תוקן על ידי שעהר ב- 09/11/2009 1:00:18
אנאליז: פארוואס מעג וויזניץ און שומרי החומות נישט
א ציטאט פון די שטאטוטן פונעם פארום פאראגראף נומ. 4
4) עס וועלן נישט געדולד ווערן קיין קינדערישע און בלאפערישע אשכולות און תגובות, איינער וואס די מנהלים וועלן איינזעהן אז ער איז נישט געאייגענט פארן ניווא פון דעם פארום וועלן אים די מנהלים אפשיקן בכבוד גדול צו די שכינות'דיג אידישע פארומ'ס.
תוקן על ידי בטעמטער ב- 09/11/2009 2:56:32
מען האט שוין ארויסגענומען אלע פישקעס פון וויזניץ פון ציון, און אויך אין אלע בתי מדרשים צוליב אדווערטייזן אין דער איד,
????
די נייע תקנה אז ווער עס וועט אדווערטייזן אין דער איד וועט מער נישט קענען מאכן קיין שום אקציעס אין די בתי מדרשים פון קהל יט"ל לב איבער די גארער וועלט.
ו
אליבא דאמת איז די תקנה 100% גערעכט ווייל אויב אין דער איד שטייט דברי דופי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מיט כל ערליי שעלטונגען און מיסע לשונות, וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן אז דאס זאל מען שרייבן אויף א איד וואס דאווענט 3 מאל א טאג, און היט תרי"ג מצוות, איבערהויפט אויף א רב בישראל, מעג (און "מיז") זיין קהלה טוען שריט צו מאכן א בויקאט אויף דעם צייטונג, א שטייגער ווי מען האט אייביג געמאכט, לדוגמא אויף די פארווערטס, המודיע וכדו'.
אבער!!!
אז מען מאכט אזא תקנה מיז מען קודם אין אכט נעמען אלע קאנסקעווענצן וואס דאס וועט מיט ברענגן, און ווי אזוי מען וועט זיך באגיין דערמיט, זעהט אויס אז דא איז עס געווען אביסל אן איבער געאיילטע שריט, ווי עס וועט דא ערקלערט ווערן.
פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.
אבער דערווייל!!!
די ערשטע דורכפאל די ערענסט ארויפגעקוקטע און אנגענומענע צדקה "כולל שומרי החומות" וואס שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, ותחת נשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, האט זיך נישט דערשראקן פון די נייע תקנה, און אנגעגאנגען ווייטער ווי ביז היינט און אדווערטייזט און דער איד, און אזוי אויך אין דער בלאט.
שנעל איז פארופן געווארן א מיטונג ע"י חברי הקהלה, צו זעהן כדת מה לעשות, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די חוצפה זאל זיך נישט ווייטער פארשפרייטן, און מען האט באשלאסן כולם פה אחד, אז, מען וועט תיכף מקיים פסק זיין, "למען ישמעו ויראו", און טראץ וואס עס איז עומד תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וועט מען דאס מוזן פארקוקן און "שוין" אראפ נעמען זייערע פושקעס פון אלע בתי מדרשים וואס זענען תחת קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פונעם אהל רבותינו הקדושים, האפענדיג אז דערמיט וועט זיך דער זאך שליסן.
אבער דערווייל!!!
ווידער א פראבלעם, דער בית המדרש אהל פיגא אין קרית יואל, וויל זיך נישט צושטעלן צום באשלוס, וואס איז, עס געפונט זיך אין בית מדרש א חשובע מתפלל הרה"ג ר' שלמה מאיער שליט"א, וואס איז אויך פון די הנהלה פון "כולל שומרי החומות", און ער גיבט אסאך געלט פארן ביהמ"ד, ע"כ וויל די הנהלה זיך נישט קרוגן מיט אים, און מען האט עס נישט אראפגענומען, אפי' נאכדעם וואס איינע פון די מתפללים האבן פרובירט אליין אויסצופורן די תקנה און עס אראפ גענומען, איז דער גבאי געגאנגען און עס צוריק געלייגט.
ווידער א פראבלעם!!!
"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".
שוין ווייטער גייט עס נישט ווי געטראכט!!!
יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).
וואס וועט יעצט זיין!!!
וועט דער איד ווייטער ממשיך זיין מיט זייערע דברי דופי?
ווער עס האט עפעס אן עצה זאל ביטע מודיע זיין!
