היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שלום עליכם צו אונזער נייע פארום די "אידישע געדאנק"

שלום עליכם צו אונזער נייע פארום די "אידישע געדאנק"

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715498

המהדרין » 8/11/2009 20:26


דער ציהל פון אונזער פארום איז אויסצולופטערן דעם "אידישן געדאנק".

דער אידישער געדאנק האט זיך און משך הדורות אויסגעצייכנט מיט איר בארימטע
שארפקייט און זעלטן ברייטן חוש און הומאר. עס זענען פארהאן פילע אגדות
און געשיכטעס אויף דעם מהלך המחשבה פון א איד.

דער "אידישער געדאנק" האט ארויסגענומען דעם איד'ל פון סיי וואספארא מצב ער האט זיך געפונען,
 אויב איז ער געווען איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער האט אים זיין געדאנק
ג'עצה'ט וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פון דארט. ביי די ביטערע וועלט מלחמות
איז באוויסט הונדערטער געשיכטעס מיט וואס דער "אידישער געדאנק" האט דעם
אידל ארויסגעזעהן פון זיין ביטערן כאיאטישן צושטאנד.

ע"כ האבן מיר זיך צוזאמגענומען אפאר חברים און באשלאסן צו עפנען דעם
פארום וואס זאל ספעציעל נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין קינדערישע
ראדיקאלע געדאנקן, נאר דייקא פרייליכע, אנשטענדיגע בליצן און מיינונגס
פארשידענהייטן זאלן דא אויסגעליפטערט ווערן אויף א ברייטן פארנעם, להנאת
לב הכותבים והקוראים.

נאך אזא הקדמה איז ממש איבעריג אפילו צו שטעלן די תקנות פארן פארום, ווער
עס שפירט אז ער געפינט זיך און די קאטעגאריע פון זיך ליפטערן די מחשבות
אן נעמען זאכן צום הארצן, נאר מיט פרייליכע געמיטער איז העפליך געלאדענט.
ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

אצינד טייערע ברודער פון אלע שיכטן און קרייזן ברוכים הבאים, זעצט אייך
צו צום קי בארד און זייט אונז/אייך מהנה!

מיט שעצונג
די הנהלה

לאפלאש » 8/11/2009 20:40

שלום עליכם מנהל
איך ווארט שוין לאנג אז עס זאל זיך עפענען א היי סטענדערט פארום
מיט אסאך אינהאלט אין מיט ווייניג שטותים
אין ווי עס קוקט מיר אויס ווערט מיין ווינטש מקיום
במילא וויל איך ווינטשען פאר ענק גרויס הצלחה
אז עטס זאלטס ענק קענען האלטן אויף א הויעכן לעוועל פארום

כה לחי

שמואליונה » 8/11/2009 21:04

נא לאמיר זען וואס עטס קענטס

פוסקהדור » 8/11/2009 21:31

איר שרייבט זייער הויכע ווערטער אז דא גייט נישט זיין קינדעריש, אבער וואס זענען די "פייערוואלס" אויב וועלן אנקומען די וואס ווילן עס דוקא יא מאכן קינדיש?

בטעמטער » 8/11/2009 21:52

נו געגאנגען !! לאמיר אנהייבן ווער האט עפעס א גוטן יודישן געדאנק??

המהדרין » 8/11/2009 22:00

אונז וועל מיר שטארק אכטונג געבן אויפן ניווא פונעם פארום
אין אז עס וועט אריינבלאדזשען דא אזא איינער וואס ברענגט אראפ דעם נעווא
וועלן מיר יענעם אויסשליסען פונעם פארום

באלאנד » 9/11/2009 02:54

שלום עליכם!

א גוטן חשובע מנהל שיחי'

איך ווינטש דיר צו פיל הצלחה צו דיין נייע פראיעקט, דער פארום "אידישע געדאנק", זאלסט טאקע פרובירן צו האלטן דעם פארום אויף א הויעכע ניווא, איך גלייב אז דאס וועט זיך אליין אנזעהן נאך אפאר טאג זיין 'אן די עיר' וועט מען קענען וויסן לאן פניך נועדות.

