היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בזיון נורא: רז"ל פיליפ מסרב צו די"ת אין ארץ ישראל

בזיון נורא: רז"ל פיליפ מסרב צו די"ת אין ארץ ישראל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2715434
בלאט: 1 2

אויששש » 8/11/2009 17:33

עס ווערט ענדעקט א שרעקליכע בזיון וואס שפילט זיך אפ פון אונטערן טיש מיט די ספרד'ישע תלמוד תורה אין ב"ב ארץ ישראל.
ווי באקאנט האבן לעצטנס די וועד פוןן די ת"ת בראשות רז"ל פיליפ ארויסגעווארפן צום יעדנ'ס וואונדער דעם לאנג-יעריגער מנהל הרב רחמים בר-משה שליט"א מיטן טענה אז ער פעלטשט אין די עבודת הקודש, הרב רחמים האט זיך גלייך דערנאך (חודש תמוז תשס"ט) געוואנדן צום בי"ד און געפאדערט זיינע זכותים, די נתבעים (רז"ל פיליפ וסייעתו) האבן אויסגעוועלט די בי"ד פון ר' נסים קארעליץ און נאך וואס ביידע זייטן האבן גע'חתמ'ט שטרי בירורין איז פארגעקומען די זיצונגען און די בי"ד האט ארויסגעגעבן פארגאנגענעם ו' תמוז א קלארן צייטווייליגן פסק.
אצינד שטעלט זיך ארויס אז רז"ל פיליפ וסייעתו פייפן זיך אריין אינעם פסק און האבן דאס נאכנישט אויסגעפאלגט עד היום הזה, און דאס בי"ד האט יעצט ארויסגעגעבן א היתר פאר הרב רחמים זיך צו ווענדן צו די ערכאות ארויפצוצווינגען די פסק אויף רז"ל פיליפ, און גלייכצייטיג צו פאדערן א עיקול אויף די בנין פון די ת"ת.

איך האפ צו באקומען באלד די פעיפערס און דאס גלייך ארויפלייגן וירא הקהל וישפוט

ס'שטעלט זיך נאכאמאל ארויס דערפון די פאלטשע פנים פון די צביעות'דיגע מקנאי קנאת ד' צבקות וואס ווען ס'קומט צו זייער טאש אדער זייער אינטערעס מעג מען טרעטן אויף די תורה הק' און מ'מעג מבזה זיין די נאמען פון רביה"ק זי"ע עד עפר, ווי צום ביישפיל: די זאליס אין בג"ץ הציוני, די זאליס אין ב"פ, די בני יואל אין קרית יואל, די וועד פון ספרד'ישע ת"ת אין ארץ ישראל וכו' וכו'

בושה וחרפה תכסה פניהם איך הער אז די גאס אין ארץ ישראל שטינקט שוין פון די שרעקליכע אומדערהערטע בזיון ווען א א.ג. קנאי'שער דיין בישראל איז מסרב לדין, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה !!!
  

 

שכלדיג » 8/11/2009 17:37


כא, כא, כא, אַ פרישער ספין
דאס מיינט שקרנים במילתא דעבודי לגלויי
פעיפערס ביטע

המנצחשותק » 8/11/2009 17:44

מר. אויש האסט פארגעסן 2 וויכטיגע נקודות אין די מיאוס'ע פרשה:

1. אינמיטן די זיצונגען ווען רז"ל פיליפ און זיין וועד האבן געזעהן אז די בי"ד האטו ארויס ארויס זייערע נידעריגע פלענער מיטן בנין הת"ת, האבן זיי געפרואווט ארויסצושלעפן די סכסוך צום בי"ד העדה החרדית (מטעמים המובנים) און די בי"ד פון הרב קארעליץ האט זיך קעגנגעשטעלט מיט שארפקייט קעגן אזא קרומע טריט.

2. האסט פארגעסן צו שרייבן אז די ת"ת איז שוין היינט צו טאג "פארמאכט" וואס יא ס'ברענגט נאך פרנסה פאר עטליכע מענטשן וואס לעבן אויף די קאסע פון די ת"ת, זיי שיקן ארויס דעם שנארער י. יוזשעף זוהן פון עזריאל צו איינרעדן די וועלט אז די ת"ת שטייט נאך, בעשת זיי האבן דאס לאנג אויסגעטריקנט און פארשיקט די קינדער כדי צו מאכן א נח"ר פאר רביה"ק זי"ע בשמי מעל, און צו מאכן אפאר דאלער פאר די אייגענע טאש.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 3:58:02

אויששש » 8/11/2009 19:36

די צייטווייליגע פסק וואס די בי"ד המרוצה לב' הצדדים האט ארויסגעגעבן ו' תמוז תשס"ט
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 8/11/2009 19:40

די בי"ד ערלויבט פאר הרב בר משה זיך צו ווענדן אין ערכאות קעגן די נתבעים און אויך פארלאנגען א עיקול אויפן בנין הת"ת
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 8/11/2009 19:47

עס איז מערקבאר די שרעקליכע בזיון און חילול ה' אז פון ו' תמוז תשס"ט האבן רז"ל פיליפ וסייעתו
זיך נישט וויסנדיג געמאכט צום פסק בי"ד ביז אצינד א' חשון תש"ע

יא, זעהט'ס אלע רז"ל פיליפ דער וואס וויינט אויף חילול ש"ש און אויף חילול התורה
איז א "מסרב לדין" ! ער פאלגט נישט קיין פסק בי"ד וואו ער האט געחתמט שטרי בירורין !

 

המנצחשותק » 8/11/2009 19:50

אפשר וויל ער נישט פאלגן די פסק בי"ד ווייל זיי קענען זיך נישט אויס אין די "תהלוכי הקהילה" ?
אבער הדרא קושיא לדוכתיה פארוואס האט ער אויסגעוועלט און גע'חתמ'ט שטרי בירורין ביי דעם בית דין ? 

אויששש » 8/11/2009 19:55

די אומגלויבליכע סירוב לדין איז א המשך צו די עטליכע מאל וואס רז"ל פיליפ וסייעתו האבן מסרב געווען זיך צו שטעלן פאר'ן בי"ד נאכ'ן חתמ'נען די שטרי בירורין, ווי איך וועל דא באלד אויפווייזן ברור כשמש 

אויששש » 8/11/2009 19:58

די בי"ד גיט א היתר פאר איינעם פון די תובעים צוגיין אין ערכאות וויבאלד רז"ל פיליפ וסייעתו זענען מסרב זיך צושטעלן צו די"ת נאכ'ן מזמין דריי מאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 8/11/2009 21:45

שרעקליך !!!

נאך א בלוטיגען מעסער אריין געשטאכן אינעם חינוך הטהור על טהרת הקודש!!!

נישט צו גלייבען ווי די שרעקליכע מסרבים לדין, די הולכי ערכאות, האבן בארבאריש אויסגעריסען די ווארט דין תורה, און איצט איז עס בראשות דער בלאפער זלמן לייב פילאפף וואס ציט זיך אראפ דעם הוט ביז די נאז, און שרייט סטרא אחרא טא פא פוי... און ווען עס פעלט זיך אויס וויינט ער און שרייט רעבע זכרונו לברכה...

אבער צו קיין דין תורה וועלן זיי נישט גיין!!! דאס איז ביי זיי ווי עסן טריפה חזיר יום כיפור ביינאכט!!!

איצט ענדליך ווען בלית ברירה האבן זיי געמיזט זיך שטעלן צו דין תורה ביי די ת"ת ספרדים בני ברק, וויבאלד די ספרדישע מנהל איז געווען בעל הבית און ער איז געווען אינעווייניג אינעם בנין, איז איצט נאכדעם וואס זיי האבן אונטער געשריבען שטרי בירורין בלית ברירה, און די פסק איז ארויס געקומען, פייפן זייי זיך אריין, און פאלגן נישט די פסק בית דין!

עס איז ביי כלל ישראל נאך נישט געווען אזא כת רשעים וואס האבן אזוי געטרעטן אויף די הייליגע תורה הק' ווי די מסרבים לדין.
די רשעים אנגעפירט פון ר' זלמן לייב פילאפף האבן אפגעטאן כל דבר אסור צו שפארן די הייליגע מוסד ת"ת ילדי ספרדים דרבינו יואל אין בני ברק, וואס מרן רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען בדם לבבו, זענען געקומען די רשעים און אפגעשפארט די מוסד בשתי ידים, פאר אביסיל גאוה און פאלטיק.

עס איז שרעקליך.

ליידער איז דאס שוין נישט די ערשטע ת"ת וואס די רשעים שפארן אפ די לעצטערע יארן פאר גאוה און פאליטיק.