קרעדיט: נוטראלער
כ'על עס מאכן בקיצור,
מיר קוקט אויך אויס אז ס'איז א דורכגעפאלענע זאך, (נישט אינגאנצן, והא ראי' אז בוני עולם, כולל זיבענבערגן און נאך האבן אויפגעהערט אדווערטייזן אין ביידע) אבער כולל שומרי החומות און קרן הצלה האבן זיך אנגעפיפן אויף די תקנה, ממילא קוקט אויס אז ס'איז דורכגעפאלן.
אחוץ אויב די קרית יואל'ע קהלה וועט גיין מיט די קאפ אין די וואנט און אראפנעמען די "קרן הצלה" פושקע'ס אויך.
לדעתי, וועט דאס בעסער ארבעטען, מ'העט נישט דארפן רייסן פושקעס, וכו'
וואס זאגט דער אידישער געדאנק?
דער המודיע שרייבט קעגן רב שך, דער יתד שרייבט קעגן גער, דער המחנה החרדי קעגן רביה"ק מסטאמאר זי"ע.
דער יום ליום קעגן....
עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אצייטונג מיט אזא נידריגע לעוועל ווי דער משכילישער בלאט.
וואס האט געשריבן ליצי ליצנות, קעגן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, קעגן כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.
קעגן די דייני הקהלה, גדולי ישראל וואס די שרייבערס אליין האבן זיי לאנגע יארן געפרעגט שאלות,
אדער קעגן הגה"ק ראב"ד סאטמאר שליט"א, אין וועמען זיין תלמיד האט מיאוס בועט געווען, און געפירט א שמוציגע מערכה קעגן אים, אנגערופן מיט די ערגסטע צונעמען.
קיינמאל האבן מען נישט גענומען די מוסדות פאר קרבנות, די טויזנטער נצרכים, אלמנות ויתומים וואס ווערן געשטיצט פון "כולל שומרי החומות" האט מען נישט געטשעפעט.
כולל שומרי החומות איז מיין איך די גרעסטע צדקה קאסע אין ירושלים עיה"ק.
וואס איז יעצט געשען שוין 8 יאר זייט, ר' אהרן איז אריין אין קאורט קעגן קהל יטב לב וויליאמסבורג, און שוין נאכדעם ווען ער האט גערופן בערכאות זיין אייגענעם טאטן, און געצווינגען זיינע אייגענע קינדער אונטערצו חתמענען.
די גאנצע צייט האט "דער איד" אראפגעריסן דעם מרים יד בתורת משה ומחלל שם שמים והולך בערכאות ר' אהרן טייטלבוים
ווער געדענקט נאך די תוכן'דיגע "חזור בך" מאמרים, ווען זיי האבן געשניטן שטיקער.
וואס האט יעצט פאסירט?
דער איד שרייבט היינט אמאל אמאל עפעס א דזשאוק אדער יא א קורצע ארטיקל, איז וואס איז יעצט געשען?
דער תירוץ איז איין ווארט:
פארמעגליך!
אזוי ווי פארמעגליך האט געשריבן זיינע אמת'ע ארטיקלעך, איז ביי די אהרונים געווארן א וואלקן-בראך, און מען האט ערקלערט א וועלטס מלחמה קעגן יעדן איינעם.
קעגן בני יואל, קעגן קהל יטב לב קרית יואל, קעגן די לעבעדיגע און קעגן די טויטע.
ובתוכם קעגן "דער איד".
באמת וואלטן זיי געדארפט ערקלערן מלחמה קעגן "פארמעגליך",
נאר זיי האבן געציטערט אז ס'איז דא אפאר מענטשן וואס האבן נאכנישט געהערט פון פארמעגליך זאלן זיי נישט שנעל לויפן ליינען די ארטיקלעך... האבן זיי ערקעלערט קריג קעגן "יעדעם", אפשר וועט איין קויל ערגעץ אנקומען אויך צו פארמעגליך...
מען זעהט אויף ענק די ליידיגקייט און אויסגעטריקנקייט! מען זעהט אז ענקער רבין'ס עצבות און אפגעריסנקייט שפיגלט זיך אפ אין זיינע חסידים (אזוי שרייבט פארמעגליך ניין?), ווען האטס עטס די לעצטע מאל געהערט א דבר תורה? ווען האטס עטס געעפענט א אידיש ספר?, א רחמנות...
זייט'ס ענק ווייטער מחזק מיט פארמעגליך'ס ארטיקלעך, אויף וועלכן מ'קען זאגן אז ס'איז נישט דא קיין גאנצע צוויי שורות ווי עס שטייט נישט א פריש געמאכן שקר!, און איך אליין קען אפפרעגן יעדעס ווארט, כ'האב נאר נישט אזויפיל ליידיגע צייט. מ'ברויך דאך ענדיגן דעם היינטיגן עמוד.