היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט

ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715543
בלאט: 1 2

טראק » 8/11/2009 22:14

די תולדות אהרן חברה זענען געפערליך אנגעפארסקעט, זיי האבן דעם שבת געכאפט ביטערע שווערע פעטש אין ווילי.

די גאנצע שבת איז געווען מיט אראפ געלאזטע נאז, פרייטאג צונאכטס איז דער תולדות אהרן רבי געגאנגען דאווענען אינעם גע'גנב'טן שול אויף ראדני, די שול איז געווען כמנהג המקום ליידיג, א קנאקעדיגע 200 שטריימלעך.

פרייטאג צונאכטס ביים טיש, איז געווען א א ביטער קליינער עולם, ער האט געפירט טיש אין קאנטינעטאל נאר אויף א האלבע זאל, עס איז געווען בלויז 5 שטאקעדיגע פארענטשעס, וואס איז געווען חרוב ליידיג, אינעם גאנצען זאל איז אפשר געווען 150 ביז 180 שטריימלעך, מיט א 100 בחורים, עס האט אויסגעקוקט ווי שבת פאר תשעה באב.

די בזיונות איז געווען עד אין לשער, עס איז געווען פוחת והולך, נאכדעם וואס אמאל האט ער געפירט אין בנין עסטרייכער, מיט 10 שטאקעדיגע פארענטשעס, דערנאך די זעלבע אין ברכה סימא, און איצט אינעם האלבן ליידיגען קאנטינעטאל זאל.

אינעם זעלבען זאל האט פאר יאר געפירט טיש, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון א"י, די זאל איז געווען געפאקט מקצה אל קצה, טויזענטער אידן האבן זיך דורך געדרייט מען האט קיין נאדל נישט געקענט אריין שטעקן.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס דער מן הארץ רז"ל איז אוועק געפארן אויף שבת די וואך, כדי אז זיין ריזיגן עולם וואס גייט יעדע וואך צו זיין טיש.. זאל גיין די וואך צו תולדת אהרן.

פאריגע וואך איז רז"ל נישט אוועק געפארן, דאס איז געווען אפצוטאן רבי לייבוש לייזער, ווייל רבי לייבוש האט געפירט טיש אין אנטווערפן בשעת רז"ל איז דארט געווען, טראץ וואס רז"ל האט איינגעלייגט וועלטן אז ער זאל נישט קיין טיש פירן, טא פאריגע וואך האט ער ביטער נקמה גענומען אין רבי לייבוש...

ביי שלוש סעודת האט שוין אויסגעקוקט דארט ווי תשעה באב אליין, עס איז געווען א געפערליכע מרה שחורה, די טישן פארענטשעס איז געווען פיסט און וויסט, ווען איינער האט אריין שפאצירט דארט האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעהויבען קוקן ווער עס האט אריין שפאצירט.

איך מיין אז די תולדות אהרן'ע וועלן דעם שבת נישט פארגעסען....

rebyankel » 8/11/2009 22:22

די זאלי'ס האבען שוין מורא פין אלע זייערע רבי'ליך, זיי זענען אין קיינעם שוין נישט פארזיכעט
זיי זענען נאך אלס אנטוישט פין כ''ק ר' לייבוש מפשעווארסק

(פאר די רעקארד: תו''א רבי האט שוין עטליכע מאל באזיכט אין אנטייל גענומען ביי סאטמערע רבי שליט''א, ווי אויך אין ירושלים קומט ער צו יעדע יומא דפגרא אין ביהמ''ד ברך משה דקיט''ל)

אבער רז''ל האט אנגהאלטען זיין טראדיציע
אין אוועקגעפארען אויף שבת....

למען_האמת » 8/11/2009 23:09

איך ווייס נישט פון וועלכע וויליאמסבורג דור רעדטס, אין די וויליאמסבורג וואס געפינט זיך אין ברוקלין איז די וואך געווען א "געפאקטער" זאל מן הקצה אל הקצה ביים תולדות אהרן רבי'ס טיש.

ס'קוקט אויס ווי דו האסט שוין געהאט אפגעשריבן דעם תוכן פאר שבת און האסט נאר געווארט דער שבת זאל אריבערגיין זאלסט קענען אויסגעבן דיין ווייטאג...

איך ווייס נישט וואס ס'דריקט דיר, אבער הונדערטער אידן האבן זיך געווייקט ביים טיש און ביים געהויבענעם שלש סעודות.

שכלדיג » 8/11/2009 23:13


דא וועל איך ווייזן מיין שכלדיגע מיינונג אין יעדן זאך אוועק קוקנדיג די אייגענע אינטערעסע
אודה ולא בוש יא תולדות אהרן רבי האט געהאט אַ שוואכן עולם אנטקעגן פשעווארסק און ראכמיסטיווקא

rebyankel » 8/11/2009 23:16

למען האזליס
כ'פארשטיי דיין ווייטוג.
פינקט איך פארשטיי עס יעדע וואך ביי רז''ל'ס טיש.

קוקטס נישט אויף פשעווארסק וכוי, קוקט אויף תו''א פאריאר אין פאר 2 יאר ציריק, אין קוק אים אן די יאר,
אין ברכה סימא פלעגט איר פירן אין די גאנצע זאל, די פארענטשעס ביי ביידע זייטן זענען געווען ביז די פוילען.

תוקן על ידי rebyankel ב- 08/11/2009 23:23:50

למען_האמת » 8/11/2009 23:41

מען שטעלט אראפ דעם שקר אלץ א פאקט, און דערנאך בויעט מען בנינים דערויף

אבער פאקט בלייבט פאקט, עס איז געווען א געפאקטער זאל, און די 6 שטאקיגע פארענטשעס זענען געווען פול מן הקצה אל הקצה.

אפילו ווען ס'שמעקט נישט פאר דעם אדער פאר יענעם, דעם פאקט קען מען נישט איבערמאכן.

דוד46 » 8/11/2009 23:43

עס איז ב"ה געווען א הערליכער שבת

אויששש » 9/11/2009 00:01

דוד'ל איך בין געווען זיכער אז דו שלאפסט, אבער אויב דו ביסט יא אויף לאמיר דיר פרעגן
האסט אפשר פשוט פארזעהן בשוגג די בזיון נורא וואס ווערט אנגעפירט דורך רז"ל פיליפ פון ענקער קישקע לישקע

אויב האסטו נישט וואס צו פארענטפערן און ביסט פשוט אין שאק ווי יעדער וואס זעהט דאס, האב איך גארנישט געזאגט

rebyankel » 9/11/2009 00:12

למען הזאלי'ס
קענסט דרייען אהער אין אהין, די פילע דורכגייער אין ציקוקער (וואס זענען געווען אסאך מער ווי די באטייליגטע..) זענען עדות דערויף
איך ערווארט טאקע נישט פין דיר קיין קליפ/פיקטשער אין שבת, אבער ביטע ברענג פין מוצ''ש ביי הבדלה ווי מ'זעהט די פילע 6 שטאקיגע פארענטשעס (ווי באקאנט איז מען אין תו''א היינט צו טאגס זייער פארגעשריטן אין בילדער)
יש''כ

טראק » 9/11/2009 00:13

עס קוקט אויס ווי פרייטאג צונאכטס האט למעם השקר מיט דוד 48 געחלומעט א מחיה.

איך ווייס נישט פון וועלכע וויליאמסבורג עטץ רעדטס, אין די וויליאמסבורג וואס געפינט זיך אין ברוקלין איז די וואך געווען א "ליידיגער" זאל מן הקצה אל הקצה טראץ די ריזיגע ברייטע טישן אין דער מיט, און קלייינע פראנעטשעס ביים תולדות אהרן רבי'ס טיש.

ס'קוקט אויס ווי דו האסט געבוירען איצט נאך שבת הונדערטער אידן, ווייל שבת ביינאכט זענען די אידן נישט געווען אין ליידיגן קאנטינעטאל זאל אויף ראדליטש, אפשר האסטו געזעהן הונדערטער טויטע נשמות...

איך ווייס נישט וואס ס'דריקט ענק, אבער טראץ די הונדערטער פאלקאטען אין אלע גאסן, האבן אידן נישט געפינען פאר וויכטיג זיך צו ווייקן ביים ברייטען מיטן טיש און קליינע פארענטשעס אינעם געהויבענעם קאנטינעטאל זאל.

באלד וועלן נאך די זאליס שרייבן אז דער האלבער קאנטינעטאל איז דאפעלט אזוי גרויס ווי עטרת אברהם... און עס גייען אריין דארט 5 מאל אזוי פיל מענטשן ווי אין עטרת אברהם...