טייל פון די ת"ת על טהרת הקודש וואס די רשעים האבן שוין באראבאריש אפגעשפארט און די לעצטע יארן:

מוסד תורת אבות לילדי תימן.

מוסדת יטב לב דסאטמאר נתניה

ישיבה קטנה לילדי ספרדים בני ברק

ת"ת דרבינו יואל ילדי ספרד בני ברק

און די גנבים גזלנים האבן נאך די חוצפה, וואס בשעת די מוסד האבן זיי שוין אפגעשפארט פארלאפענעם יאר חודש אב, פארן זיי נאך ארום נאך געלט דערפאר, און בלויז אין די פארגאנגענע וואכן איז געווען אין לאנדאן בן עזריא' יאזעף, און ארום געגאנגען נאך געלט פאר די מוסד.

אין ווילי לויפן נאך איצט ארום מאיר הערש גרינפעלד מיט ר' זלמן לייב פילאפף נאך געלט פאר די מוסד, בשעת די זעלבע חברה האבן שוין אפגעשפארט די מוסד חודש אב.

 



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 08/11/2009 21:47:46

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 4:00:01

FiveBoro » 8/11/2009 22:22

איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא.

איז עס טאקע אזוי טרוקן? פראסטע סירוב לדין תורה?

וואס זאגן די זאליס דערצו? לאמיר הערן.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/11/2009 22:23:52

rebyankel » 8/11/2009 22:38

אויששש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נתבעים (רז"ל פיליפ וסייעתו) האבן אויסגעוועלט די בי"ד פון ר' נסים קארעליץ און נאך וואס ביידע זייטן האבן גע'חתמ'ט שטרי בירורין איז פארגעקומען די זיצונגען און די בי"ד האט ארויסגעגעבן פארגאנגענעם ו' תמוז א קלארן צייטווייליגן פסק. 

 

פארוואס ביי די פרשה ווי זיי זענען געגאנגען אין בג''ץ איז ר' ניסים קרליץ'ס בית דין נישט גיט? פארוואס דארט האבען זיי א פראבלעם מיט בחירות?
דא האט איר נאך פין פאר א שקרן אין צביאות מ'רעדט פין.

פאר די רעקארד:
די ציל פין די זאלי'ס מיטן אנזייערן די גאנצע קרוגעריי אין ת''ת דרבינו יואל איז לכתחילה געווען כדי צו קענען פארשפארען די ת''ת אין אזוי וועלן זיי כאטש האבען ''1'' אייגענע בנין אין בני ברק.....
ד''ה ''מ'פארשפארט א ת''ת, כדי מ'זאל קענען האבען א????''

זאלי'ס! שעמטס ענק, אזא פנים טראגען ענקערע א''ג סמכות עליונה, הולכים בערכעות/מסרבים לדין!

יא! אומגלויבליך!!!

שכלדיג » 8/11/2009 23:01


אייגנטליך אויף וועלכן נאמען איז פארשריבן די בנין פון די תלמוד תורה ?

אויששש » 8/11/2009 23:24

שכל(?)דיג די בנין איז פארשריבן אויפן נאמען פון א.י. (איך וואלט נישט געוואלט זיין דער וואס איז דאס מפרסם וד"ל).

אצינד רבותי, די אומגלויבליכע פרשה גייט נאך טאקע ווייטער אזויווי המנצח האט אויבן דערמאנט
דריי וואכן נאכן צייטווייליגן פסק בי"ד האט רז"ל פיפליפ וסייעתו זיך געוואנדן צום בי"ד פון העדה החרדית און תובע געווען דעם מנהל הת"ת הרב רחמים בר משה שליט"א מיט א עלילת שוא כאילו ער האט געונמען געלט פון די מדינה פאר די ת"ת
מיט די שפיל האבן זיי געוואלט אריבער שלעפן די סכסוך צום העדה החרדית און אפלאזן די בי"ד פון הרב קארעליץ וואו זיי אליין האבן אונטערגע'חתמ'ט שטרי בירורין
די אומפארטייאישע בי"ד פון הרב קארעליץ האבן זיך אבער נישט געלאזט פון די בלאפישן שפיל פון רז"ל פיליפ און זיי האבן ו' אב תשס"ט ארויסגעשיקט א בריוו פאר די נתבעים די וועד פון די ת"ת אז די פסק בי"ד איז בתוקפו אן קיין שום דיחוי.
איך האפ באלד ארויפצולייגן די בריוו פון בי"ד

אויששש » 8/11/2009 23:29

די בי"ד פון הרב קארעליץ לאזט זיך נישט פון רזל"פ שפיל אריבער צו פירן די סכסוך צום עדה החרדית, נאר באפעלן בתוקף אויסצופאלגן די פסק בי"ד וואס איז ליידער נאך עד היום הזה ניטש אויסגעפאלגט געווארן וכדי בזיון וקצף
[בילד – נישט אפגעהיט]

אויששש » 9/11/2009 00:14

באקומען אין אישי פון איינער וואס האט נישט קיין רשות כתיבה


היכי דמי חילול ה'

ס'איז אינטערסאנט צו הערן די שטוינענדיגן תגובה פון די רבנים פון די קארעליץ-בי"ד אין ארץ ישראל
ווען זיי זעהן ווי אַ רב בישראל מיט אַ ברייטן ביבער היט און שווארצע פלעסטיק-גלעזער
טרעט אויפן תורה הק' בשאט נפש אן קיין שום פחד ומורא

רביה"ק זי"ע מי יגלה עפר מעיניך ???

rebyankel » 9/11/2009 00:27

כ'פארשטיי נישט פארוואס הרב פילאפ האט געהאלט אז ביי די עדה וועט מען מער מורא האבען פין אים


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 4:01:13

שכלדיג » 9/11/2009 00:32


ר' אויששששששש,
לטובתך דו שרייבסט צו ווילד און אומאיידל אויף אַ גאון בתורה ובהוראה
איך בין מודה צו דיר אז די מעשה איז אומגלויבליך און עס איז אַ בושה פאר'ן דיין פאר סאטמאר און פאר קנאות
אבער....
דאס איז אלעס נאר אויב עס איז אמת, כלומר איך האב נאכנישט געהערט די צווייטע זייט

rebyankel » 9/11/2009 00:35

אימ-שכלדיג
האסט פארגעסן אז אין ילדים אנחנו רייסטו אראפ איינעם פאר'ן לייקענען די פאקטען

שכלדיג » 9/11/2009 00:39


איך האב אראפגעריסן פאר דער וואס וויל אומריכטיג פארענטפערן די פרשה
אבער ווער עס ווייסט ריכטיג צו פארענטפערן די פרשה אדרבה ואדרבה ויסכר פי דוברי שקר
ווייל דו און איך גלייבן נישט אז דאס קען זיין אמת אזויווי עס ווערט דא געברענגט 

rebyankel » 9/11/2009 00:46

א טרוקענע סעמפל פין א זאלי'ס
קודם לייקענט ער עס אינגאנצען,
דאס איז וואס ער שרייבט די 2'טע תגובה פינעם אשכול דינן
כא, כא, כא, אַ פרישער ספין
דאס מיינט שקרנים במילתא דעבודי לגלויי
פעיפערס ביטע


יעצט האט מען אים ציגעשטעלט אלע פאפירן, יא! ווי ס'שטייט קלאר ארויסגעשריבן אז מ'מעג קלאגען זיין קדוש'ל, ווייל ער פאלגט נישט די פס''ד, שרייט ער:
דו און איך גלייבן נישט אז דאס קען זיין אמת אזויווי עס ווערט דא געברענגט 

צדיק'ל טייערע, כ'האב אסאך גרעסערע שקצ'רייען נישט געגלייבט פין ענק.
כ'ווייס נישט אין די אידישע היסטארי ווען א''ג סמכות עליונה פין א גרופה זאל אזוי טרעטן אויף די תורה.






תוקן על ידי rebyankel ב- 09/11/2009 0:48:47

פארשטיי » 9/11/2009 17:20

זעט אויס ווען איין שקר פלאצט, הייבן אלע שקרים אן צו פלאצען,

 

מען האט אויף געבויעט א בנין של שקר, די לעצטע 10 יאר וואס האט אריין געכאפט אסאך תמימי לב, מען האט אראפ געשטעלט א יסוד כאילו ר' לייבוש לייזער שליט''א מיט ריח''מ פר''מ שטייען אונטער די סמכות עליונה, פון די פונסטערע זאלי באנדע,
 
וואו אויך האט מען פארקויפט און די גאס כאילו דער הרב פילאף איז עפעס א מין ערליכע יוד, אז זייטען דברי חיים איז נאך נישט געווען אזא ערליכע יוד, ביזדערווייל?

