היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמ...

דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמ...

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715536

rebyankel » 8/11/2009 21:54

דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמאר לגאב''ד ק''י
פין אישי
(קרעדיט: משה_וואלף)

נעכטן מוצ"ש ביי די וועכנטליכע דרשה אין מתיבתא פון ה"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א האט ער גערעדט א ספעציעלע דרשה פאר די בחורים לכבוד די 25'סטע יארטאג פון די הכתרה פונעם סאטמערע רבי  אלס ק"י רב.

מקען עס הערן אויף "קול התאחדות אברכים" (איך האב עס נעכטן מיטגעהאלטן דארט מיט די הוק-אפ)

212-444-9899
נאכדעם 6 און 7

שמעו ותחי נפשכם

FiveBoro » 8/11/2009 22:18


איך האב עס אויסגעהערט נעכטן. זייער א געלונגענע און אויפריכטיגע דרשה.
ער ברענגט ארויס די חילוק פון א רב און א רבי, און ווי ווייט אונזער רבי איז נישט בלויז א רבי, נאר סאטמארער "רב" מיט אלע מפרשים.

ער איז געריכטעט מיט זיינע ווערטער צו די בחורים, אבער רוב טייל איז יעדן אינטערסאנט צו הערן.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/11/2009 22:24:49

מנחם_מענדל » 8/11/2009 23:32

 

ס'איז אפשר נישט דאס פלאץ דא, אבער אז מדערמאנט דא דעם קול התאחדות אברכים, וויל איך אויסדרוקן מיין התפעלות פון דעם סיסטעם.

ס'איז העכסט פראפעסיאנעל, גוט געאפדעיט, אלעס איז קורץ און צום פינטל, די שלש סעודות תורות זענען שוין אויפן סיסטעם א האלבע מינוט נאכן אהיימקומען פון שול.. וכו' וכו'.

לויט וויפיל איך הער די אלע האטליינס, האט נאך קיין איין חסידות (ארייינגערעכנט בעלזא) נישט אהערגעשטעלט אזא געלונגענע סיסטעם.

איך ווייס נישט ווער די עסקנים זענען, אבער איך שיהי': כה לחי! אייער ארבעט ווערט געשעצט דורך אלע אנשי שלומינו!

nys10952 » 8/11/2009 23:51

אפשר איז מען טאקע מהנה דעם עולם דא ווער סהאט בילדער פין די הכתרה אדער די כתב רבנות אדער דרשות אין אויב סאיז דא קליפס

ענתיק » 8/11/2009 23:58

איך שעץ זייער שטארק דעם שמואל שלמה טעללער, אבער איך האלט אז ער איז א מבין אפשר צו די היסטאריע פון סאטמאר, אבער בנוגע צו די היסטאריע פון בעלזא און סאטמאר, ובפרט די קשרים פון בעלזא רב ז"ל מרן אהרן קדוש ה' זי"ע מיט דער סאטמאר רב ז"ל האט ער זיך אינגאנצען פארפאשקט מיט זיינע שטותים און אייגענע דיאגנאזע... ודי למבין.

rebyankel » 9/11/2009 00:24

ענתיק
לויט ווי איך פארשטיי גלייכסטו נישט - אלס בעלזער, די וועג וויאזוי ער האט עס באשריבען, מאיזהו סיבה שהוא.

ר' שמואל שלמה אז פארט באקאנט אלס זעלטענער ידען, אין האלט זיך זייער צו אמת'ע פאקטען, אין זייער ארטיקלען אין ספרים זענען באקאנט אלס פארלעסליך אין קלאר אין קראנט.

נוטראלער » 9/11/2009 06:57

איך האב אויסגעהערט כמעט די גאנצע דרשה!