און עס איז 10 מאל גרעסער ווי ברכה סימא...

רבי_יונה » 9/11/2009 00:17

יא עס איז געווען א הערליכער שבת, די וועטער איז געווען א מחי'.

איך מיין אז נעקסטע יאר, קען תולדות אהרן פירן די געהויבענע טישן... אין ביהמ"ד תולדות אהרן אויף ליע עוו. קאר. ווילסאן, דאס וועט זיין פונקט גוט.

וועט נישט זיין די בריייטע מיטען טיש, וועט נישט זיין די קליינע ברענטשעס, טא מען דארף דאך גיין מיטן אמת...

מען דארף נאר זעהן אז זיין שוואגער תולדות אהרן רבי פון ווילי זאל אים אריין לאזן...

בלומבערג » 9/11/2009 06:26

זייט כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א האט זיך אפגיטיילט וואס ער האט מיט זיך מער ווי א דריטעל און ירושלים 60 פראצענט און בית שמש און 80 פראצענט און אמעריקא פאר וואס ווינדערסט זיך אויפן דארכגיפאלענעם שבת און וויליאמסבורג

wowowowo » 10/11/2009 20:27

פאריגע וואך האט זיך כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אריבערגעכאפט אויף פלארידא צו באזיכען הרה"ק הישיש מטאהש שליט"א.
מוצש"ק איז דער תולדות אהרן רבי געווען זיך באטייליגען ביי די שמחת שבע ברכות פון גאלאנטא קהילה וואס זיי האבען געפראוועט לכבוד די אינגסטע קינד פון גאלאנטא רב.
יהא בואו לברכה

רבי_יונה » 10/11/2009 21:07

די תולדות אהרן רבי דרייט זיך ארום אין ווילי, און מאכט נעבעך נישט קיין דאלער.

אפילו די זאליס געבן אים שוין נישט, זיי דארפן אים שוין נישט, זיי לאכן פון אים, זיי האבן אים נאר געברויכט ווען זיי האבן אים געדארפט פאר א שטעקן, אבער איצט שיקן זיי אים לעזאזל.

nuremes » 11/11/2009 22:43

כ'האב דאס יעצט באקומען אין אישי פין ההחברה, לדעתי רעדט ער צו די זאך:

על מעלת כבודך, בבקשה ממך

איך זעה איר רשות כתיבה אין די פארום כל העולם כולו, איך וואלט אייך געוואלט בעטן אויב איר קענט עס ארויפלייגען, ויש''כ למפרע.

(ההחברה)

עס ווינדערט מיר דא צו זעהן א אשכול ווי מען שפעט אפ פין די תולדות אהרן שבת אין ווילמסבורג במחיצת קדשו פינעם תו''א אהרן רבין שליט''א.

לויט ווי איך פארשטיי האלט די חסידי מהר''א אז דאס איז א געווינס פאר זייער צד נאכדעם וואס זיי האלטען אז תו''א רבי שליט''א האט אמאל גענומען א שטעלע אין סיי וועלכע מחלוקה, בפרט אין סאטמאר.

אין ווייל איר פילט זיך ציקריגט פילט איר פאר א ניצחון זיייערע דורכפעלער, כנלענ''ד.

אין פאקט וויל איך נעמען די מי אין דאס קלארשטעלן פאר אייך די טריקענע פאקטען, ואדרבה פרעגט אייך נאך זיך צו איבערצייגען דעם אמת.

איך וויל אבער קלארשטעלן אז קיינער אין די הייליגע חבריא פין תולדות אהרן האט מיך נישט געבעטן צו פ ארטיידיגען די הייליגע קהילה, אבער כדי לקיים והיתם נקים אין למען השלום, נעם איך די פענע אין די הענט, אין איך האף אז מיינע אמת'ע רייד למען השלום והאמת וועלן אויפטוהן איר ציל.

כ''ק מרן רבינו מתו''א שליט''א האט קיינמאל קיין שטעלע נישט גענועמן אין קיין קהלי'שע מחלוקת בכלל און ביי די סאטמערע מחלוקה בפרט, טראץ וואס מענטשן האבען געלייגט אויף אים לחץ ער זאל יא נעמען א צד,  אין ער האט בעסערע דאגות ווי דעם ב''ה
(ביטע האקט מיך  נישט איבער מיט די מחלוקה פין תולדות אברהם יצחק ווייל דאס איז באמת א באזינדערע נושא אויף וואס מ'איז געזיצען ביי א דין תורה ביים בי''ד הגדול – העדה החרדית, אין די רביים צווישען זיך לעבן היינט צו טאגס אין פרידען ב''ה)

ווער ס'האט יא גענועמן א שטעלע, זענען עטליכע גרויסע תומכים פין תו''א, וועלכע קומען פין סאטמאר, ווי מוה''ר אברהם ברוך גאדניגער, מוה''ר יחזקאל בראך, ועוד, אין זיי האבען געלייגט לחץ אויפן רבין'ס גבאים אין אינזער מנהלי המוסדות צו פראבירן צו דערווייטערן דעם רבי'ן שליט''א פין מהר''א מ'סאטמאר, ציליב זייער פריוואטע נגיעות, אין דאס מאכט ענק מיינען אז דער תו''א רבי האט גענומען א צד אין די מחלוקה אין האט ח''ו עפעס קעגן מהר''א.

באמת קען מען די גבאים נישט פארהאלטן היתכן זיי זענען גרייט אנצונעמען אזעלכע פארלאנגען, ווייל נאך אלעם זענען די הייליגע תו''א קהילה אין מוסדות אין א שווערע פינאנציעלע מצב, סיי ציליב וואס די בני הקהילה זענען מעיטי היכולות, אין צו דעם האלטן מיר  זיך די הייליגע שיטה פין רבותיה''ק נישט נהנה זיין פין די געלטער פין די רשעים, ווי באקאנט.
אין פין די אנדערע זייט,זענען די אויבערדערמאנטע נגידים די רוקן ביין פין אינזערע מוסדות הק' שאפענדיג יערליך דעם סכום פין בערך אנדערטהאלבען מיליאן דאללער ב''ה, וואס אין דעם איז געוואנדען אינזער קיום, ואשרי חלקם, ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז מ'זאל זיי נאכגעבן זייער פארלאנגען, עכ''פ ווי לאנג זיי פארלאנגען נישט אז תו''א רבי זאל אליין ''ארויסקומען קעגן כ''ק אדמו''ר מהר''א''.

אין מציאות אבער, קען איך קלאר זאגען, דער תו''א רבי, האט קיינמאל קיין צד נישט גענועמן, אין ס'טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מ'זאגט אז ער באלאנגט מער צו איין צד.

כ'וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן

יעדע מסיבה פין צד מהר''א ווי דער תו''א רבי שליט''א ווערט געלאדענט (פערזענליך, נישט דורך די גבאים) אין ירושלים עיה''ק,  באטייליגט ער זיך, עס זענען דא בילדער דערפון, (כ'וועל פראבירן צו ברענגן עטליכע בלינ''ד אבער ווער עס האט עס זאל מיך ביטע ציהעלפן)

הרה''ג ר' בן ציון לאוב פין נו יארק, וועלכע איז פין דיינים פין צד מהר''א אין נו יארק אין איז שטארק מעריץ דעם תו''א רבי שליט''א אין איז נאנט מיטן תו''א רבין נאך פין ווען ער האט געוואינט אין מאנסי, אין דינט נאך היינט צו טאגס אלס א ראש החבורה ביי איינס פין די תו''א חבורות אין אמעריקה (די חבורות דאווענען אין א אייגען שטיבל די אינטערשטע שטאק פין הרב הערמאן  - בעל אכסניא פין תו''א רבי שליט''א) אין ער ווערט דארט געלאדענט מזמן לזמן צו אויפטרעטן פאר אלע בני החבורות
אין תו''א רבי שליט''א איז אים גאר שטארק מעריץ, טראץ וואס תו''א  רבי ווייסט קלאר ווי ער  באלאנגט.