 

שטעלט זיך ארויס אז ר' לייבוש האט גאנץ א קנאפע סימפאטיע צו די גאנצע זאלי באנדע, מיט זייער מן הארץ בראש, ער אנערקענט אים נישט אלס א רבי – מנהיג,

 

ווייל ווען יא, וואלט ער אים געגאנגען באזוכען די ערשטע טאג וואס ער איז אנגעקימען, און נישט געווארט אז רבינו שליט''א זאל אריין קימען, און וויליאמסבורג, און אים גיין באזיכען די ערשטער,

 

 און דעם קליינעם ר' זלמניו האט ער געהאט צייט צו באזוכען ערשט דער דריטער און ממש א פאר מינוט פארן זיך גיין לייגען, ווען דער זייגער האט שוין געשלאגען מיט א שמיטץ אריבער נאך 1.

 

2. דער ''הייליגער דיין שליט''א'' וואס די זאליס האבן אזוי טראמפייטערט מיט אים, האט שוין געשיקט פאר רבינו שליט''א 3 פריסת  שלום'ס, און די לעצטע 2 וואכען, און זיך אויס געדריקט פאר היפש א פאר מענטשען אז ער גרייט זיך ערענסט צו מאכען א יו טערן, ער וויל נישט גיין פון דער וועלט, און אזא צירה וואו ער קיקט אויס היינט צו טאגס, דהיינו:

 

 בני יואל: מותר – אסור – מותר

 

 סקול דיסטריקט: מותר – מצוה – מותר – אסור – יהרג ועל יעבור

 

עירב: מותר – אסור – מותר רק לעכום – אסור ביהרג ועל יעבר

 

פלייש: מהודר שבמהודר – כשר – כשר רק ממליחה ואילך – מליחה דארף זיין נאר פון שטיין זאלטץ – עס איז שוין גוט אפי' פשוטע זאלטץ,

 

פלעסטיג אויף די היט און שבת קודש: מותר לכתחילה – מותר – אסור – אסור בתכלית  האיסור,

 

דער בארא פארקער דיין שליט''א האט ארויס געגעבן שו''ת הוסיף משה, וואס גדולי ישראל האבן מפליא געווען,

 

דער קרית יואל'ער דיין האט ארויס געגעבן שו''ת אגלי דבש, וואס גדולי ישראל זענען מפליא,

 

און ר' ישראל חיים מנשה? ווען קימיט ער ארויס מיט א ספר? אפשר ווען די אויבן דערמאנטע פסקי הלכות  אסור מותר – מותר אסור נתברר ווערען, ווער ווייסט.?

 

 דעריבער וויל ער פטור ווערן פון דעם חסר דיעה נחמי קרויס, און דעפעקטירען צו די צענטראלע סאטמארער קהלה,  ( וואס האט נאך דערווייל נישט קיין פאזיציע פאר אים)  דאס איז פאר די זאליבאנצעס וואו פעפער אויף א אפענעם וואנד, און וואו עסיג אויף די וויידעל פון א פערד,  א ציגאב צו דער ר' לייבוש סינדראם וואס האט באנימען די זאליבאנצעס דעם פארגאנגענעם וואך,

 

און איצט א נייע קאפ ווייטאג פאר די זאליבאנשע פראפעגאנדע מיניסטעריום, וואס? יא! דער אזוי געריפינער פרימער ''הרב פילאף'' דער גרויסער מחותן פון דעם וועלט'ס מן הארץ,

 

שטעלט זיך ארויס וואו א פאלנער '' לא ציית לדינא'' ער פאלגט נישט ב''ד, ב''ד הייסט אים עפעס טאן, והוא באחד ומי ישובנו, וואו אזוי וואלט מען באטיטלט אזא איינעם וואס פייפט זיך אן אויף א ב''ד בישראל?

 

מיר געדענקען נאך אלע ווען דער הרב פילאף האט זיך אויף געשטעלט נאך דעם וואס ר' זלמניו האט זיך פארגליסט צו קימען חוה''מ מאכן אן אונוואזיע אויף די סאטמארע קהלה און בארא פארק, און די בני הקהלה, האבן אויף געפענט די טויערן ברייט, און אים ארויס געשטויסען וואו א בייזער הינט, און ער איז געפלויגען מיט איין אטעם צוריק קיין וויליאמסבורג, האט ר' זלמניו געשיקט דעם הרב פילאף זאל קימען מיסר זאגען פאר די בארא פארקער יודן אז היתכן? זיי ווילן נישט מאכען אן הכתרה' לע פאר אים? און אזוי ער האט עס געזאגט בדרך בכיה, האט מען אים ציריק גענפערט בדרך בכיה, אז ניין מיר ווילען נישט מאכן אן הכתרה'לע פארן מן הארץ, וועעע,

 

איז דער נאך געווען מאסיווע פראטעסטען אונעם דשיד וואס אויפן קעפל איז געשטאנען עפעס אזוי, ''בזיון התורה'' ????

וואס בזיון התורה? ווען ביזיון התורה? ער איז א פשוטער לא ציית לדינא? ער פאלגט נישט די תורה הק', ער פייפט זיך אן אויף די הייליגע תורה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן אויפן בארג סני, און מיט האבן עס מקבל געווען באלה ובשביעה,

 

די זעלבע איז אויך געווען, אז נאך דעם וואס ער האט געמאכט ר' זלמניו פאר פורים רבי און וויליאמסבורג, האט אים קהל יטב לב געשיקט א צעטיל אז ער זאל גיין זאגען זיין זונטאג שיעור, און 11 טע עווניו, (איר געדענקט עס נאך?)

 

און ווייטער, והוא באחד ומי ישיבנו, ער פייפט זיך אן און קימט אנצונדען א מחלוקה פייער און גרויסען בית מדרש און בארא פארק, אוןן ווען כלל ישראל האט דער זען דעם ''מחלוקה פייער''' וואס דער הרב פילאף צינד אן, פלאקערט מיט א העלישער פייער,  האט מען ספאנטאן געכאפט די מכשירים וואס איז ספעציעל צו געגרייט געווארען און ביהמ''ד אויף א זעלעכע אומשטענדען, און מען האט תיכף פארלאשען דעם מחלוקה פייער,

 

און יא! איר האט גוט צו געטראפן, עס האט זיך אנגעהויבן מאסיווע פראטעסטען, בזיון התורה, כבוד התורה, אד''ג
 
דאן האט זיך אפי'  אויף געשטעלט דער באוויסטער בדחן מיט די צושטרויבעלטע פיאות און זיין שוהל אויף די 49 גאס איז ער האט געזאגט וואו פאלגענד, פאר די רשעים (דאס מיינט ער אנ''ש) באדערט די שובבי''ם צירה פון ר' זלמן לייב פילאף(מיר פארשטייען נישט פינקליך וואס ער האט געמיינט מיט די ווערטען ''שובבי''ם צירה, מיר ווייסען אז שובבי'ם איז ר''ת שמות, וארא, בא, ... מיר האבן קיינמאל נישט געוויסט אז שובבי''ם האט א צירה, אבער מיר שרייבען נאך אזוי מיר האבן געהאט דע זכיה עס צו הערן)  זיי ווילען אויסרייסען די שובבי''ם (?????)  דעריבער האבן זיי ארויס געווארפען דעם ר' זלמן לייב פילאף עכ''ל פון דעם בדחן,

 

וואס בזיון התורה? ווען ביזיון התורה?וואס אויס רייסען שובבי''ם? ער איז א פאלנער ''לא ציית לדינא''! ער פאלגט נישט די תורה הק', ער פייפט זיך אן אויף די הייליגע תורה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן אויפן בארג סני, און מיט האבן עס מקבל געווען באלה ובשביעה,

 

דאס איז שוין צו פול פאר די זאליבאנצעס החוט המשולש מהרה לא ינתק, זיי האבן אונז פראבירט איינצורעדען אז דער הרב פילאף איז א קדוש, און אז ער זאגט אז ר' זלמניו איז א רבי, איז דאס כנתונתן מסיני, ביזדערווייל שטעלט זיך ארויס אז דער הרב פילאף איז נישט נאר נישט קיין קדוש ער איז אפי' א פאלנער ''לא ציית לדינא'' ל''ע

 

 

 

 

 

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2009 1:27:02

Isacmandel » 9/11/2009 18:12

וואס איך זעה דא אז מ'רעדט פון אנטשעדיקונג געלטער (פיצויים), וואס רעדן זיך נישט פון קיין ערנסטע געלטער.