עס איז הערליך, אלעס שיין אויסגעשמועסט, דבר דבר על אופניו, ער איז א פה מפיק מרגליות,
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז ער זאל ווייטער קענען פארשפרייטן זיין השקפה ורעיונות, ער זאל זיין א מעין דלא יפסק,

איך וואלט מיר ערלויבט צו זאגן: ווען כלל ישראל זאל האבן נאך עטליכע אזעלכע בעלי דרשנים וואלטן מיר אנדערש אויסגעקוקט.
 [אגב האב איך געוואלט וויסן צו עס איז דא צובאקומען אן MP3 פון אלע זיינע דרשות בנוגע ציונות]

פארשטיי » 9/11/2009 17:38

דער געלער בדחן דרייט זיך ארום מיט א טינא בלב אויף הר''ר ר' שמואל שלמה,

ווייל ער גייט אריין און זיין טערעטארע, לשיטת הגעלען בדחן באלאנגט די תולדות פון רבינו הקוה''ט נאר פאר אים, ווייל נאר ער האט די נויטיגע קלאפעקאציעס, צו פיקסען די פאקטען, אז רבינו הקוה''ט זאל אויס זען אקארט אזוי וואו ער זעט עס און דמיון!

2 ווייל ר' שמואל שלמה אלס א אמת'ער מענטש שרייבט נאר זאכען פון קראנטע ספרים, מכלל הן אתה שומע לאו, דעריבער איז די ניין בענדער פון דעם געלען בדחן נישט אויף זיין ליסטע, דעריבער האט ער אויף געוועקט אויף זיך די צארען פונעם בער!

טאקע דאס די חשובות פון מבצר התורה ויראה - ומשה היה רועה,

העלד » 9/11/2009 17:56

ווי עס קוקט אויס איז דא א פשרה ר' שלמה יענקל געבט איבער די היסטאריע פון רביה''ק
מסאטמאר זיעועכי''א,
 און ר' שמואל שלמה די היסטאריע פון רבינו ברך משה זצ''ל אויף וואס ער האט נישט קיין קאמפעטישאן דערווייל ,
און יעצט פרובירט ער שוין  צו פארכאפן אויך די היסטאריע פון ר' אהרן
{שלא ביושר ווייל פארמעגליך האט דאס שוין פארכאפט}
אבער למעשה האט ער גארנישט פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן בשעתו
נאר פשוט גערעדט הוילע חסידות פראפאגאנדע פאר די בחורים שמעו ותחי נפשכם



rebyankel » 9/11/2009 19:04

העלד
כ'זעה אז די האסט נאכנשיט געליינט די הערליכע 3 שטארקע אויפגעכאפטע בענדער פין מבצר תורה ויראה.
ווען יא וואלסטו שוין געוויסט וואס עס טוט וויי פאר שלמה יענקל

דוד46 » 9/11/2009 19:18

ווער עס האט געליינט דעם "ומשה הי' רועה" זעט וויפיל דמיונות עס ליגן דערין.

עס איז דא אזויפיל ארגינעלע זאכן וואס מען קען שרייבן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע לויט ווי ער איז באמת געווען.

און בנוגע זיין דרשה מוצ"ש האב איך באמת הנאה וויאזוי ער מוז כסדר פיטערן די קינדערלעך מיט מארפיום און דערציילן פון די "הייליגקייט" פונעם מאנראוער צדיקל און שווענקען די תמימותדיגע מוחות, כדי זיי זאלן ח"ו נישט פארכאפט ווערן וד"ל

rebyankel » 9/11/2009 19:25

דיר קרענקט די ומשה הי' רועה ווייל ר' שמואל שלמה האט עס געשריבען
אין ספעציעל ווייל ער באשרייבט ''כ''ק רבינו בעל ברך משה ז''ל'' - פינקט ווי אלע זאלי'ס

אין בנוגע די דרשה, כ'פארשטיי וואלסט ערנסטע געקענט באשטיין ס'זאל זיין וואס צו רעדן פין רז''ל, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'קען נאר רעדן פין זשיגאן....

(כ'זעה אז די געדענקסט נישט די דרשות ווי גליק פלעגט אויסרומען דעם רבין ז''ל ''בפניו'' אין שלא בפניו ביי פארשידענע געלגענהייטן, אדער ווי ר' אברהם ישעי' ווייס פלעגט אויסרומען רבינו בעל ברך משה ז''ל וכו')

תוקן על ידי rebyankel ב- 09/11/2009 19:38:57

דוד46 » 9/11/2009 19:35

עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון פאר א רבין (ובפרט פאר ענקער רבין וואס דארף לכאורה זיין דער רשכבה"ג...) אויב מן דארף אים אויסלויבן בחייו

פארשטיי » 9/11/2009 19:44

דוד'על זארג נישט עס איז נאר מקצת שבחו, אוןן עס איז אויך נישט בפניו,
און אז מען זאגט אויף דיין זאלי אז ער האט זיך אפגעגאסען נעגל וואסער, דאן האט מען שוין אלעס געזאגט, דאן ביזטו גערעכט אז מען טאר נישט אויסרימען איינעם בחיו

עס איז לא פליגי מר כדאית ליה ומר כדאית ליה!

