היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היינט מיטונג אין קיט"ל ק"י?

היינט מיטונג אין קיט"ל ק"י?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715579

nys10952 » 8/11/2009 23:47

איך האב באקימען אויף מיין סעל א טעקסט אז היינט גייט זיין א גרויסע קהל'ס מיטונג אין קהל יטב לב ק"י איז דאס בכלל אמת ? אויב יא וואס איז די מיטונג וועגען בית יואל אדער סטם קהלישע זאכן ? ווייס אייינער פרטים דערפין

תוקן על ידי nys10952 ב- 08/11/2009 23:51:36

אויששש » 8/11/2009 23:58

ששש.. איך וועל דיר מגלה סוד זיין וואס איז די סדר היום פון די אסיפה

רז"ל פיליפ גייט אויפטרעטן מיט א ברייטערע דרשת הסברה צו מסביר זיין הימל און ערד

ווען עס איז מותר געווארן צו זיין א מסרב לדי"ת - ת"ת דרבינו יואל לבני הספרדים אין ארץ ישראל
ווען עס איז מותר געווארן צוגיין אין ערכאות הציוני - שיכון סאטמאר בני ברק
ווען עס איז מותר געווארן צוגיין אין ערכאות אן היתר בי"ד - מוסדות סאטמאר בארא-פארק
ווען  "     "    "        "          "    "       "       "     "      "    - בית החיים קרית יואל
ווען  "     "    "        "          "    "       "       "     "      "    - בני יואל קרית יואל
ווען עס איז מותר געווארן צו מסר'ן זיין אידישע קינדער
- קרוין וויליאמסבורג

ער וועט מסתמא כדרכו שטארק וויינען און ברעטשען אינדערמיט אז די אלע אויבנדערמאנטע היתרים איז צו הייבן די כבוד פון רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו 

nys10952 » 9/11/2009 00:02

איך וויס נישט וואס די רעדסט איך פרעג אויב קהל יטב לב ק"י מאכט היינט א מיטונג (איך האף אז די פארשטייסט אז איך רעדט פין מהר"א זייט)

אויששש » 9/11/2009 00:09

טעיתי
איך האב געמיינט צו זאגן אז ער גייט שטיין אויפן סוער און פארענטפערן זיין שוידערליכע סירוב לדי"ת
וואס ציהט אראפ די שלייער פון די רשעות, צביעות, וואס ליגט אין דעם מענטש
ער שפילט זיך מיט די תורה הק' ח"ו ברצותו מאריך וברצותו מקצר, ער שניידט אריין און לייגט צו פאר זיינע אינטערעסן
עס איז דאך איום ונורא, וואס וואלט מען אינדערהיים געזאגט צו אזא א.ג. דיין ?

צביהירש » 10/11/2009 00:13

מאחורי הפרגוד הער איך אז הרב הגאון הצדיק דוד בן פעסיל עקשטיין וועט מסביר זיין די מלחמה מיט די סוער טאנק.
א) יעדער מוז ווערן א מעמבער ביי קהל כדי צו האבו רשות צו ניצן דעם בית הכבוד פון בית מדרש הגדול.
ב) ווער ס'האט נישט קיין מעמבער קארטל פון קהל וועט מען אוועק שלעפן זיין קאר פון פארקינג לאט.
ג) ווער ס'וויל קויפן ברויפן ביים משמש זאל זאגן אז ער דארף משקה לחיים נישט חלילה אלקאהאלישע משקאות וואס מ'טאר נישט פארקויפן.
ד) ווער ס'האט נישט די מעגליכקייט צו באצאהלן קיין מעמבערשיפ זאל לכל הפחות קומען חנפ'נען דער ראש הקהל און זאגן אז ער איז א צדיק.