דאס בית דין האט גע'פסק'ט אזוי:

מר. קאשני דארף באקומען 31 טויזנט שקלים (בערך 10 טויזענט דאלאר)
מרת. קאשני דארף באקומען 47 טויזנט שקלים (בערך 15 טויזענט דאלאר)
מר. מישאלי דארף באקומען 41 טויזנט שקלים (בערך 13 טויזענט דאלאר)  
מיסטער קאשני דארף באקומען ביז סוף יאר נאך  21 טויזנט שקלים (בערך 7 טויזענט דאלאר)


הכל בכל רעדט מען דאך פון עפעס מער פון 50 טויזענט דאלאר, און אויף איז רז"ל פיליפ מסרב?

rebyankel » 9/11/2009 19:14

איינער זאגט מיר אז הרב פילאפ, טענה'ט די עבירה האט זיך נישט אנגעהויבן ווען ער האט אנגעהויבן אריינצפייפען אין א פסק בית דין - נאך שטרי בירורין
נאר די עבירה איז געווען לכתחילה ''אז מ'איז געגאנגען צו די''ת -  אן א היתר פינעם פורים בי''ד''.....



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2009 1:28:05

נפל » 9/11/2009 19:22

סך הכל איז דא דא א פסק אויף 140,000 שקל, ווען מרעכנט דא אין דאלאר קומט דאס אויס 35,000 דאס איז זייער א קליינע סומע אין סאטמארע השגות אויב זענען די זאלי'ס גרייט אז מ'זאל באשמוצן ר' זלמן לייב פילאפ פאר דעם, מיינט דאס אז די זאלי'ס האבן עפעס א גוטע חשבון, לכאורה וועט מען דארפן צו ווארטן נאך א ביסל. בפרט ווען בי"ד שרייבט אז די 35 טויזנט דאלער דארף ווערן באצאלט מיט חודש'ליכע פעמענטס פון 15 טויזנט שקל א חודש (אין דאלאר איז דאס 3,750 דריי טויזנט זיבן הונדערט און פיפציג דאלאר... בהחלט קליין געלט) איך בין זיכער אז דאס איז נישט די סוף פסוק. עפעס באהאלטן די ארוינים. מ'דארף ווארטן ביז די זאלי'ס וועלן זיך אנרופן.

רבי_יונה » 9/11/2009 19:33

די זאליס וועלן אלעס פארענטפערן, זיי האלטן אז די תורה באלאנגט צו זיי, און זיי האבן עס געגבען אויף הר סיני, והא ראי' אז ר' זלמן לייב פילאפף איז דאך ממש די ג-ט אליינס (ח"ו).

ממילא מעגן זיי אויסמעקן שטיקער פון די תורה ווען אימער זיי ווילן, זיי קענען דרייען די תורה ווי אזוי זיי ווילן, און ווי אזוי זיי שמעקט.

יעצט וועלן זיי קומען מיט די תורה, אז מען דארף נישט פאלגן קיין פסק דין... גאר פארקערט די תורה זאגט אז מען טאר נישט פאלגען קיין פסק דין... 

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2009 1:30:36

rebyankel » 9/11/2009 19:36

איין זאך קען איך ממש נישט פארשטיין
אויב איז די ת''ת שוין פארשפארט
פארוואס האט הרב פילאפ היינט ארומגעשיקט ביי זיין מנין מיט די פישקע פין די ת''ת?
א פשוט'ע גנב?



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2009 1:31:53

פארשטיי » 9/11/2009 19:42

עס זעט עפעס אויס אזוי יענער וואס האט געוואלט פארפאפען סוף זמן קר''ש, האט ער ארויס געפליקט דעם סימן און שו''ע או''ח ח''א וואו עס שטייט אז מען דארף ליינען קר''ש בזמן, און וישן ויחלום שינית,

דער פורים ב''ד, וואס דארף לכראורה אונפארסירען די תורה הק' ,טיט דאך ממש דאס פארקערטע, אויף א פארנעם וואס איז נאך נישט געהערט געווארען מאז היתה ישראל לגו, אלעס מיט א גישפנקא פון א ב''ד, רח''ל

פשוט, מען וויל גנב'ענען און ראבעווען, און מסר'ן, יודישע קונדער, אבער דער תורה לאזט דאך נישט, עס איז דאך דא א חו''מ, אלזא וואס טיט מען, קיין פראבלעם, מען פליקט עס ארויס און עס מותר, נישט נאר מותר עס ווערט גאר א מצווה,

איך שטעל מיך פאר אז די שמות באקס און די לישקע איז פול מיט ארויס געפליקטע בלעטער פון שו''ע חו''מ, און פון חומש פרשת משפטים,

רבי_יונה » 9/11/2009 20:11

און די גרעסטע חוצפה פון די עוקרי התורה איז, אז זיי צוקנייטשען זיך די שטערן, קוועטשן זיך אראפ די ריזיגע עריפארט ביבער הוט, בינדען זיך איין די גארטל אפען טייטסטען, צופלאטשקענען די פיאות, און שרייען רעבע זכרונו לברכה האט אזוי געוואלט...

זעהט אויס אז מען ברויך אים שוין ווידער אנשפריצען מיט די ווייסע פוידער, וואס מען האט אים אין בארא פארק באשפריצט.

אויששש » 10/11/2009 00:27

די זאליס שעמען זיך צו דערציילן וועלכע ווילדן קאפ האט אריינגעשלעפט דעם רזל"פ אין דעם זימפ

יא יא, נישט קיין צווייטער ווי דער טרויעריג באקאנטער ספרד'ישן ד.מ. טאלער פון בני ברק וועלכער האט מיט זיין גרויסע גאוה געטהון אזא אומאויסגערעכנטן טריט און געלאפן חתמ'נען מיט א יפוי כח פון רזל"פ שטרי בירורין ביים בי"ד פון הרב קארעליץ אן צו טראכטן בעפאר די קאנסטווענצן וואס וועלן דערפון ארויסקומען.

טאקע דער ספרד'ישער פרענק וואס האט אריינגעשלעפט רז"ל ט"ב אין טריפה'נעם ערכאות הציוני
דער זעלביגער האט אריינגעשלעפט רז"ל פיליפ אין די פלאנטער ווי ער דארף ליידער ווערן א מסרב לדין

די מעשה איז געווען אין קורצן:
רז"ל פיליפ האט געוואלט אסר'ן די דריסת הרגל פאר הרב רחמים בר משה שליט"א אינעם בנין הת"ת, איז דער ספרד'ידער טאלער געלויפן אין איין אימפעט צו הרב י. סילמאן שליט"א און איהם געבעטן א עיקול אויף בר משה, הרב סילמאן האט אבער געפאדערט א חתימה אויף שטרי בירורין פון די גאנצע וועד בראשות רזל"פ'ן און דא זענען זיי אריינגעפאלן אין זימפ און גע'חתמ'ט, און ליידער האט די בי"ד גע'פסק'ט לטובת בר משה און עד היום זענען זיי מסרב דאס צו מקיים זיין ווי אויבנ-דערמאנט אינעם דאקומענט. 

זעליג_כהן » 10/11/2009 01:50

אויפדעקונג: די השחתה איבער די ספרדי'שע ת"ת סקאנדאל

מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ד' גם שניהם

השתלשלות הענינים פונעם געועזענעם מנהל מוסד "רבינו יואל" לספרדים - די השחתה פון די אהרונים וועלכע שטיצן דעם געוועזענעם מנהל מיט זיין בגידה בדעת תורתו פון רביה"ק זי"ע מייסד המוסד - דער הלך ילך ביים בי"ד פון הגר"נ קארעליץ וועלכע ערשטוינט יעדן

די הולכי ערכאות פון קרית יואל, האבן פארשפרייט מיט א נייעס קעגן הגאון הצדיק המפורסם, חו"פ, רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"ץ דסאטמאר, אין דערמיט אריינגעשטעלט בריוו'ן פונעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ אין בני ברק, אונטערגעשריבן טייל דורכ'ן מזכיר ר' דוד הערשקאוויטש, און טייל דורך די דריי חבר הבי"ד הרב יודל סילמאן, הרב שריאל ראזענבערג, הרב יאנקל פארבשטיין (וואס גייט אן א ליטווישן פראק, שפעטער וועל איך עס מסביר זיין פארוואס איך האבן צוגעשריבן די הערה), איבער דעם ענין, וואס די ענדע דערפון איז אז זיי האבן געגעבן אן היתר להליכה בערכאות פאר דעם געוועזענער מנהל פון די ספרדי'שע ת"ת "רבינו יואל" ר' רחמים בר משה קעגן די וועד ההנהלה פון די ת"ת.