די לעצטע 2 יאר האט די תו''א רבי שליט''א  אנגערופן  ''ערב יום הקדוש'' מהר''א זיך צו ווינטשען מיט אים, ווער עס קען נישט דעם תו''א רבי אין וווייסט נישט זיין הייליגע עבודה פין ערב יום הקדוש וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אים, ספעציעל נאכדעם וואס מ'פלעגט מיט פארשידענע אויסריידן נישט איבערגעבן דעם טעלעפאן (ס'קען זיין אז די  אויסריידען זענען געווען אמת, איך ווייס נישט) וואס דאן האט דער תו''א רבי שליט''א אנגערופן הרב לאוב אין אים געבעטן ער זאל  זעהן אז ער זאל קענןע רעדן צו מהר''א, אין הרב לאוב האט עס טאקע ערלעדיגט די לעצטע 2 יאר, וגדול זכיתו
(איך קען נישט דעם הרב לאוב פערזעליך, אבער ווער עס קען אים זאל אים מוחל  זיין אליין'ס פרעגן) אלעס ציליב דעם ווייל ער וויל ווייזען אז ער האט גארנישט נגדו.

וואס דארפט איר מער ווי דעם, ביי איינס פין די חתונת ווען מהר''א האט חתונה געמאכט א אייניקעל אין ווילימסבורג, אין דער תו''א רבי שליט''א האט זיך דאן געפינען אין קרית יואל אויפצינעמן אין געזעגנען אנשי שלומינו, האט דער תו''א רבי זיך מטריח געווען אין געקומען צו פארען 2 אזייגער ביינאכט, זיך צו משתתף זיין בשמחתו, טראץ די פארלאנגען פין געוויסע משמשים אז דאס וועט שאדען מאכען פאר די געלט אקציע (לויט ווי איך געדענקט האט דער בעל שמחה פערזעליך גערופן דעם תו''א רבי צו די שמחה) אבער כדי צו ווייזען אז ער וויל לעבן בשלום ושלווה איז ער געקומען פין ק''י דעם גאנצען וועג.

איינס פין די זאכען וואס מ'הענגט אן אויף תו''א רבי איז, אז ווען ער קומט אויף ווילימבורג אויף שבת דאווענט ער ליל שב''ק אין ביהמ''ד פין צד מהר''יי מסאטמאר אויף ראדני סט', אין דאס דארף לשיטתם דינען אלס צייכען אז תו''א רבי שליט''א שטעלט זיך עמטליך אהין
אין מציאות אבער, טוט ער דאס ווייל ער פלעגט אזוי טוהן נאך פאר די מחלוקה אין סאטמאר בחיו פין האדמו''ר הברך משה זי''ע, אין ווען ער זאל יעצט אנהייבען משנה זיין איז דאס אסאך מער א אנמערקבארא קלאפ פאר צד מהר''יי.
וואס דארפט איר מער ווי דעם אז די לעצטע פאר יאר אז מהר''יי אפי' נישט געווען אין שטאט אין די שבתים וואס תו''א רבי האט זיך געפינען ציגאסט אין דאך האט ער ווייטער געדאווענט דארט
וואס פין דעם קענט איר קלאר זעהן, אז ער מיינט נישט מהר''יי נאר ער וויל פשוט נישט משנה זיין פין דעם ביהמ''ד ווי ער פלגעט אלעמאל דאווענען (אויב האלט צד מהר''א אז מען טאר נישט דאווענען אין דעם ביהמ''ד וועגן גזילה וכו' מיז אבער דער תו''א רבי נישט זיין באהאווענט אין יעדן דעטאל פין די מחלוקה)

נאך א זאך וואס מ'הענגט אן אין תו''א רבי'ן איז דאס וואס ער געפראוועט א שב''ק אין שטאט קרית יואל ווי מהר''א דינט אלס מרא דאתרא, אין דאס האט געזאלט הייסען א חוצפה קעגן א רב
וויל איך דא קלארשטעלן עטליכע פאקטן

לפי ידיעתי איז ביהמ''ד תו''א אין ק''י אפיצעיל אינטער די תקנות פין קהל יטב לב קרית יואל

לפי ידיעתי האט תו''א רבי האט געשיקט פרעגן רשות פאר שבת פין קהל יטב לב אין קרית יואל אויב ער מעג פירן דעם שב''ק אין קרית יואל, אין זיי האבען זיך טאקע ארויסגעדרייט פין געבן תשובה, אבער ''ניין'' האבען זיי נישט גענטפערט, האבען מיר געמעגט ניצן די כלל פין שתיקה כהודאה.

תו''א רבי האט דאן ערב שבת באזיכט ביי מהר''א אין שטוב, צו ווייזען אז פירט נישט דא א שב''ק קעגן א מרא דאתרא, והא ראי' ער גייט אים באזיכען גלייך נאך פאר שבת, אין גיבט אים אפ כבודו הרמה.

נאכדעם וואס תו''א רבי האט געפילט ביים אויבערדעמאנטע באזוך, דורך די וועג וויאזי די משמשים פין מהר''א האבען אים באהאנדעלט אז ער טוט יא עפעס וואס טוט וויי פאר צד מהר''א – טראץ וואס מען האט אים קיינמאל נישט געזאגט קיין ניין – ווי שוין געשריבן.
האט תו''א רבי געשיקט א ספעציעלע דעלעגאציע אין שפיץ פין ר' דוד פערל שליט''א מחשובי חסידי תו''א ומנהל במוסדות קרית יואל כדי צו מפייס זיין.

עס זענען דא, נאך צענדליגע דוגמאות ווי כ'קען אייך אנצייגען אז דער תו''א רבי האט גארנישט קעגן צד מהר''א, ועוד חזון.

דער תו''א רבי איז פריוואט נאנט מיט ר' יעקב יושע פרידמן פין בראזיל וועלכע פין די ראשי קהילה אין גרויסע תומכים פין מהר''א, אין ער האט פאר אים שוין קלאר געזאגט עטליכע מאל אז ס'טוט אים וויי אז מ'מיינט אז ער האט עפעס קעגן מהר''א מסאטמאר.

נאר וואס דען, ווי שוין געשריבן די ראשי הקהילה והמוסדות אין די גבאים ווילן נישט פארלירן די גרויסע געלטער וואס האלטען אויף די קיום המוסדות, אין מיזען נאכגעבן די בקשה פין די תומכים
אין ציגאב גיבט אויך צו דעם פאקט, אז וויבלאד תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען אמאל נישט אין גיטן מיט אחיו תו''א רבי, אין צד מהר''י האט זיך דאן עפענטליך ארויסגעשטעלט קעגן תולדות אברהם יצחק, ציליב א אינערליכע סאטמערע סוכסוך ווי זיי האבען פארלאנגט אז דער תולדות אברהם יצחק רבי זאל משנה זיין א אכסניא.

אבער דאס איז קלאר, דער תו''א רבי שליט''א האט גארנישט קעגן צד מהר''א אין אוודאי נישט קעגן מהר''א פערזענליך, אין עס טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מענטשן רעדן איבער זיין דעה.

איך האף אז מיינע דברי אמת וועלן אויפטוהן איר ציל

אין נאכמאל א ישר כח פאר'ן ארויפלייגען מיינע ווערטער

ה''ה הרוצה בע''ש

 

בייגעלייגט אז א בילד וואס איך האב געטראפען

דער תו''א רבי באטייליגט זיך ביים סעודת הודאה כ''א כסליו אין ביהמ''ד ברך משה אויף רחוב יונה פין צד מהר''א

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי nuremes ב- 11/11/2009 22:57:42

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/11/2009 4:05:32

לאעליכם » 11/11/2009 23:07

כ'האב הנאה פון אייערע ווערטער, איר שרייבט צום זאך. הגם ס'איז נישט ממש אזוי שטארק ווי איר לייגט עס אראפ, לפי ידעתי איז ביהמ"ד תו"א אין קר"י נישט אונטער קהל יטב לב, און ווי באוואוסט איז תולדות אהרן רבי דאן אריבערגעקומען באזוכן מהר"א געציילטע מינוט פאר כניסת השב"ק, ווען כ"ק מהר"א שליט"א איז שוין געווען מלובש בבגדי שבת...  אבער ב"אופן כללי" זענט איר גערעכט.

און נאך מער, לו יצוייר אז תו"א רבי שליט"א איז יא אביסל נוטה צום אנדערן צד, קומט נאך אלס נישט אים אראפצורייסן.

רבי_יונה » 11/11/2009 23:54

די מעשה מיט תולדת אהרן איז אזוי

און די לעצטע צייט האבן זיי אנגעהויבען ליידן פון זייערע שלעכטע חברים די זאליס, אנגעהויבען האט זיך עס ווען פאר יאר ביי זייער תערובת שמחת בית הושאבה, איז פון די גרויסע אנפירעס און פאשקאווילען ווארפערס געווען די 2 נאנסטע מענטשן פון ר' חיים צבי מיפו, יצחק ווייס און נחום אטיק, די תולדת אהרן רבי אליינס האט געבעטען ביי חיים הערש אז ער זאל אפשטעלען די 2, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט פון אים, און ווען תולדת אהרן איז געקומען קיין אמעריקא נאך געלט, האבן די זאליס געווארפן פאשקאווילען קעגן אים אין אלע גאסן אין ווילי, ב"פ, קרית יואל וכו'.

