוקן טאקע אן מאדנע דעם קעפל

אבער כוויל בארירן א פראגע וואס עגבערט מיך שוין יאהרן לאנג און אדרבה ווער סהאט עפעס זאכליך זאל ביטע ענטפערן

ווי מיר ווייסן האט דער באשעפער באשאפן א וועלט מיט כל מיני בע"ח און אדה"ר האט אויף זיי קורא שם געווען - אין מהר"ל עה"ת כגעדענק נישט איצט גענוי ווי שרייבט אז סאיז נישט באשאפן געווארן איין זוג פון ס'יעדע מין נאר דער האט באשאפן מערערע פון יעדן סארט צעשפרייט איבער י גאנצע וועלט

און בשעת'ן מבול ווען דער באשעפער האט געהייסן נח'ן בויען א תיבה ווייל סקומט א מבול אויף דער וועלט און אלע בע"ח וועלן אויסשטארבן און נאר דייקא די בע"ח וואס זענען טאקע געווען אין די תיבה זענען געבליבן און סזענען אפי' געווען געוויסע בעלי חיים וואס פארן מבול זענען זיי געווען אבער בשעת'ן מבול זענען זיי פארטיליקט געווארן אזוי ווי עס שרייבט דער מלבי"ם אויפן פסוק פון וימח את כל היקום - עיי"ש ותמצא נחת

און דאס ווייסן מיר אלע אז די מבול איז געווען אויף די גאנצע וועלט אחוץ אין אר"י ווי עס ווערט אנגערופן ארץ אשר לא גושמה ביום זעם - און פון דעם לערנט אפ ר"ר יונתן אייבעשיץ אין זיין ס' תפארת יונתן פ' נח אויפן פסוק וירח ה' את ריח הניחוח אז דער מבול איז געווען אויך אין אמעריקע - עיי"ש באריכות

און דאס ווייסן מיר אז נאכן מבול האט דער תיבה גערוט אויף די הרי אררט - וואס היינט זאגט מען אז דאס איז ערגעץ ווי אין טערקיי - וואס הגם לפי די תורה"ק און חז"ל שטימט עס נישט ווייל דער מבול האט איבערגעדעקט דעם העכסטן בארג פופצן אמה וואס איז דרייסיג פוס און לויטן חשבון פון ווען דער מבול האט זיך געענדיקט דורכן אראפנידערן יעדן טאג עטליכע אמות וואסער און לפי החשבון מיט וויפיל טעג שפעטער וואס סשטייט אז דער מבול האט גערוט אויפן שפיץ בארג ברויך אויסצוקומען אז דער תיבה האט געלאנדעט אויפן מאונט עווערעסט -

אבער לאמיר נישט אריינגיין אין דעם פרט. אזוי צו אזוי קומט אויס אז דער תיבה האט געלאנדעט אין אזיע ערגעץ וואו - און אויב אזוי ווי זענען אנגעקומען די בע"ח וואס זענען דא אין אמעריקע וואס ווי מיר ווייסן טיילט דער אקעאן אפ אמעריקע פון די איבריגע טיילן וועלט און די זעלבע פראגע פרעגט זיך אויך אויף אויסטראליע וכהיינו ווייל סזענען דא געוויסע בע"ח וואס זענען דא נאר צוגעפינען אויף די מקומות ווי למשל דער פומא טיגער ואס געפינט זיך נאר אין סאוט אמעריקע און די בערן פון אמעריקע אין די קייאטיס וכו' וכו' א. א וו

ווער סקען ענטפערן עפעס זאכליך וואלט געווען א געוואלדיקע זאך

עפעס שייכות האט עס יעצט אהער ווייל משטיי מיר נאך יעצט אין די בראשת סדרות עטליכע וואכן נאך פרשת נח

משה_וואלף » 9/11/2009 19:00

בטעמטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אבער ווער סאיז נייגעריג האב איך עם דא ארויפגעשטעלט

http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=3&t=9569&rb_v=viewtopic#p286874

מיין מיינונג איז טאקע, אז אויב איז דא די ציל "בלויז" פאר אינטערסאנטע ארטיקלען אנע חסידישע פאליטיק, איז קיין קאנקורענץ פאר "די אידישע וועלט" נישט פאראן, אלע היימישע אינגעלייט וואס זוכן די סארט זאכן, דרייען זיך דארט. דא אויף היידפארק קומט דער עולם ארויף נאר פאר איין סיבה, פאר חסידישע פאליטיק. גארנישט מער. דעריבער איז לדעתי א שאד צו טוען דערין, אחוץ אויב די מנהלים האבן טאקע יא א צד אין די פאליטיק, וואס דאן איז זעלבס-פארשטענדליך אז עס שמעקט זיי טאקע יא אז מען זאל דעבאטירן פאליטיק און איין זייט זאל ווערן ארויסגעהויבן מער  ווי די צווייטע, דאן איז נישט כדאי צו "שפילן" אז מען מיינט עפעס אנדערש ווי מען טראכט. מיכל וואלף פון אחים אנחנו האט אויך אנהייב געמיינט אז עס וועט זיך אויסארבעטן, און היינט האלט עס ביי דעם אז עס האט אים געברענגט בושות און ער האט זיך אפגעזאגט פון דארט.
והנלענ"ד כתבתי.

מיטלמעסיג » 10/11/2009 04:33

איך פאר שטיי דיך אין גאנצן נישט
עס איז אזוי שווער צי פארשטיין אז עס איז דא מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט 
 צי ליינען די סאטמרע פאליטיק,
אדער צי זען שמיציגע פעדערס וואס שרייבן אויף סייוועלכער ערליכער יוד, וואס זיי ווילן ?

עס איז ממש נישטא נאך אינטערסאנטע ארטירלן, אדער אשכולס, צי שרייבן א חיץ פאליטיק ?

 זאטנישט משיגע הר"א אדער הרז"ל וועט נישט ווערן גרעסער אדער קלענער
 וועגן עס איז דא פורומים אויף היידפארק  וואס נעמען זיך אן פאר זיי 

אויך איז בכלל נישט קיין בושה פאר א מנהל וואס זעט אז זיין פורום טויגט נישט, זיך אפציזאגן

טייערע משה וואלף: לאז ראיג מאך נישט קיין מצב