די פרשה וועלכע איז גאר א ווייטאגליכע טעמע פאר זיך, ווי מיר וועלן באלד אנרירן מער בהרחבה, איז אבער פון צווייטן זייט נישט אנדערש ווי אלע אנדערע נידעריגע עלילות וואס די "אהרונים" מיט זייערע "בלאט"  קאלבטארן זענען מעליל און די לעצטע יארן קעגן רבנים גדולי התורה און ערליכע אידן וועלכע ווילן נישט מקבל מרות זיין פון זייער אויבערהאר ר' אהרן, וואס לעבט נאך און א חלום אז גאנץ סאטמאר איז זיינס, האבן עס באקומען פון זיין באבענס ירושה, און ווער עס אנערקענט נישט און דעם "אני ואפסי" ווערט מוחרם ומנודה, און ווערט אנגעגריפן פון נידעריגע אטאקעס מיט דברי עלבון וגנאי אן קיין שיעור.

און די קומענדיגע פאראגראפן וועלן מיר ארויסברענגען די לעכערליכקייט פון דעם שקר, אז דער דיין שליט"א ושלומיו אמוניו אתו וואס פירן די ת"ת זענען נישט קיין ציית דינא און זיי האלטן נישט ביים גיין צו א דין תורה.

די ספרדי'שע ת"ת 
די ספרדישע ת"ת "רבינו יואל" איז ווי באקאנט אן המשך צו די תלמוד תורה לילדי בוכארה והספרדים וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געהייסן האט באאויפטראגט און באפוילן פאר הרה"ג החסיד ר' בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א דער דעמאלטיגער מנהל המוסדות צו גרינדען אין בני ברק און אנהייב די ל' יארן ווען עס זענען דעמאלץ ארויפגעקומען א גרויסער נומער פון אידן פון די שטעט. 

די היסטאריע פון די מסירת נפש וואס דער רבי זי"ע האט געהאט פאר די מוסדות און צוגאב די פילע פעולות כבירות וואס הרה"ג ר' בן ציון יאקאבווויטש שליט"א מיט זיין געטרייע הנהלה האט געהאט פאר די מוסדות און פאר די קינדער איז באשריבן און באריכטעט ברייט בספרו הנהדר פון הרה"ג ר' בן ציון שליט"א "זכור ימות עולם" חלק ד'.

עס דארף שטארק באטאנט ווערן די בייהילפיגקייט פונעם לענגאדארער מנהל פון מוסדות יטב לב בארה"ק הרב החסיד המפורסם ר' שלמה גפן ע"ה וואס האט געשאפט גרויסע סומעס געלט צו אויפהאלטן די הייליגע קינדער די אודים מצולים, אז זיי זאלן נישט אריינפאלן און די ציפורני הרשעים אינערהאלב די נעגל פון די ציוניסטישע "סוכנות", און זאלן ח"ו געשיקט ווערן אינערהאלב די פרייע "קיבוצים", און אז עס זאל ח"ו נישט פאסירן מיט זיי וואס עס האט פאסירט מיט די מאראקא קינדער, וועלכע - ווי יעדער ווייסט - האט עס געקאסט געזונט פאר רביה"ק זי"ע..

דער "מוסד רבינו יואל לילדי בוכארה" ווי עס פלעג אנגערופן ווערן, האט געשאפן גרויס נחת רוח פאר'ן רבי'ן ז"ל לעת זקנתו, און ער פלעג דערפון רעדן און זייער אסאך געלעגענהייטן. עס ווערט דערציילט אז איינמאל ווען הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה איז זיך געקומען געזעגענען ביים רבי'ן בין כסא לעשור צוזאמען מיט צענדליגער "ארגענטינע" קינדער וואס ער האט אויפגעהאלן ביי זיך, האט עם דער רבי געזאגט אז די זענען מיינע קינדער, און כ'האב נאך קינדער און ארץ ישראל, וועלכע געפונען זיך אין בני ברק ביי דעם ת"ת וואס כ'האב געגרינדעט פאר זיי.

ווען די צאל קינדער האבן זיך פארגרעסערט, האט דער רבי זי"ע באפוילן אנשי אמוניו די געטרייע הנהלה פון "חברת קרית יואל" אז א טייל פון די הכנסות פון די קארפארעישאן מיז גיין פאר אויפהאלטונג פון די ת"ת וועלכע איז אן הצלת הדור, און אזוי פלעג עס אנגיין כמה וכמה שנים.

די פארראט פון ר' משה חיים ווייס. 
ווען די צאל קינדער זענען געווארן געדאפאלט, ווייל מ'האט אריינגענומען דערין אויך אלגעמיינע ספרדי'שע קינדער וועלכע האבן געזוכט א ערליכע ת"ת על טהרת הקודש, און מ'האט געמוזט דינגען פאר זיי א נייעם לאקאל, האט די הנהלת המוסדות אין שפיץ פון ר' משה חיים ווייס, ובראשם די הנהלת "חברת קרית יואל" באשלאסן צו בויען פאר די ת"ת א בילדונג אויף א לאט וועלכע האט זיך געפונען הארט נעבן די סאטמארער בני ברק'ער האטעל, און האבן זיך דעמאלץ געוואנדן צו נגידים און אויסלאנד כדי צו קענען בויען פאר דעם הייליגן מוסד - וואס עס איז אזוי דעם רבי'ן געגאנגען אין לעבן איר עקזיסטענץ - א בילדונג כליל יופי בהדרה.

ביז עס האט זיך אנגערופן אחד הנגידים דאז, האי גברא יקירא הרבני הישיש ר' דוד ברעכער ע"ה, וואס האט געוואוסט ווי ווייט עס איז דעם רבי'ן געגאנגען בנפשו אז די קינדער זאל האבן א קורת גג, האט ער זיך אנגערופן אז ער צאלט אויס דאס אויפבוי פונעם גאנצן בנין, און האט דערמיט אונטערגעשריבן א "שטר הסכם" מיט די הנהלת המוסדות, מיט די הנהלת "חברת קרית יואל", אז דער בנין דארף זיין מוקדש לעולמי עד פאר די ת"ת לעדת הספרדים בני המזרח, און "לא ימכר ולא יגאל", און עס זאל בלייבן פארהייליגט פאר די מטרה פון אויפהאלטן די ספרדישע קינדער. דער הסכם וועלכע איז ארונטערגעשריבן כעט בדול בעופרת האט טאקע אנגעהאלטן א לאנגע צייט.

און דעם בנין איז יארן לאנג געווען די אכסניא של תורה (און די ערשטע צווי שטאק) פון די סאטמארער ישיבה קטנה, ווייל עס האט דאן נישט אויסגעפעלט אלע פיר שטאקן פאר די ת"ת.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א אלע יארן ביז היינט צו טאג ווערט די הנהגה רוחנית פונעם מוסד אנגעפירט דורך דעם גאון וצדיק ר' שמעון באדאני שליט"א וואס ער איז דער אנגעזענסטער ספרדי'שער רב אין בני ברק, און ער איז מנווט דעם הייליגן מוסדות שוין אזויפיל יארן מיט מסירות נפש.

מיט עם צוזאמען דארף דערמאנט ווערן די בייהילפיגקייט מיטן גרעסטן מסירת נפש, פון האי גברא רבא, הרב הגאון ר' מענדל דאווידאוויטש שליט"א דער לעגענדארער סאטמארער ראש ישיבה פון בני ברק, וואס האט כציר חלמיש געקעמפט אלע יארן פאר'ן עקזיסטענץ פון דעם הייליגן מוסד, און האט געשאפן רזיגע סומעס געלט פאר איר, און געזען אז עס זאל האבן א שטארקן קיום.

מיט יארן שפעטער, ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף, דער ר' משה חיים ווייס, האט באשלאסן בשרירות לבו צו ארויסווארפן די הייליגע קינדער פונעם בילדונג, וואס הנגיד הנכבד ר' דוד ברעכער ע"ה האט מנדב געווען פאר די ת"ת, און די שטאקן וועלכע עס איז ליידיג געווארן האט מען ארויפגעזעצט דעם כולל אברכים, און מ'האט געמאכט נאך א שטאק פאר א ישיבה קטנה,וכו'.

יארן לאנג פלעגט מען צו זעהן דעם טאוועל אויפ'ן מוסד, אז דער בנין הגדול איז נדבת הרבני הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער וזוגתו, אבער ביז ווילאנג ער מיט זיינע קינדער הרבני הנגיד ר' אשר נ"י, און ר' צבי מנחם נ"י, זענען געווען באקאנט אלס ברייטהארציגע נגידים פאר מוסדות הק' וועלכע סימבאלירן די שיטה הק' פון רבי'ן זי"ע, און האבן נאך געהאט געלט צו אויסטיילן, האט ר' משה חיים ווייס געציטערט צו ארויסווארפן די קינדער פונעם מוסד, אבער דערנאך וואס ער מיט זיינע חשוב'ע קינדער האבן פארלוירן די מעגלעכקייט צו טיילן, האט ר' משה חיים ווייס ארויסגעווארפן די קינדער פונעם בילדונג מיט גרויס אכזריות, און מיט א קאלט בלוטיג הארץ.