זינט דעמאלס האט תולדת אהרן אנגעהויבען מאכן א שטיקל U-TARIN, און אנגעהויבען צו פרובירען מער נישט צו טשעפן די אהרונים וואס מעגליך, אבער די אהרונים פון די אנדערע זייט שטייען און לאכן פון זיי, זיי דארפן זיי נישט האבן עס איז גוט אן זיי.

די אלע זאכן פארשטייט זיך מיינט נישט דער עולם אין תולדת אהרן וואס זענען איידעלע חשובע אינגעלייט, נאר מען מיינט די ראשים.

יעצט אביסל וויפיל איך דערמאן זיך וואס זיי האבן געטאן.

1) ווען תולדות אהרן רבי איז געווען אין קרית יואל אויף יענעם שבת איז ער געקומען באזיכן רבינו שליט"א נאך דעם וואס ער האט באזיכט די אלע בני המן רבנים ווי שארמאש, וכו', און נאר צוליב וואס א גרויסער נגיד האט געסטראשעט אז ער שטעלט אפ זיין תמיכה טאמער ער באזיכט נישט די מרא דאתרא, און געקומען איז ער הארט פאר כניסת השבת.

2) ער האט באזיכט די מוסדת וואס איז געאסר'ט געווארן דורך מרן בעל ברך משה זי"ע, און בדי"צ העדה החרדית ובראשם בעל מנחת יצחק.

3) און די יארן פאר דעם פלעגט ער אויך קומען קיין קרית יואל אויף אפאר טאג, און נישט געקומען באזיכען רבינו שליט"א.

4) ווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א איז געווען באזיכן אין א"י ווען רבינו שליט"א איז דארט געווען, איז ער ארום צו די מוסדת על טהרת הקודש טיילן פאר זיי געלט, האט תולדת אהרן געזאגט אז זייי דארפן נישט דאס געלט.

5) דאס דאווענען אין ראדני איז בלויז זיך צומישען אין מחלוקת, ווייל יעדער ווייסט, און תולדת אהרן ווייסט דאס נאך בעסער, אז ראדני איז גע'גנב'ט געווארן, און מיט דאווענען דארט שטיצט ער די גניבה, זיין עלטערע ברודער אדמו"ר מתולדת אברהם יצחק האט אויפגעהערט צו דאווענען דארט. אינטערסאנט דאס האט ער נישט געקענט משנה זיין ח"ו, נאר די לבוש אין תולדת אהרן דאס האט ער געקענט משנה זיין.

6) תולדות אהרן איז געווען די גרעסטע פייטערס אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן ירושלים'ער רב, זיי האבן אנגעדרייט וועלטן דערוועגן, אזוי ווייט אז זיי האבן אפילו אראפגעשלעפט זייער חבר הנהלת העדה ר' נפתלי ראזענפעלד שליט"א טראץ וואס ער האט שוין געקאלעכט און געווען גאר שוואך און קראנק, נאר כדי צו האבן נאך א שטימע.

ועל כולם נאך עד היום טוט נישט תולדת אהרן אריין לייגן מודעות אין דער בלאט, נאר אינעם טריפה'נעם העצערישן "דער איד", אזוי ווייט אז זיי האבן אפילו אריין געלייגט אין דער איד א מודעה אז זיי לייגן נישט קיין מודעות אין דער בלאט ווייל עס איז געאסרט געווארן דורך מרן בעל ברך משה...

אזוי איז דא נאך און נאך

איך פארשטיי אז איצט ווען עס איז פאר תולדת אהרן ביטער שווער, ווייל די זאליס פירן א מערכה מיט זיי, און אויך ווייל די גרויסע זאלי שטיצער ווי וואלי לעפקאוויטש, גאדינגער, וכו' האבן נישט היינט קיין געלט, אבער וויינט נישט ווי אן אומשולדיג קינד.

nuremes » 12/11/2009 00:12

ר' יונה
ביזט גערעכט אויף די הנהלה פין זייערע מוסדות, אבער נישט אויף תולדות אהרן רבי,


בלומבערג » 12/11/2009 01:31

הערות והארות צו הרב וכו' פערזענליכער שרייבער פון מוהר"ד קאהן ווער עס קוקט דער סטיל פון דער שרייבער איז דאס דער זעלבער אידישער שרייבער וואס האט געשריבען אלע בריוו ביי די וואלאווער שידוך פאר די חתונה, נאר פונקט ווי מוהר"ד קאהן וויל נישט מזאל וויסען ווער עס האט געשריבען דעם הכתב והמכתב נאר מרומז און די הסכמות אזוי אויך אונזער כותב

עס ווינדערט מיר דא צו זעהן א אשכול ווי מען שפעט אפ פין די תולדות אהרן שבת אין ווילמסבורג במחיצת קדשו פינעם תו''א אהרן רבין שליט''א.

קיינער שפעט נישט פון מוהר"ד מברענגט נאר ארויס וויאזוי ער האט נישט גוט קאלקאלירט דעם עתיד פון סאטמאר

שבת מבה"ח אייר שבת שבעה פון רבינו הקדוש הברך משה זי"ע איז זיין שותף און ביזעם פריינד ר' משה יונה רויזענפעלד שי' געקומען ספעציעל אויף וויליאמסבורג בשליחותו צו אבסעווירן איך יפול דבר וואס וועט זיין פון סאטמאר ווער וועט זיין סאטמאר

משה יונה רופט אהן מוצאי שבת מוהר"ד רבי סאיז נישט צו גלייבען רוב מנין ובנין פון סאטמאר רעכענען זיך נישט מיט די דיינים זענען גיגאנגען שבת בארץ לא זרועה און א שאטער צום קרית יואל'ער :

מוהר"ד: וואס דארף מען איצט טוהן?

משה יונה : אביסעל צוריק דרייען :

 מוהר"ד מיט וואס ? 

משה יונה : קודם רופן מנחם אבל זיין דעם קרית יואלער!   

מוהר"ד: שמואל זאגט מיר אז מזאל גיין צו זייער הספד ביי פויגעל'ס כולל, ווי קלערסטו ? משה יונה: זיי האבען דען גערופען דעם רבי'ן ?

מוהר"ד : דע טאטע פלעגט זאגען אויף א לויה דארף מען נישט רופען

{ביז דא איז נאכגעשריבען פון די גישפרעך צווישען ר' משה יונה רויזענפעלד און מוהר"ד קאהן שליט"א }

והדברים ידועים אז מוהר"ד איז געקומען צו לויפען צום הספד אויף רחוב יונה

 

לויט ווי איך פארשטיי האלט די חסידי מהר''א אז דאס איז א געווינס פאר זייער צד נאכדעם וואס זיי האלטען אז תו''א רבי שליט''א האט אמאל גענומען א שטעלע אין סיי וועלכע מחלוקה, בפרט אין סאטמאר.

אין ווייל איר פילט זיך ציקריגט פילט איר פאר א ניצחון זיייערע דורכפעלער, כנלענ''ד.

אין פאקט וויל איך נעמען די מי אין דאס קלארשטעלן פאר אייך די טריקענע פאקטען, ואדרבה פרעגט אייך נאך זיך צו איבערצייגען דעם אמת.

איך וויל אבער קלארשטעלן אז קיינער אין די הייליגע חבריא פין תולדות אהרן האט מיך נישט געבעטן צו פ ארטיידיגען די הייליגע קהילה, אבער כדי לקיים והיתם נקים אין למען השלום, נעם איך די פענע אין די הענט, אין איך האף אז מיינע אמת'ע רייד למען השלום והאמת וועלן אויפטוהן איר ציל.

