היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנאליז: 25 יאר צום התמנות פון. כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אלס א...

אנאליז: 25 יאר צום התמנות פון. כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אלס א...

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715623

רינדעכיגער » 9/11/2009 02:57

אנאליז: 25 יאר צום התמנות פון. כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אלס אב"ד קרית יואל


און די טעג פייערן תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גארער וועלט 25 יאר פונעם התמנות פון כ"ק אדמו"ר ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אלס אב"ד ק"ק קרית יואל.

עס געדענקן נאך טויזענטער דעם געהויבענעם מעמד ההכתרה און די פייער'דיגע דברות קודש פון רבי'ן דער ברך משה זי"ע יענעם מוצש"ק וירא תשמ"ה אין היכל בית המדרש הגדול אין קרית יואל, די נאסטאלאגישע זכרונות זענען איינגעקריצט ביי אלעמען.

צו די צייט האט זיך נעכטען נאכט אויפגעשטעלט מיט א גאר געלונגענע דרשה הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א מגדולי בעלי השקפה בדורינו מיט א ברייטן אנאליז אויף די הנהגה פון רבי'ן שליט"א, איך האלט אז דאס איז א דבר נחוץ פאר א יעדע חסיד אויסצוהערן דו"ק ותמצא נחת.

די נומער צו הערן די דרשה איז 212-444-9899

זאלי200 » 9/11/2009 16:36

נאכן אריינרופן דארפט איר דרוקן 6 פאר די דרשות אפטיילונג 7 פאר השקפה 36# פאר די דרשה

*--Session data*


תוקן על ידי זאלי200 ב- 09/11/2009 16:36:26

לאפלאש » 9/11/2009 22:22

עימצער קען עס איבער געבן פאר טעללער? פאר ער וועט פארגעסן דערפון, ווייל דעס איז געווען אין די 25 יאר
 


[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן





תוקן על ידי משגיחים ב- 27/12/2009 05:31:52

יוספ7 » 9/11/2009 23:48

פארוואס לייגט קיינער נישט ארויף בילדער אין די כתב רבנות?

דוד46 » 10/11/2009 01:58

דא איז דער קאנסוס און די אנדערליינט ווייזט אז דער ק"י סאטמארער רבי איז געווען נישט מער ווי א שליח פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמה_יאנקל » 10/11/2009 05:18

ווערט דא ערגעץ דערמאנט קרית יואל "והגגלילות" ?

יוספ7 » 10/11/2009 19:05

לויט ווי איך לייען די כתב רבנות שטייט דארט אז ער איז מרא דאתרא פין קהלתנו המעטירה נישט פין די גאנצע שטאט לייען איך גיט אויב יא איז עס א מוראדיגע זאך


איך הער אז לייגען נישט קיין בילדער ווייל די מעכטיגע הכתרה איז געווען אין פאליש איז דאס אמת ?

שלמה_יאנקל » 27/12/2009 02:54

יא 25 יאר נאך זיין התמנות שלאגט ער זיך מיט די האלבע שטעטך. בדרך אגב פארוואס קען קיינער נישט אהערברענגן בידער פונעם התמנות?

ירושלימער2 » 27/12/2009 13:01

פאר וואס יא ?   ?  ? סזאל זיין ביזינות ווי דע ביסעלע אנשים חשובים אין תלמידי מרן רבינו זי"ע האט ער שוין אויכעט נישט!!!!!!!!!!!!