די קינדער האבן געדארפט וואנדערן פון איין ארט צום צווייטן, אן קיין קורת גג, זיך געמוזט מוטשען מיט צאלן רענט פאר דינגען א בילדונג. אויסער דעם האט ער אויפגעהערט צאלן געלט פון די הכנסות פון "חברת קרית יואל" פאר דעם הייליגן מוסד, און האט צונישט געמאכט די קלארע הוראה פון רביה"ק זי"ע פאר הרב החסיד ר' שלמה גפן ע"ה אז א טייל פון די הכנסות פון חברת קרית יואל זאל גיין פאר דעם אויפהאלטונג פון דעם הייליגם "מוסד רבינו יואל לידי בוכארה הספרדים".

דער נגיד הנכבד ר' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער האבן געמאכט א טומעל, און האבן געטאן כל טצדקי אז מ'זאל צוריק נעמען די קינדער און דעם בילדונג, אבער עס האט נישט געהאלפן גארנישט, טראץ די ווענדונג פון די דעמאלטיגע הנהלה פון חברת קרית יואל הרבני החסיד ר' סענדער דייטש ע"ה, און הרבני הנגיד ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה בהוראת מרן בעל ברך משה זי"ע.

די קינדער זענען געבליבן אן קיין קורות גג, אן קיין דאך אויפן קאפ, און דער חשוב'ער נדיב הרבני הנגיד ר' דוד ברעכער ע"ה איז געבליבן פארווייטאגט עד היום הזה, נישט וועלענדיג קענען מער דאס נאמען "סאטמאר בני ברק".

עס מיז פון איין זייט באריכטעט ווערן אז ר' משה חיים ווייס האט גע'טענה'עט דעמאלץ לזכותו, אז ער האט ארויסגעווארפן די ת"ת פון יענעם בילדונג, ווייל ער האט געהאט א חשד אז דער מנהל בר משה נעמט געלט פון די ממשלה (א חשד וואס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט געווען אמת, ווייל דאס געלט נעמען איז פארגעגאנגען נאר און די יארן ס"ד און ס"ה, און נישט פריער).

אבער נניח אז די אויבעאדערמאנטע טענה קען מען זוקף זיין צו זיין באשלוס, איז אבער די אומווערדיגקייט פון ר' משה חיים ווייס אנגעגאנגען אסאך ווייטער. אויב איז כאטש דאס בילדונג כאטש געבליבן פאר א מקום תורה, ווי עס איז געווען פלאצירט די ישיבה קטנה מיט דעם כולל אברכים, האט ער מיט געציילטע יארן שפעטער באשלאסן אריבערפירן די ישיבה קטנה אינעם "זכרון מאיר" בילדונג אויף רח' היילפערין, און דער כולל איז אריבער צום היכל בית המדרש הגדול, און אין א שיינעם טאג האט ער אראפגענומען דאס טאוועל פונעם נדבן הרבני הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער ע"ה, און עס געווארפן און צענטראלן מיסט קאסטן פונעם שיכון אין בני ברק, און האט דעם בילדונג איבערגעבויעט, און געמאכט דערפון הייזער און עס פארקויפט פאר דארטיגע איינוואוינער פון די קהלה.

איר הערט א נידעריגקייט.  א נדבן האט געגעבן באלד צווי מילאן דאלער צו בויען א בילדונג פאר דעם הייליגן מוסד וואס דער רבי זי"ע האט געבלוטיגט דערפאר, און עס איז געווען משאת נפשו באחרית ימיו, דער ר' משה חיים וואס האט זיך פאררופן פאר דער סאטמארער מנהל המוסדות, האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן זי"ע, האט זיין גאנצע תורה און זיין גאנצע האראוואניע געלייגט און גארבידזש, און פאר נזיד עדשים פאר זיינע פריוואטע הכנסות וואס ער האט געמאכט פון יעדן דירה וואס ער האט געבויעט, האט ער ארויסגעווארפן לרחובה של עיר די הייליגע בא'חנ'טע קינדערליך, און עס האט עם נישט אינטערסירט צו די קינדער וועלן בלייבן מיט קאפל און פיאות, און זיי געלאזט הפקר לכך, שומו שמים!

דער נדיב ר' דוד ע"ה וועלכער האט געהאט אן אונטערשריפט פון ר' משה חיים ווייס אז דער בנין איז מיועד לעולמי עד פאר די קינדער, ווי עס שטייט דארט "לא ימכר ולא יגאל לעולם" איז געליבן מיט א קליינעם צעטל און בוזעם, וואס ער קען דערמיט נישט מער ווי עס איינפרעימען און עס אפשיקן צו די "שעכטער" לייבערי אלס אן אנדענק, פון נאך א איד וואס אראפגעפלאדזשט צווי מיליאן דאלער פאר גארנישט.

דער נגיד ר' דוד ע"ה לעבט שוין נישט, אבער יעדער קען זיך אינטערסירן די אינפארמאציע, ביי עם און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.

מ'קויפט א נייע בילדונג פאר'ן מוסד 
אזוי ווי דער עקזיסטענץ פונעם הייליגן מוסד איז געווארן זייער שווער, נישט האבענדיג, נישט קיין געלט צו אויפהאלטן דעם מוסד, און נישט קיין בילדונג פאר די תלמוד תורה, האט זיך דעמאלץ אנגעגארטעלט האי גברא יקירא הרבני הנגיד הנכבד בכל אפסים מו"ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, און זיך אונטערגענומען צו שענקען יעדן חודש א דריטל פונעם בודזשעט פונעם מוסד, כדי צו מקיין זיין די הוראה פון רביה"ק זי"ע אז מ'זאל העלפן אויפהאלטן זיינע קינדער און בני ברק.

אויך האט הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתו הטהורה פון רבי'ן זי"ע אפגעשיקט מידי חודש בחודשו באדייטענדע סכומים להחזקת המוסד.

ועל כולם דארף ארויסגעברענגט ווערן די פעולות הכבירות פון האי גברא רבא, הגאון הצדיק המפורסם, דולה ומשקה מתורת רבינו לאלפים, רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אבדק"ק אבני שלמה מאנסי, וועלכער איז דעמאלץ געווארן דער יו"ר וועד הרבנים פונעם הייליגן מוסד, און האט געטראגן אויף זיך דעם גרויסן עול פון החזקת המוסד מידי חודש בחודשו, און געשאפן ריזיגע סומעס געלט להחזקת המוסד.

און יאר תשנ"ח האט מען באשלאסן דאן צושאפן פאר דעם מוסד א גרויסן בילדונג, כדי אז עס זאל קענען זיין א חומה בצורה פאר'ן מוסד אז עס זאל האבן א קיום גדול, האט זיך דעמאלץ אנגעגארטעלט הרבני הנגיד ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, און האט אויסגעלייגט דאס גאנצע געלט צו קויפן דעם בילדונג פאר די ת"ת וועלכע געפונט זיך אויף רח' אמרי ברוך אין בני ברק.

עס ליגט יעדן און די ביינער ווען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און הגאון האדיר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר, און הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר, מיט להבחל"ח הגאון הצדיק רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, האבן אונטערגענומען די היסטארישע רייזע און אייראפע און אין קרית טאהש און מאנטרעאל, און אנדערע ערטער צו שאפן ריזיגע סומעס פאר דעם אפקויף פון דעם הייליגן מוסד.

ל"ג בעומר תשנ"ט, איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית פונעם בנין, וועלכע עס זענען געוועזן אנוועזענד גאר א ריזיגער ציבור אידן, בראשות גדולי ומאורי הדור, ווי פאלגענד: כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגאון האדיר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א, הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג, הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ, וועלכע האבן אויפגעטראטן מיט גאר פלאמפייערדיגע דרשות ארויסברענגענדחג מיט גרויס התרגשות דעם גרויסן מעמד האדיר לכבודה של תורה ולכבודה של קדושת החינוך הטהור בדרך ישראל סבא.