כבוד הרב קיינער אין די חבריא נאר דער ראש החבריא מהר"ד

כ''ק מרן רבינו מתו''א שליט''א האט קיינמאל קיין שטעלע נישט גענועמן אין קיין קהלי'שע מחלוקת בכלל און ביי די סאטמערע מחלוקה בפרט, טראץ וואס מענטשן האבען געלייגט אויף אים לחץ ער זאל יא נעמען א צד,  אין ער האט בעסערע דאגות ווי דעם ב''ה

דאס מיינסט אוודאי די דאגה וויאזוי מרייסט אויס קנאות פון די ירושלימער אידען


(ביטע האקט מיך  נישט איבער מיט די מחלוקה פין תולדות אברהם יצחק ווייל דאס איז באמת א באזינדערע נושא אויף וואס מ'איז געזיצען ביי א דין תורה ביים בי''ד הגדול – העדה החרדית, אין די רביים צווישען זיך לעבן היינט צו טאגס אין פרידען ב''ה)

ווער ס'האט יא גענועמן א שטעלע, זענען עטליכע גרויסע תומכים פין תו''א, וועלכע קומען פין סאטמאר, ווי מוה''ר אברהם ברוך גאדניגער, מוה''ר יחזקאל בראך, ועוד, אין זיי האבען געלייגט לחץ אויפן רבין'ס גבאים אין אינזער מנהלי המוסדות צו פראבירן צו דערווייטערן דעם רבי'ן שליט''א פין מהר''א מ'סאטמאר, ציליב זייער פריוואטע נגיעות, אין דאס מאכט ענק מיינען אז דער תו''א רבי האט גענומען א צד אין די מחלוקה אין האט ח''ו עפעס קעגן מהר''א.

באמת קען מען די גבאים נישט פארהאלטן היתכן זיי זענען גרייט אנצונעמען אזעלכע פארלאנגען, ווייל נאך אלעם זענען די הייליגע תו''א קהילה אין מוסדות אין א שווערע פינאנציעלע מצב, סיי ציליב וואס די בני הקהילה זענען מעיטי היכולות, אין צו דעם האלטן מיר  זיך די הייליגע שיטה פין רבותיה''ק נישט נהנה זיין פין די געלטער פין די רשעים, ווי באקאנט.

אז אלע ישיבה בחורים זענען אייגעשרובען און בית לפליטות און אזוי מעג מען נעמען והדברים ידועים


אין פין די אנדערע זייט,זענען די אויבערדערמאנטע נגידים די רוקן ביין פין אינזערע מוסדות הק' שאפענדיג יערליך דעם סכום פין בערך אנדערטהאלבען מיליאן דאללער ב''ה, וואס אין דעם איז געוואנדען אינזער קיום, ואשרי חלקם, ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז מ'זאל זיי נאכגעבן זייער פארלאנגען, עכ''פ ווי לאנג זיי פארלאנגען נישט אז תו''א רבי זאל אליין ''ארויסקומען קעגן כ''ק אדמו''ר מהר''א''.

 

אין מציאות אבער, קען איך קלאר זאגען, דער תו''א רבי, האט קיינמאל קיין צד נישט גענועמן, אין ס'טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מ'זאגט אז ער באלאנגט מער צו איין צד.

 

כ'וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן

יעדע מסיבה פין צד מהר''א ווי דער תו''א רבי שליט''א ווערט געלאדענט (פערזענליך, נישט דורך די גבאים) אין ירושלים עיה''ק,  באטייליגט ער זיך, עס זענען דא בילדער דערפון, (כ'וועל פראבירן צו ברענגן עטליכע בלינ''ד אבער ווער עס האט עס זאל מיך ביטע ציהעלפן)

הרה''ג ר' בן ציון לאוב פין נו יארק, וועלכע איז פין דיינים פין צד מהר''א אין נו יארק אין איז שטארק מעריץ דעם תו''א רבי שליט''א אין איז נאנט מיטן תו''א רבין נאך פין ווען ער האט געוואינט אין מאנסי, אין דינט נאך היינט צו טאגס אלס א ראש החבורה ביי איינס פין די תו''א חבורות אין אמעריקה (די חבורות דאווענען אין א אייגען שטיבל די אינטערשטע שטאק פין הרב הערמאן  - בעל אכסניא פין תו''א רבי שליט''א) אין ער ווערט דארט געלאדענט מזמן לזמן צו אויפטרעטן פאר אלע בני החבורות
הג"ר בנציון לויב שליט"א איז פארבעטען געווארען פון זקני תלמידי הדברי אמונה ער זאל לערנען אביסעל קנאות מיט מוהר"ד אס עס זאל נישט זיין קיין בזיונות פאר די תו"א עדה.

אין תו''א רבי שליט''א איז אים גאר שטארק מעריץ, טראץ וואס תו''א  רבי ווייסט קלאר ווי ער  באלאנגט.

זייער שיין מוהר"ד איז גאר שטארק מעריץ זיין מלמד להועיל

rebyankel » 12/11/2009 01:51

וואס גייט דיר אזוי אין לעבן צו טראכטען אז אפשר איז יענער גערעכט אין עס איז פשוט פרעשור פין עטליכע גבאים אויפן באפעל פין עטליכע מרי לב?

ס'קען נישט זיין?

וואלןסח » 12/11/2009 02:19

עטליכע הערות צו דעם שרייבער פון תולדות אהרן
קודם א קשיא, אויב דער תו"א רבי וויל נישט משנה זיין, פרעג איך, איז זיין טאטע אויך געזעסן אין ישיבה קעגן איבערן כותל?

יעצט צום פונקט
דאס התרחקות פון תו"א האט זיך שוין אנגעהויבן נאך אין תשנ"ה, ווען רבינו שליט"א האט אים געבעטן ער זאל קומען זען דעם סקול דיסטריקט, און ער זאל אים זאגן אויב ער זעט דערין עפעס קעגן די תורה, און ער הא קאטאגאריש אפגעזאגט, און דאס איז דאן געווען א פגיעה ברבינו הקדוש בעל ברך משה (אין די גע'אסר'טע מוסדות האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם צו גיין)
רוב מנין ורוב בנין פון חסידי סאטמאר מיין איך האבן נאך אלעם נאך אלץ גארנישט קעגן אים פערזענליך, ווייל למעשה האט ער זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט אפן דערקעגן.
איר דארפט אבער פארשטיין
דער מצב הפרנסה איז שווער ביי יעדן, און ווי ער קענט איר קומען בעטן געלט פון אונז מיט די טענה אז איר פארקויפט זיך נישט פאר געלט, ווען איר טוט דאס יא,
רבינו שליט"א האט אמאלנאכגעזאגט בשם אביו רבינו הברך משה, אמאל ווען איינער האט עטון עפעס נישט גוט האט מען געפרעגט בלשון תמי': פאר געלט?, כלומר פאר געלט טוט מען אלעס, היינט זאגט מען עס בניחותא, פאר געלט!
אויב געלט איז ביי איך פאר אלעם, און איר האט אזעלכע גרויסע תומכים, און די געלט צאלט זיך אויס, דארפט איר דאך אוודאי נישט צוקומען צו אונזערע פאר גרייצער.
אויף אונזער ליסטע שטייט קודם גרייט די ערליכע מוסדות וואס קענען נישט בעטן קיין געלד ערגעץ אנדערש, וויל זיי פארקויפן זיך נישט פאר געלט פאר קיינעם... 

איי פיל יור פעין

מיר פארשטייען זייער גוט וואס דאס מיינט אז מען מאכט נישט קיין געלט ווייל מען ווייזט מער סימפאטיע פאר איין צד, מיר זענען אין די זעלבע שיך.

די חילוק איז נאר, קוקט פאר וועם מיר צאלן א פרייז און פאר וועם איר צאלט א פרייז.


ולסיום, כבודו של האדמו"ר מתולדות אהרן במקומו מונח, און ס'קומט אים נישט אראפצורייסן זיין פערזענליכקייט, אבער ס'איז גוט אמאל צו זען ווי מען קומט אן ווען מען  איז גרייט אלעס צו טון פאר געלט!!!


תוקן על ידי וואלןסח ב- 12/11/2009 2:48:17

מנחם_מענדל » 12/11/2009 03:39

טראץ וואס דער תולדות אהרן'ער האט געשריבן גאנץ אויפריכטיג, איז וואלן זייער גערעכט. זייער גוט ארויסגעברענגט.

(אבער פארשטייט זיך, דאס עפענען א אשכול צו דערנידערן תו"א, ווי כאילו מיר האבן א פראבלעם ווען ער האט א עולם, און ווען נישט איז עס אונז א געווינס, דאס איז קינדיש).