דוד46 » 9/11/2009 20:26

און ביי די וועי

ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן

nys10952 » 9/11/2009 23:53

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און ביי די וועי

ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן


 ביסט גערעכט ווי זענען טאקע בילדער פין דע הכתרה אין ווער האט נאך דאקאמענטן ווי למשל די כתב רבנות איך האב שוין נעכטן געבעטן א לאנג דארט צי טרעפן עפעס בילדער

צביהירש » 10/11/2009 00:05

די וויכטיגסטע פרט וואס איך געדענק גוט ביי הכתרה ווי הר"ר מענדל פ"מ ז"ל האט אויפגעליינט בתמימות די כתב רבנות פאר'ן נייעם רב און האט אנגעהויבן מיט די ווערטער "בסייעתא דשמיא ...... שטייט נישט". ס'איז געווארן אויף א האלבע מינוט אזא שטילקייט ווייל מ'האט געווארט אז עימעצער זאל דאס איבערנעמען און צו שרייבן פון אויבן.
פון דאמאלטס און ווייטער איז ליידער די גאנצע ענין געבליבן א פלעק אויפן קריתץ יואל'ר רב שליט"א.

איך בין געווען פארווינדערט אז אויב דער שרייבער האט דאס פארגעסן, פארוואס האט ר' מענדל  דאס אזוי ברבים אויסגערופן.
פון דאמאלטס און ווייטער האב איך געזעהן ווי יעדן חודש האבן זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט נאך און נאך מענטשן פון זיינע הייסע חסידים, ביז ס'איז געקומען די תקופה פון קפץ עליו זקנה און די א גרויס חלק פון די אמאליגע היציגע חסידים האבן זיך געטוישט די מיינונג מיט א טענה אז דער קרית יואל'ר רב האט ווייניג סייעתא דשמיא

רבי_יונה » 10/11/2009 00:15

1) יעצט געבאקן.

2) איך געדענק נישט אז אפרים פאלקאוויטש ע"ה זאל האבן געווען ביי די הכתרה און איז געווארן א שונא שפעטער.
אויך געדענק איך נישט אז אזעלכע מענטשן ווי אלי' דוד טירנויער ע"ה ובניו, זאל האבן דארט געווען.

אויך בין איך כמעט זיכער אז ר' אליעזר הארפענעס ע"ה, ר' הערשל פאלקאוויטש, וכו' וכו' זענען נישט געווען ביי די הכתרה.

אלזא זעה איך נישט ווער עס איז דארט געווען וואס איז היינט נישט דארט.

איך מיין אז תש"מ ביי די הכתרה פון ברך משה איז געווען מער מענטשן וועלכע זענען דארט געווען דעמאלטס און זענען דערנאך אנטלאפן.

און דאס איז שוין מיט די בסייעתא דשמיא?????????

Isacmandel » 10/11/2009 00:18

ביי די הכתרה פון רז"ל ביך אין געווען, און איך געדענק עס קלאר ווי עס וואלט יעצט פאסירט.

דער ברך משה נעמט דעם מיקראפאן.
ער הייבט אן רעדן איבער א מסיבה צו שטיצן תלמידי חכמים און מ'איז זיך צאמגעקומען ביי א מלוה מלכה וכו' וכו'.

עס ווערט שטיל אין זאל. יעדער בייסט די ליפן.
ליפא און עזריאל גליק לויפן שנעל צו און מורמלען עפעס אריין אין אויער פון ברך משה !
יעדער איז אנגעצויגן... ביז דער ברך משה רופט זיך אן:


עיקר שכחתי !

ביי דעם איז עס עס געבליבן... דער עיקר איז נאך ביז היינט פארגעסן !

להחזיר עטרה ליושנה !

רינדעכיגער » 10/11/2009 00:21

עמעצער קען ארויפלייגן די כתב רבנות פון דעמאלטס?