א סקרוך גייט אריבער אוו די ביינער ווען מ'דערמאנט זיך ווי די אלע רבנים הגאונים הצדיקים עיני העדה שליט"א האבן געלאזט פאלן טרערן הערענדיג ווי די בא'חנ'טע קינדערליך זינגען דעם ניגון "אערוך שיעי ואהלל לכבוד רבינו יואל", ווער עס איז געוועזן אנוועזענד ביי דעם מעמד איז נישט געבליבן מיט א טרוקן אויג פון התרגשות דקדושה.

עס איז צום באטאנען אז דער ר' אהרן פון קרית יואל איז שוין געווען צענדליגער מאל בימי חייו אין בני ברק, כמה פעמים צו באזוכן זיינע חסידים, און מיט יארן צוריק ביי פארשדינע שמחות אין די משפחה, און אויך באזוכן זייו שווער דער וויזניצער רבי שליט"א, און האט קיינמאל נישט זיך אינטערסירט אינעם מוסד, און האט קיינמאל נישט אפגעשטאט א באזוך אינערהאלב דעם מוסד, ווי עס וואלט געווען עפעס א מוסד פון עטיאפישע קינדער פון די ווייטע קרית שמונה אדער לעבן מצרים, אפגערעדט אז ער האט קיין דאלער נישט געשאפט פאר דעם מוסד, און ווי געעשריבן האט ער עס נישט אנגעקוקט כלל וכלל. די פוינט איז אן איבערצייג פאר יעדן אז ער האט פארפאקט דעם חינוך הטהור אויפן זעלבן ארט ווי ער האט געהאט פארפאקט זיין גרויסן טאטן, ווען ער האט געצווינגען זיינע קינדער אונטערשרייבן אויף די קאורט פאפירן ביי די ברייט באקאנטע "פעמעלי קאורט".

די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה 
די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה איז זייער אן אנגעווייטאגטע טעמע, און מיר וועלן עס בארירן מיט די גרעסטע מאס איידעלקייט.

עס מיז ארויסגעברענגט ווערן אז דער מנהל ר' רחמים בר משה האט אלע יארן געוואנדערט איבער דער גארער וועלט צו שאפן געלט פאר דעם הייליגן מוסד, און האט דערפאר געניסן גרויס קירבות ביי אלע היימישע נגידים און חסידים, און ביי אלע ערליכע אידן רבנן ותלמידיהון, וועלכע האבן עם מקרב געווען, און האבן געשאנקען מיט באדייטענדע סומעס געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.

און די לעצטע יארן זונט זומער תשס"ד איז הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר געווארן דער יו"ר וועד הרבנים פונעם מוסד, און ער טראגט דעם עול פון החזקת המוסד פון אנהייב ביזן סוף, עד עוצם היום הזה, און דערביי איז ער מכתת רגליו מהכא להתם צו שאפן ריזיגע סומעס געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.

משך די לצטע 14 יאר האט דער מנהל אריינגענומען אינעם מוסד זיינע קינדער שוואגער און שוועסטע טעכטער וכו', וועלכע האבן געארבעט א טייל אלס סעקרעטארן פונעם מוסד, אזוי אז ער האט געהאט די פילע שליטה פונעם מוסד.

איך גיי נישט אריינגיין אין די פילע איינצעלהייטן פונעם סענסעטיוון אישו, פארוואס הרב בר משה דער מנהל האט זיך אנטזאגט, אבער עס האט ליידער פאסירט זייער גאר הארבע פראבלעמען אינעם ת"ת, און א טייל מלמדים האבן געלאזט הערן פאר די הנהלה פון ניו-יארק, אז דערפאר פארלאזן די ת"ת א געוואלד קינדער פון פיינע שטיבער, און די ת"ת קען ח"ו בלייבן נאר מיט שוואכע קינדער, און טראץ וואס דער מנהל הרב משה איז געווען באהאווענט און די פאקטן האט ער געגעבן א בעקונג פאר די עושי המעשים המחרידים.

מיט דעם אלעס האט הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א עם נישט געוואלט אויפזאגן פון זייט אמט אלס הכרת הטוב פאר זיינע פעולות פאר'ן מוסד. אבער נאך א לענגערע דין ודברים צווישן הרב בר משה מיט דעם מנהיג הרוחני פונעם מוסד הגאון ר' שמעון בעדני שליט"א, האט דער מנהל הרב בר משה געמאלדן אנמיטן ווינטער תשס"ח פאר די הנהלה אין ניו-יארק, אז ער אנטזאגט זיך פון זיין אמט, און ער האט מער נישט קיין שייכות מיט דעם מוסד. עס קלאר און דייטליך אז קיינער האט עם נישט אויפגעזאגט, נאר ער האט ריזיינט.

עס דארף צוגעלייגט ווערן אז די איינגעשטעלטע פונעם מוסד צווישן זיי די טעכטער און איידעם פונעם געוועזענעם מנהל הרב בר משה זענען געבליבן נאך א חודש צייט אינעם מוסד, אבער נאך א גאנצער חודש, נאך וואס זיי האבן אויסגעליידיגט אלע דאקומענטן פון די אפיסעס האבן זיי אליין ריזיינט פונעם מוסד.

עס דארף באטאנט ווערן אז לאור די שוואכע צושטאנד פונעם ת"ת און די לעצטע 3-4 ווי אויבערדערמאנט, האט די הנהלת המוסד פון ניו יארק אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו אוועק שטעלן א ישיבה קטנה, וועלכע זאל זיין אפגעזונדערט פונעם ת"ת, און עס זאל זיך פירן ווי אן עקסטערן סניף. און עס דארף טאקע באטאנט ווערן אז די ישיבה קטנה האט טאקע געהאט זייער א שטארקע הצלחה, און עס האט די לעצטע צווי יאר באקומען איר גוטן נאמען, און בצלו זענען זיך מתדפק ערליכע בחורי חמד פון די שענסטע ספרדי'שע פאמיליעס פון בני ברק, און זענען פארהאן היינט צו טאג פילע דריי כיתות פון איבער 60 בחורי חמד, וועלכע זענען הוגה בתורת ד' מיט גרויס התמדה און שקידה, וכל רואיהם יכירם ויעיד כי זרע ברך ד' המה.

דער מוסד האט זיך געפירט אזוי ווייטער, ביז אנהייב חודש אלול תשס"ח, ווען די הנהלת המוסד אין בני ברק און אין ניו יארק האט באשלאסן אז אזוי ווי לאור די רוחניות'דיגע אומ'אחריות'דיגע התנהגות פונעם געוועזענעם מנהל איז די ת"ת געבליבן און א שוואכן צושטאנד, א טייל פון די קינדער זענען געווען מיט זייער שוואכע כאראקטער'ס און מיט גאר שווערע פראבלעמען יעדער באזונדער פאר זיך, איז באשלאסן געווערן צו מאכן א נייע רע-ארגאניזאציע פון די ת"ת, און עס פארבעסערן וויפיל מ'קען נאר.

אבער צום נייער אלול זמן תשס"ח האט זיך געמאכט א נייעם פראבלעם, דער געוועזענער מנהל הרב בר משה האט זיך דערמאנט אז ער איז געווען אמאל דער מנהל פונעם מוסד, און איז א וואך בעפאר אנהייב זמן אנגעקומען אינעם בילדונג, און האט געטוישט די שלעסער פונעם בנין און האט עס פארשפארט, און האט אנעהויבן צו פירן מעשה בעלות.

נאך אזא שערוריה זענען ארויס גרויסע טייל קינדער פון ת"ת, און די ת"ת איז געבליבן במתי מעט, האט מען באשלאסן צו אויפבויען די ת"ת פון אויפדאסניי ווי עס וועלן ווערן געהאלטן ביז היינט צו טאג דריי כיתות פון די ישיבה קטנה, און דריי עלסטע כיתות פון די ת"ת, און אזוי צוביסלעך אנהייבן צוריק אויפבויען די ת"ת מיט  פרישע כוחות און מיט א פרישע הנהגה רוחנית אן די פארגייענדע פראבלעמען.

און אזוי ווי עס איז געוועזן א סכנה פאר'ן המשך פונעם עקזעסטירונג פונעם מוסד, האט דער מנהיג הרוחני הגאון ר' שמען בעדני שליט"א, געהאלטן אז מ'דארף אריינגעבן א תביעה און א בי"ד מאכן א "צו מניעה" קעגן דעם הרב בר משה אז ער זאל נישט קענען אריינטרעטן אינעם בנין.