פארשטיי » 12/11/2009 17:00

איך ווייס נישט וואס מען בארירט נישט די עיקר נקידה,

דער רשע וואס האט געמאכט הגה''צ דעם תו''א רבי פאר רבי, און ארויס געשליידערט דעם תא''י רבי וואו א הינט אויפן גאס, איז א בר נש מיטען נאמען,  גבריאל שישא,

עס איז נישט קיין סוד אז דער גבריאל שישא און קאלטבליטיגער ירושלים'ער מאפיענער, און מיט אים האט זיך זיין בן גילו משה בן פראדעל דורך גערעד וואו אזוי ער קען צו טיילען סאטמאר, זיכער צו מאכען אז ער בלייבט כאטש מיט עפעס,

דער רשע גבריאל שישא האט אים דאן געגעבן די ''גוטע עיצה'' אז מען זאל צו ברעכען די משפחה,

דהיינו יעדער וווייסט אז די קינדער פונעם ברך משה זי''ע האבן זיער גוט געלעבט איינער מיטן צווייטען, ביז דער משה בן פראדעל האט אויף די עצה פון זיין ביזעם פריינד דער רשע גבריאל שישא, אנגעזייעט א שנאה און א מחלוקה צוווישען די קינדער פונעם הייליגען ברך משה זי''ע, וואס האט ענווענטועל צו ברענגט דעם ביטערן חורבן,  

דער תו''א שליט''א דרייט זיך מיט דעם גבריאל שישא, ער איז זיין נאנסטע מענטש, דער גבריאל שישא ארבייט האנט ביי האנט מיט בן פראדעל, דעריבער אז זיכער אז די אלע אויבענדערמאנטע פעילות וואס ער האט אלס געטאן, איז געווען נאר צו שטעכען כ''ק רבינו שליט''א,

אפי דער שרייבער האט שיין פארענפערט אלע נעגעטיווע פעילות, אונז ווייס מער איין זאך מיט וועמען דרייעט זיך דער תו''א רבי? מיט גבריאל שישא? יא!

איז זיכער אז די פעילות וואס ער האט געטאן איז אלעס מיט א חשבן וויי צו טאן פאר סאטמאר!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 12/11/2009 17:01:44

nuremes » 13/11/2009 01:39

יעצט פין ההחברה

 

יש''כ פאר'ן ארויפלייגען מיינע שורות, (כהאף אז די ליידסט נישט וועגן דעם)

כ'האב נישט געהאלטן אז מען וועט אויפנעמן מיינע ווערטער אזוי שלעכט

אבער דער וואס זיכט דעם אמת קען עס נאך אלס טרעפן אין מיינע ווערטער

איך זעה דא אז זאך וואס איך האב שוין לאנג געוויסט, אז דא אויף בחדרי דרייען זיך די שוואכערע סארט מענטשן פין די חרדישע יונדענטום – פין אלע קרייזען,  אין ציליב דעם באקום איך אזעלכע קאלטע ענטפערס.

די אלע זאכען וואס איר שרייבט קענט איר מסייחס זיין נאך די גבאים אין ראשי הקהילה, איר וועט נישט טרעפן קיין איין מאל ''וואס דער תו''א רבי זאל האבען געזאגט עפעס קעגן מהר''א'' נאר אויב עפעס פארקערט, אין עפענטליך באדאערט דאס וואס מענטשן מיינען, איך האב אייך געגבן איין חשוב'ע מענטש וועם איר קענט פרעגן דאס איז מוה''ר  יעקב יושע פרידמאן פין בראזיל פין די גרויסע שטיצער ביי מהר''א

אין דאס וואס איר זאגט בנוגע אריינלייגען אין דער איד, איז דאך דא די באקאנטע מעשה, מיט ר' אליעזר אברמוויטש פין די סאטמערע ראשי קהילה אין בורו פארק ווען ער האט באזיכט ביים תו''א רבין עטליכע יאר ציריק, מיט די אנוועזעהייט פין הג''ר מנדל פרידמן דער סאטמערע דיין פין בורו פארק, וואס איר קענט אים אליין'ס פרעגן, וואס ר' יחזקאל בראך האט דאן געסטראשעט.

אין נאכמאל איך פארטרעיט נישט קיינעם, אין מיין ציל איז נישט צו מאכען קיין געלט פאר די תו''א מוסדות נאר צו זאגען דעם אמת פאר וועם עס  זיכט עס.

 

ארגינעלער » 13/11/2009 01:46

קאט די קרעפ מיט ר' דוד קאהן .

די אלע זאליס וואס דרייען זיך ביי אימען, אין געבן אים געלט איז נאר פאר איין סיבה
אז ער זאל זיך שלאגן מיט סאטמאר מהר"א

אין ער האט פרובירט מיט אלע זיינע מיטלען עס אויס צי פירן

די גרעסטע ראי' האסטו אז פאר זיין ברידער דעם תולדות אברהם יצחק רבי געבן זיי נישט קיין פעני
ווייל ער לעבט גוט מיט מהר"א אין אים קען מען נישט פארדרייען קיין קאפ
(אין גנב'נען קיין פאספארטס )

ער איז איין שטיק פראוד פין אויבן ביז אינטען אין פארדעם האט ער געלאזט אלע טיטלעך אויף זיין ספר חסד נעריך אפילו ער האט ארויס גענימען זיין נאמען

פוי פוי פוי

מנחם_מענדל » 13/11/2009 03:00

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די אלע זאליס וואס דרייען זיך ביי אימען, אין געבן אים געלט איז נאר פאר איין סיבה
אז ער זאל זיך שלאגן מיט סאטמאר מהר"א

אמת

אין ער האט פרובירט מיט אלע זיינע מיטלען עס אויס צי פירן 

נארישקייטן

די גרעסטע ראי' האסטו אז פאר זיין ברידער דעם תולדות אברהם יצחק רבי געבן זיי נישט קיין פעני
ווייל ער לעבט גוט מיט מהר"א אין אים קען מען נישט פארדרייען קיין קאפ

נישט צום ענין גערעדט

ער איז איין שטיק פראוד פין אויבן ביז אינטען אין פארדעם האט ער געלאזט אלע טיטלעך אויף זיין ספר חסד נעריך אפילו ער האט ארויס גענימען זיין נאמען 

כנ"ל

פוי פוי פוי

יסכר פיך המשומץ



איך זאל זאגן אז מיר דארפן האבן געפיהל פאר ר' דוד'ן? אויסדרוקליך נישט. למעשה טוט ער זאכן וואס איז זייער נישט איינשטימיג מיט אונז, און זיינע גבאים אוודאי. אבער בארעדן מיט אזא זלזול? דאס פאסט פאר "ילדים אנחנו" הנקרא כעת קינדישע געדאנקען..

למען_האמת » 13/11/2009 03:09

אינרעסאנט ווי מען קען נאך יעצט אנלייגן אויף גבריאל שישא אז וועגן אים איז ר' שמואל יעקב נישט געווארן רבי אין תולדות אהרן, כאפט א בליק אויף דעם אינטערוויו וואס דער תוא"י רבי האט געגעבן די וואך פארן לורענס צייטונג, ווי ער זאגט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז נאר ווייל מען האלט נישט קיין שבת, אויב זיי האלטן שבת האט ער נישט קיין שום פראבלעם מיט די "סטעיט אף איזראעל", און זיין רביצין איז נאך מוסיף נופח אז וועגן דעם האבן די תולדות אהרנע חסידים אים נישט גענומען פאר רבי נאר זיי האבן געוואלט א רבי וואס איז מער "אקטיוויסט" כלשונה, האסטו א הודאת בעל דין, זיי ווייסן זייער גוט פארוואס ער איז נישט געווארן רבי.

לגופו של ענין, דער תולדות אהרן רבי איז דא צענדליגער אידן וואס האבן גערעדט מיט אים פערזענליך צווישן פיר אויגן און ער האלט אין איין איבערזאגן אז ער האט ח"ו גארנישט קעגן מהר"א מסאטמאר, און מיט די אלע שרעקליכע פרעשור וואס ער האט פון די אידן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות, מיט דעם אלעם האט ער זיי שוין צענדליגער מאל אויפגערעגט מיט'ן גיין באזוכן מהר"א, און נישט מיטאנצן מיט זייערע משוגעת'ן.

אויב קענט איר אפירנעמען די טראנסקריפטן פון די באזוכן ביי מהר"א וועט איר טרעפן ידידות'דיגע שמועסן,

ס'איז אמת אז די גבאים און די הנהלה זענען נישט מהר"א געשטימט, זיי ווערן נשפע פון די מענטשן וואס גיבן זיי דאס געלט, און ס'איז נאריש צו פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן זיך אליין שיסן דורך אנהייבן שפייען די מענטשן אין פנים.