הצלחה מרובה

פאפיטא » 9/11/2009 03:12

א גוטן.
איך וויל קודם כל באדאנקן דעם חשוב'ן מנהל פארן איינזעהן דאס נחיצות פון גרינדען אזא פארום וואס זאל זיין פאר א העכערע ניווא שרייבער און ליינער.
עס איז נישט קיין סוד אז די צוויי גרויסע סאטמארע פראקציעס הן האדמו"ר מהר"א און הן דער אינגערע ברודער האדמו"ר מהרז"ל פארמאגן ביידע גוט גייענדע פורומים דא אין דעם אכסני' פון בחדרי חרדים, עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט אז ווען מען וויל אביסל ארומשווימען אינעם נעץ און זיך לאזן הערן בקול רעש גדול, זאל מען נישט זיין אנגעוויזן אויף די סאטמארע איינזייטיגע פארום'ס, נישט ווייל איך געהער נישט צו איינע פון די צוויי פארטייען, אבער עס איז 'דע פאקטא' אז דער כל העולם כולו פארום איז דער אפיציעלער נייעס קוואל פאר די אהרונישע פארטיי, און ווידעראום די אחים אנחנו פארום איז -  נייטראל אנגעשטעלטע אבער פארט - א זאלי פארום,  און ווען איך וויל מיך לאזן הערן דארט בין איך בינדעדט צו די מיינונגען פון די דארטיגע מנהלי הפארום, איז דאס זייער אומ'בטעמ'ט, און יעצט אז אונזער חשוב'ער מנהל האט זיך גענומען די מיה צו גרינדען אזא פארום וויל איך מיך פאר אים באדאנקן מעומק לבבי, זאל אים דער בוכ"ע געבן כח ער זאל קענען האלטן דעם פארום אויף איר ארגינעלע ציהל אן קיין שום שטערונגען.

זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו

געלעכטער » 9/11/2009 03:18

מזל טוב! מנהל איך ווינטש דיר אסאך מזל מיטן פארום אין אוואדאי מיטן האלטן אויף א הויעכן סטענדערט וואס איך קוק זייער ארויס דעראויף

דו האסט מיין הילף אל דע וועי

שלמה_יאנקל » 9/11/2009 06:11

שלום עליכם "באלאנד" שוין זיך געזארגט אויף אייך... שוין לאנג נישט געזען.

1satmar » 10/11/2009 23:01

הצלחה מרובה, יה"ר שיתקדש ש"ש על ידיכם,
חזק ואמץ!

YESWECAN3 » 11/11/2009 00:03

שלום עליכם

רבי_יlנה » 11/11/2009 00:31

וואס וועט זיין מיט פארמעגליך
קומט ער אהער ווייטער שרייבן

אדער דא שרייבט מען נאר אויף א הויכן ניווא!?!?

NOYOUCANT » 11/11/2009 02:13

איך מיין אז עס וועט זיך אנהאלטן אזוי לאנג ווי מלכות סאטמאר פורום (איינער געדענק דאס נאך?)

בןהשני » 11/11/2009 02:30

איך האלט זייער פון די נייע פורום.
די אלטע זאלונישע פורום האט באשלאסן אויסצושליסן אלע ארונים, און איבערלאזן דארטן נאר די בני יואל און נטורי קרתא.
זייער גוט! מ'דארף זיך נישט שעמען! עס מעג זיין א זלונישע פארום! אבער מיט נארמאלקייט. נישט יעדער וואס שרייבט אנטקעגן דיין מיינונג דארף מען שוין אראפנעמען!.KEEP IT UP
הצלחה

nys10952 » 11/11/2009 23:12

לאמיר האפן אויף די בעסט

שלום_עלינו » 12/11/2009 02:30

שלום עליך יה"ר שיצא ממך שלום וברכה
שלום וברכה
מאת שלום_עלינו

שלום_עלינו » 12/11/2009 02:35



תוקן על ידי שלום_עלינו ב- 12/11/2009 2:36:13

צמח_דוד » 15/11/2009 11:12

הצלחה אין אלע ענינים, ותזכו להעמיד הדת על תילה, דורכ'ן מעורר זיין ריכטיגע און וויכטיגע ענינים על סדר היום.

מזלמזל » 17/11/2009 01:44

לאמיר האפן אז דאס זאל זיין מיט הצלחה!
ווי אויך האף איך אז מען וועט דא דן זיין באריכות אין אלע פרשיות פון די יהדות החרדית ארום די וועלט ווי למשל: די אומשולדיגע פרוי פון ירושלים, האברך החשוב ר' ישראל וואלעס, אתרא קדישא, וועדת החמשה פון מירון און אזוי אלע ענינים וואס פלאגן דאס פרומע אידנטום ארום די גארער וועלט.

תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 00:30:08

געפערליך » 17/11/2009 08:50

שלום עליכם

משגיחים » 18/11/2009 00:42

עליכם שלום

המהדרין » 18/11/2009 00:47

משגיחים וועט אי"ה שטיין צו הילף פאר די הנהלה.
מען קען זיך ווענדן צו מיר אדער צו אים אין אישי פאר סיי וואסארא פראבלעם

PARRKIST » 18/11/2009 20:18

SHALOM

געפערליך » 20/11/2009 06:06

אפשר איז דא א פלאץ דא אויף הייד פארק פאר הילף אויב יא ביטע לייגן א לינק