ארגינעלער » 10/11/2009 01:36

געטראפן א קליפ פין די הכתרה

דוד46 » 10/11/2009 01:47

באקומען אין אישית — די אנדערליינט ווייזט אז דער צדיקל איז אויפגענומען געווארן נאר אלס א שליח פון מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע און ווי נר ער האט מועיל געווען בשליחותו (כלשון קדשו פון רבינו בעל ברך משה זי"י במכתב קדשו צום צדיקל) האט ער מתיר געווען צו עפענען א קהילה ומוסדות אפגעטיילט פון דעם בן סורר ומורה ווי אויך מתיר געווען סידר קידושין.
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 10/11/2009 01:51

פארוואס קען דיין באם נישט זיין מסדר קידושין ?
(מען דארך זיך נאך פרעגן ביי פעקטע פארוואס ס'לוינט זיך נישט צי קריגן )

דוד46 » 10/11/2009 01:52

און ביי די וועי

ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן


צווייטע בקשה!

NOYOUCANT » 10/11/2009 02:22

צביהירש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך בין געווען פארווינדערט אז אויב דער שרייבער האט דאס פארגעסן, פארוואס האט ר' מענדל  דאס אזוי ברבים אויסגערופן.
פון דאמאלטס און ווייטער האב איך געזעהן ווי יעדן חודש האבן זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט נאך און נאך מענטשן פון זיינע הייסע חסידים, ביז ס'איז געקומען די תקופה פון קפץ עליו זקנה און די א גרויס חלק פון די אמאליגע היציגע חסידים האבן זיך געטוישט די מיינונג מיט א טענה אז דער קרית יואל'ר רב האט ווייניג סייעתא דשמיא


איך האב קיינמאל נישט געוואסט אז די אלע (אומ)מענטשן וועלכע פלעגן צובלוטיגן דעם ברך משה'ס פיס יעדע מאהל ווען ער איז געקומען צום פעטער, די אלע (אומ)מענטשן וועלכע פלעגן טרינקן זיין בלוט מיט א שטרוי יעדעס מאהל וואס זיי האבן נאר געהאט א געלעגענהייט, די אלע מענטשן וואס זענען ארויס בחרב ובחנית אנטקעגן זיין גרויסן טאטע'ן זצ"ל, די אלע (אומ)מענטשן זאלן האבן געווען ביים רבי'נס הכתרה.

חוץ פון יודל וויינשטאק (נעעעבעך), וועם נאך?

וואלןסח » 10/11/2009 02:45

 דער שרייבער פון קאנסוס איז געווען משה לייב דייטש
א וואונדער ער האט פארגעסן ....


אבער אגב, איך זע דארט אין גרויסן בעזהשי"ת

דוד46 » 10/11/2009 02:52

דאס האט מען צוגעשריבן א טאג נאך די הכתרה..

דוד46 » 10/11/2009 02:53

וואלןסח

דו קענסט נשיט גוט ספינען.

עס וואלט געפאסט דו זאלסט זאגן, אז "שוין דעמאלסט מיט 25 יאר צוריק האט דער משכיל דייטש געזוכט וועגן וויאזוי צו באשמוצן דעם רבי'ן שליט"א"...

דוד46 » 10/11/2009 02:54

עס איז דא נאך עטליכע פונקטן בנוגע די הכתרה, אבער דאס וועט שוין מוזן בלייבן אויף מארגן אי"ה.

רבי_יונה » 10/11/2009 18:47

איך מיין אז פארמעגליך וועט מוזן אנהייבן א מעכטיג ארטיקל איבער די אויסגעשפילטע הכתרה און אז ס'איז נישט געשטאנען בסייעתא דשמיא, און מ'האט עס צוגעשריבן נאכדעם, די טינט האט זיך אויסגעגאסן, מ'האט געזען קלאר פון הימל אז ס'איז נישט בס"ד. 

און ר' מענדל פרידמאן האט זיך קריעה געריסן.
און פון דעמאלטס איז אלעס געגאנגען מיטן פיטום אראפ !

Palin12 » 10/11/2009 19:04

האט איינער א קלארער קאפי פון די כתב הכתרה?

יקרבו » 10/11/2009 19:24


זאג נאר דוד ווייסט אפשר פארוואס הגז"ל איז נישט געווען ביי די הכתרה??? האט ער שוין דעמאלס געהאט מחשבות?? האט אים שוין דעמאלס ר' לייבוש געזאגט אז ער זאל ווערן רב אין ווילי?