וואלןסח » 13/11/2009 03:46

זייער פיין געענטפערט (אם כנים הדברים)
אבער אויב האט ער מענטשן וואס "לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות" דאן קריך אראפ פון מיר, די איבריגע 20 פראצענט קען מען מאכן ביי די פארווע מענטשן
קום נישט צו די מענטשן וואס ווערן געטשעפעט פון די וואס האלטן אויס רוב פון דיינע בודזשעא

למען_האמת » 13/11/2009 03:57

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייער פיין געענטפערט (אם כנים הדברים)
אבער אויב האט ער מענטשן וואס "לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים און האלטן אויס רוב פונעם בודשעט פון זיינע מוסדות" דאן קריך אראפ פון מיר, די איבריגע 20 פראצענט קען מען מאכן ביי די פארווע מענטשן
קום נישט צו די מענטשן וואס ווערן געטשעפעט פון די וואס האלטן אויס רוב פון דיינע בודזשעא


אפשר קענסטו מיר זאגן ווען מען איז צו דיר געקומען נאך געלט? תו"א גייט טאקע נישט נאך געלט ביי מענטשן ווי זיי זענען אומוועלקאם, און קיינער האט נישט קיין טענות אויב דו ווילסט זיי נישט שטיצען, מען רעדט נאר לאמיתו של דבר אז מען האט ארויפגלייגט א נאסן לאלעך אויפ'ן תו"א רבי'ן כאילו ער האט עפעס קעגן מהר"א.

משנתחסידים » 13/11/2009 08:59

שוין לאנג נישט געזען אזא בזיון תלמיד חכם דא

אז טאקע הפקר א וועלט? מען מעג באשמוצען א תלמיד חכם מופלג ווייל אפשר איז ער נענטער מיטן צד השני?

rebyankel » 13/11/2009 18:46

למען_האמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כאפט א בליק אויף דעם אינטערוויו וואס דער תוא"י רבי האט געגעבן די וואך פארן לורענס צייטונג, ווי ער זאגט אז דער פראבלעם פון די מדינה איז נאר ווייל מען האלט נישט קיין שבת, אויב זיי האלטן שבת האט ער נישט קיין שום פראבלעם מיט די "סטעיט אף איזראעל", און זיין רביצין איז נאך מוסיף נופח אז וועגן דעם האבן די תולדות אהרנע חסידים אים נישט גענומען פאר רבי נאר זיי האבן געוואלט א רבי וואס איז מער "אקטיוויסט" כלשונה, האסטו א הודאת בעל דין, זיי ווייסן זייער גוט פארוואס ער איז נישט געווארן רבי. 



כ'ווייס נישט ווי ס'קומט דא אריין תולדות אברהם יצחק?
אז א צייטונג לאורענס האט אזוי געשריבן מיינט אז ער האט פינטקליך אזוי געזאגט? יעדער ווייסט די תוא''י יונגעלייט קען מען זעהן צווישען אלע ק''ק בראש ביי יעדע מערכה אין ארה''ק
(ס'דערמאנט מיך ווען די ''צייטונגען'' האבען געשריבן אז סאטמערע רבי האט געזאגט אז די מרכז הרב ערמארדעטע זענען קדושים אין דאס פלאץ איז א הייליג פלאץ, וכו'  בשעת איך בין געווען ביי די דרשה אין מאנסי אין ביי די נאכגעפלאגטע דרשה אין ק'י ביים היסדות בד''ץ ק''י, אין רבינו שליט''א האט די מערסטע ארויסגערענגט אז די ציונים זענען די ריכטיגע רוצחים וועגן זייער התגרות באומות.)

nuremes » 13/11/2009 18:53

פין ההחברה

פארוואס זאלט איר נישט ניצן כ''ק אדמו''ר מסוקלען שליט''א,פאר א דוגמא, וואס לויט ווי איך הער פלעגט ער אמאל נישט גיין צו מהר''א.
קיינער טראכט נישט אז דער סקולענער רבי האט עפעס קעגן מהר''א, נאר פשוט יעדער פארשטייט אז זיינע גבאים טראגען אים ווי זיי ווילן לויט ''זייער'' אינטערסען, אין סקולענער רבי איז צו א וואילער יוד צו נעמען א דעה אין א קהלי'שע סוכסוך.
והא ראי' ווען זיין שוואגער שטערן איז דארט רעדט ער מיט א מורא'דיגע הערצה פין די אויפטוהן פין מהר''א

פארוואס האלט איר אז תו''א איז אנדערש?


למען_האמת » 13/11/2009 19:06

"יעדן מאל" וואס דער תו"א רבי איז געווען אין קרית יואל איז ער געגאנגען באזוכן כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א

טראק » 13/11/2009 19:35

ליסען, תולדות אהרן האט געמאכט דעם ביטערן טעות אז זיי האבן זיך פארקנעכט צו די זאליס.

איצט אז זייי ווילן צוריק דריייען, צו ווייל די זאליס אין ירושלים פירן א מערכה מיט זיי, צו ווייל גארדינגער און וואלי זענען היינט בעלי חובות, עס איז נישט קיין פראבלעם, אבער לייקען נישט וואס איז געווען.

פאנג נישט אן מיט די בלאפעריי, די קרומע שטיק, וואס אין דעם איז דער מנהיג פון תולדות אהרן א מומחה נפלא,

די בעסטע איז ווען ער מאכט זיך די קאפ שיף און זינגט... איך ווייס נישט... עס האט נישט מיט מיר... די עשרטע מאל וואס איך הער עס... איך קען עס נישט הערן... לשון הרע...

אז די ווילסט קענסטו זאגן חטאתי עויתי פשעתי.

און נישט ווייל די אהרונים דארפן ענק, עס איז פיל בעסער אזוי ווי ביז איצט.

די כלל איז נאר איין זאך, אז א מוסד וואס שפילט פאליטיק, שפילט מען מיט די געים, און מען געט זיי נישט קיין פעני.

rebyankel » 13/11/2009 19:59

nuremes כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פין ההחברה

פארוואס זאלט איר נישט ניצן כ''ק אדמו''ר מסוקלען שליט''א,פאר א דוגמא, וואס לויט ווי איך הער פלעגט ער אמאל נישט גיין צו מהר''א.
קיינער טראכט נישט אז דער סקולענער רבי האט עפעס קעגן מהר''א, נאר פשוט יעדער פארשטייט אז זיינע גבאים טראגען אים ווי זיי ווילן לויט ''זייער'' אינטערסען, אין סקולענער רבי איז צו א וואילער יוד צו נעמען א דעה אין א קהלי'שע סוכסוך.
והא ראי' ווען זיין שוואגער שטערן איז דארט רעדט ער מיט א מורא'דיגע הערצה פין די אויפטוהן פין מהר''א

פארוואס האלט איר אז תו''א איז אנדערש?




פין סקלען ברענג נישט קיין ראי'
ווען רביה''ק בעל ברך משה ז''ל איז געווען אין זיינע (סקלענע רבי שליט''א) יארען האבען אים זיינע גבאים אין 2 פין זיינע קינדער געמאכט ללעג ולקלס פאר די גאנצע וועלט
ר' דוד קאהן איז נישט אזוי אלט, זאלסט אים קענען ציגלייכען צו זיי

יענקי123 » 15/11/2009 18:50

א תולדות אהרן חסיד האט מיר געבעטן אריין שרייבן די קומענדיגע שורות.

תולדות אהרן האט קיינמאל נישט באקומען קיין ערנסטע געלט פון קיין אהרונים אחוץ אפאר וואס זענען ממשיך צוגעבן די זעלבע וואס זיי פלעגן געבן אייביג ווייל זיי האלטן פון תולדות אהרן רבין פונקט אזווי פון מהר"א און אפילו נאך אסאך מער.

תולדות אהרן מאכט אסאך געלט די לעצטע יארן, און די יאר נישט ווייניגער אפשר נאך מער טראץ דעם שווערן מצב, תולדות אהרן בויעט א בנין וואס האט שוין געקאסט ביז יעצט איבער 12 מיליאן דולר רוב געלט פון די זאליס און די איבעריגע חלק געלט פון שאר אחינו בני ישראל וואס ווייסן צושעצן די הייליגע מוסדות תולדות אהרן ובראשם תולדות אהרן רבי שליט"א.

תולדות אהרן רבי האט נאך אין זיין לעבן נישט גערעדט אווארט אקעגן מהר"א (כאטש ס'איז דא וואס ווילן זאגן אז תולדות אהרן רבי האט יא א שטיקל הארץ אויף מהר"א צוליב די עפ"ל אויפן הייליגן קאשויער רב וואס דער תו"א רבי האלט זיך פאר א תלמיד מובהק אבער ער האט נאך קיינמאל נישט גערעדט).

טראק » 15/11/2009 20:16

תולדות אהרן האט באקומען אסאך געלט פון סאטמאר - אהרונים.

דאס איז געווען ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זי"ע האט געלעבט.

אבער זייט זיין הסתלקות ווען עס האט איבער גענומען זיין זון דער היינטיגער רבי, תלמיד מובהק פון קלויזענבורגער רבי ז"ל, און שפילט מיטן מוסד פאליטיק, און נעמט אויף אלע ציונים, רב הכותל וכו', געבן מער נישט די סאטמאר אידן קיין געלט.

rebyankel » 15/11/2009 21:43

יענקי
כ'האב נישט געוויסט אז ענקער רבי, האט {לשיטתך} שוין פיינד געהאט דעם רבין בעל ברך משה ז''ל, נאך פין די מערכה קעגן דעם הייליגען מוסד שערי חמלה.

ווייל זיין טאטע דער פריעדיגע תו''א רבי ז''ל, האט געהאט א שטארקע הערצה פאר'ן רבין בב''מ ז''ל נאך פין די ערשטע מיניט, ווער געדענקט דען נישט זיינע ווארימע ווערטער ביי די הכתרה פין רבין בעל ב''מ ז''ל.

טראק » 15/11/2009 21:53

ער איז אלס געווען א לינקער.

די תולדת אהרן רבי האט געוואוינט אין אמעריקא ווען מרן בעל דברי יואל זי"ע האט געלעבט, ער איז געקומען צו די טישן, דאווענען וכו', אפשר איינמאל אין יארן האט ער זיך באוויזען.

נאר צו זיין רבין די קלויזענבורגער פלעגט ער פארן כסדר.

נפל » 15/11/2009 22:01

איך האב חברים וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שבת (נישט אלס תלדות אהרן נאר אלס מחותן מיט טאהש). זיי האבן מיר געזאגט אז די טיש האט נישט אויסגעזען גארנישט אנדערש פון די לעצטע 10 יאר. ביז נאך די פיש איז געווען פול סאיז נישט געווען קיין פלאץ אריינצולייגן א נאדל, 7 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן אויף די גאנצע לענג פונם זאל. נאך די פיש האט זיך דער עולם צוביסלעך אנגעהויבן צעגיין, ביים סוף טיש איז געווען פול אביסל מער ווי האלב פון די זאל. כידוע אז דער רבי פאלט נישט צוזאם אינמיטן טאנצן שבת קודש... אזוי גייט דאס שוין פאר יארן. קיין שום חידוש איז נישט געווען די יאר.

ווען איך האב זיי נאכגעזאגט כל מיני זאכן וואס דא שטייט ווי למשל אז פרייטיג צונאכטס ביים דאווענען איז געווען 200 שטריימעלך... ס'איז געווען 3 שטאקיגע פארענטשעס. האבן זיי זיך געקאטשעט פון געלעכטער.

rebyankel » 15/11/2009 22:06

נישט די ערשטע ליגענט פין נפל היינט אליין'ס, ביזטו נישט פארמעגליך?
ווער עס קען זאל ביטע שאפען א בילד (אין תולדות אהרן פארשטייט מען גיט צו בילדער, אין כ'גלייב אז מ'דארף עס נאר פארשאפען)

נפל » 15/11/2009 22:14

איך בין ב"ה יא פארמעגליך, פארוואס מיינט איר אז נישט? איך האב ב"ה א שיינע פרנסה און אויך האב איך אוועק געלייגט געלט אין די זייט. סך הכל איז דאס א ווארט פון א הייד פארק שרייבער א ארויני וואס האט א אינטערעסע קליין צו מאכן תולדות אהרן קעגן די ווארט פון מיינע חברים וואס זענען געווען דארט.

נ.ב. איך ווער נישט קיין שקרן פארן שרייבן אנדערש פון דיר, און אויב שוין וואס האט ליגענט מיט מיין פארמעגליכקייט?

טראק » 15/11/2009 22:15

יא און זיי אויך מסביר אז די האלבע זאל פון קאנטינענטאל, איז 5 מאל אזוי גרויס ווי ברכה סימא, און 10 מאל אזוי גרויס פון בנין עסטרייכער...

ביי דיר איז איינס מיט איינס 10...

נפל » 15/11/2009 22:19

איך ווייס נישט ווי גרויס עס איז דעריבער גיי איך בכלל נישט אריין אין דעם שמועס, את מה שאני יודע כתבתי.

wowowowo » 17/11/2009 17:48

ס'איז נישט אינטערעסאנט אריין צוגיין און די פארגאנגענהייט אבער לויט ווי מ'גיט איבער פון די גבאים און די הויעכע פענסטערס פון "תולדות אהרן" גייט מען טוהן דראסטישע שריט צו פארענדערען די מצב,
מ'גייט שוין אנהייבען טוישען ליניע, בכלל דעס ציעהן אויף איין זייט טויג נישט פארן רבי'ן און נישט פאר די גאנצע קהילה
,
צו דאווענען פרייטיג צונאכטס און ראדני האט זיך זייער נישט גוט אויסגעצאהלט, ס'האט אויפגעטוען די פארקערטע ווי געפלאנט ווען מ'האט אנגעהויבען,
אלזא לע"ע איז די פלאן אז דער רבי שליט"א זאל אויפהערן בכלל צו קומען פראווענען א שבת און  אמעריקא, און ספעציעל און וויליאמסבורג. 
מ'וועט אנהויבען ארומפארען נאך געלט און אנדערע לענדער. 

rebyankel » 17/11/2009 19:59

קען איינער ברענגן בילדער אין א באריכט פין זיין באזיך ביים סאטמערע'ן רבין?

rebyankel » 19/11/2009 23:27

איינער פארציילט מיר יעצט
אז ביי די יעצטיגע באזיך פין תולדות אהרן רבי אין אמעריקע האט ער נישט באזיכט ביי סאטמערע רבי אין אויך נישט ביי רז''ל
סאטמערע האט זיך אבער געטראפען מיט אים ביי א ברית אין ק''י וואס עס איז פארפירט געווארען זייער א ווארימע שמיעס
אין די ת' פאר'ן נישט  באזיכען רז''ל האט געדארפט זיין ווייל רז''ל איז אין קווינס קעמפ
למעשה איז דער ת' אהרן רבי געווען פאריגע וואך אויף שבת אין קאנטרי אין האט אים רואיג געקענט באזיכען ווען ער האט ווען געוואלט

יענער לייגט צו
אז די האטעל ווי ער איז איינגעשטאנען אין קאנטרי פארמאגט נישט קיין מקווה אין די הנהלה פין קרית ברך משה אין וואדבוירן האט ספעציעל אנגעהייצט זייער מקוה לכבודו, אין ער איז טאקע געגאנגען דארט אין מקוה.

למען_האמת » 20/11/2009 04:45

דער גאנצער עולם וואס איז געווען דארט אויף שבת זענען  געגאנגען אין קרית ברך משה אין מקוה.

געפערליך » 20/11/2009 08:22

טראק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ער איז אלס געווען א לינקער.

די תולדת אהרן רבי האט געוואוינט אין אמעריקא ווען מרן בעל דברי יואל זי"ע האט געלעבט, ער איז געקומען צו די טישן, דאווענען וכו', אפשר איינמאל אין יארן האט ער זיך באוויזען.

נאר צו זיין רבין די קלויזענבורגער פלעגט ער פארן כסדר.

אשר על כן האלט איך זאלסט גיין צום וויזניצער תוא"י רבי איינס מיט איינס... וכו'

געפערליך » 20/11/2009 08:28

טראק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די גאנצע שבת איז געווען מיט אראפ געלאזטע נאז, פרייטאג צונאכטס איז דער תולדות אהרן רבי געגאנגען דאווענען אינעם גע'גנב'טן שול אויף ראדני, די שול איז געווען כמנהג המקום ליידיג, א קנאקעדיגע 200 שטריימלעך.
 

אמאל איז געווען א כלל פון מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי ווי ס'זעט אויס גייט עס היינט נישט אן. אזא גראבע ליגנט איך מיין עטס קענטס ענק שטעלן אין קאנטעסט מיט הימלער ימ"ש


תוקן על ידי געפערליך ב- 20/11/2009 08:28:55

בלאט: 1 2