און דעריבער זענען די הנהלת המוסד אין ניו-יארק די אייגענטימער פונעם בילדונג און פונעם מוסד, אריינגעטרעטן צום בי"ד פון הגר"נ קארליץ און געבעטן א "צו מניעה" קעגן דעם מנהל, אז ער זאל נישט קענען שטערן דאס אנגייענדע פירשאפט פונעם מוסד, און ער זאל נישט טארן אריינטרעטן אינעם בנין. און נאך א זיצונג אינעם בית דין ווען הרב בעדני שליט"א האט זיך אויך געוואנדן צום בי"ד איבער דעם ענין, האט דער בי"ד פון הרב קארעליץ ארויסגעגבן א צו מניעה קעגן הרב בר משה אז ער טאר נישט אריינגין אינעם בנין, און א וודאי נישט מזיק זיין פונעם בנין, ביז ווען עס וועט ארויסגעגעבן ווערן א פסק איבער זיינע טענות.

דער השתלשלות פונעם די"ת – מיט די שוידערליכע אויפדעקונג 
דער וועד הנהלת המוסד אין ניו-יארק, האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביים בי"ד, און עס איז פארגאגאנגען א די"ת, ווי דער געוועזענער מנהל האט גע'טענה'עט אז ער איז ווייטער דער מנהל, און גלייכצייטיג האט ער גע'טענה'עט אז טארמער ער ווערט אנטזאגט דארף ער באקומען "פיצויים", ער מיט כל בני משפחתו וועלכע האבן געארבעט כך וכך יארן אינעם מוסד.

דער בית דין פון הגר"נ קארליץ, האט געהייסן אינמיטן ווינטער תשס"ט פאר די הנהלת המוסד צו משליש זיין חודש'ליכע סכומים פון "פיצויים" געלט, וואס דער געוועזענער מנהל טענה'עט אז עס קומט זיך עם, און נאכן ענדגילטיגן פסק וועט מען עס איבערגעבן פאר וועמען עס קומט זיך.

ווי אומגלובליך עס איז, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער בי"ד האט איבערגעגבן דאס געלט פאר דעם געוועזענעם מנהל בר משה און פאר זיינע טעכטער און איידעם שוין אים חודש ניסן תשס"ט, ווען דער פסק פונעם בי"ד איז ארויסגעקומען הערשט תמוז תשס"ט. (א ענליכע שערוריה גייט איצט אן אין בני ברק מיט דעם הדר"נ קארעליץ בי"ד, וואס האבן געהייסן פאר א בעל דין צו משליש זיין א "יפוי כח" אז שענקט די מעגלעכקייט צו איבערשרייבן איינע פון די דירות (פונעם סכסוך) אויב ער וועט ארויסגיין ביים פסק חייב, וואס מיט די געלט פון די דירה וועט קענען אויסצאלן די בעלי חוב, ווי שטויענד איז געווען ווי דער משליש איז געוואויר געווארן אז נאך אינמיטן די דיונים – וועלכע עס איז פארגעגענגאן ביז לעצטענס – האט דער בי"ד געהייסן איבערשרייבן א דירה פאר א פריוואטן איד נאך פארן פסק, און ווען מ'האט גערופן דעם בי"ד און ערכאות, האט איינער פון דיינים ר' יאנקל פארבשטיין גענטפערט, אז ביי יענעם דיון ווי מ'האט געהייסן איבערשרייבן די דירה פאר יענעם פריוואטן איד, איז ער נאכנישט געווען קיין דיין, נאר ער א "מתמחה" - איינער וואס לערענט שימוש - והא ראיה אז ער איז נאך דאן נישט געגאנגען א ליטווישן פראק)

זעהט בייגעלייגט די הודעה פונעם בי"ד פאר די הנהלת המוסד, ווי זיי מעלדן אז דער בי"ד האט באשלאסן צו נוצן די דמי השלשה און עס איבערגעבן פאר די תובעים.

[בילד – נישט אפגעהיט] 

אנהייב זומער ענדע חודש ניסן תשס"ט, איז אויפגעדעקט געווארן די שוידערליכע פארווייטאגטע פאקט, אז דער געוועזענער מנהל בר משה איז נכשל געווארן במעשי ידיו, און ער האט גענומען טריפה'נע געלטער פון די "משרד החינוך" פאר די ת"ת, עס איז אפירגעקומען די אלע ליסטעס פון די תלמידים פון די ת"ת אויף וועמען ער האט גענומען געלט פון די ציונים, און די חרפה איז געווען זייער גרויס, נאאך מער איז געווען די בושה, אז דער געוועזענער מנהל וואס האט געפירט א מוסד וואס טראגט דעם הייליגן נאמען פון רבי'ן זי"ע, און וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען, זאל ר"ל נכשל ווערן און געלט עמען פון די שנואי ד' די רשעי הציונים, און עס איז ליידער מקויים געווארן דעם דבר שנצטער אותו צדיק יכשלן בו זרעו.

גלייך ווי עס איז אנטדעקט געווארן די פרשה אז דער דער געווזענער מנהל האט בוגד געווען בערכי היהדות הנאמנה, און בערכי שיטתו פון הייליגן מייסד המוסדות זי"ע, האט מען עס געלאזט וויסן פאר'ן בי"ד פון הגר"נ קארליץ.

[בילד – נישט אפגעהיט] 


איינע פון די אויפדעקונגען איבער די פארראט פונעם געוועזענעם מנהל. 

אמת'דיג האט דער בי"ד שוין באקומען פון די הנהלת המוסד די אינפארמאציע בעפאר פסח תשס"ח, ווי מ'קען זעהן און דעם בי"ד'ס החלטה איבער די "דמי השלשה" געלט, אבער דעם ענדגילטיגן אישור האט מען באקומען ענדע חודש ניסן תשס"ח.

אינמיטן חודש אייר, בלי שום קשר צו דער סדר הדי"ת, ווען די הנהלת קרן הצלה פון ניו-יארק און פון ירושלים האבן זיך דערוויסט פון די מעשה הנבלה פונעם געוועזענעם מנהל המוסד בר משה, האבן זיי זיך געוואנדן צום הגאוה"צ חברי הביד"צ דהעדה החרדית שליט"א אין ירושלים, און האבן ארויסגענומען אן "עיקול" פונעם בית דין צדק, קעגן די די הנהלה פונעם מוסד רבינו יואל און ניו-יארק און אין ארץ ישראל, אז זיי טארן נישט געבן און נישט משליש זיין קיין געלט פאר דעם געוועזענעם מנהל בר משה בני משפחתו, ביז ווי לאנג ער וועט זיך שטעלן צו די"ת מיט די הנהלת קרן הצלה איבער דעם ענין פון זיין פארראט ווען ער האט גענומען געלט פון די ציונים פאר דעם ת"ת.

בייגעלייגט דעם "עיקול" פון ביד"צ העדה החרדית דאטירט פון י"ב לחודש אייר תשס"ט. 

[בילד – נישט אפגעהיט] 

און סוף חודש אייר און אזוי אנהייב חודש סיון תשס"ט האט דער הרב רחמים בר משה געשיקט בריוו'ן צו דעם ביד"צ העדה החרדית שליט"א, אז ער וויל זיך מתדיין זיין איבער די תביעה פון הנהלת קרן הצלה ביים בי"ד פון הגר"נ קארעליץ, אבער די העדה החרדית האט אבער נישט אנגענומען די פארלאנג, און זיי האבן באשטימט אז "קרן הצלה" האט א באזונדערע תביעה, און טאמער וויל מען אראפנעמען דעם עיקול דארף מען קודם מופיע זיין אין ביד"צ העדה החרדית.

זעה בייגעלייגט די נאך צווי בריוון פון ביד"צ העדה החרדית איבער דעם עיקול אז עס איז בתוקפו. 

[בילד – נישט אפגעהיט] 

די צווייטע בריוו 

[בילד – נישט אפגעהיט] 


דער הר' רחמים בר משה, וואס זונט חודש ניסן תשס"ט ווען עס איז אנטדעקט געווארן אז ער האט בוגד געווען און האט גענומען ציוניסטישע געלט, איז נישט ערשיינען מער אין בי"ד פון הגר"נ קארליץ, האט געשיקט זיין ברידער "שמעון עשהאל" (א חילוני וואס איז נישט קיין שומר תומ"צ) אלס טוען בשמו.

דער טוען החילוני שמעון עשהאל האט געשיקט בריוו'ן פאר'ן בית דין פון הגר"נ קארעליץ טענה'ענדיג אז די בריוו'ן פון העדה החרדית זענען פאלשע בריוו'ן, און אז א מאן דהו ניצט זיך מיט די "לעטער-העט" פון העדה החרדית אן קיין רשות, און אז דער בי"ד זאל זיך נישט מתייחס זיין צו די בריוו'ן.

דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז די "אהרונים" פון בני ברק, וועלכע עינם צרה און יעדן שבקדושה וואס עס שטייט נישט תחת נשיאות רבם ומאורם, שטייען אונטער דעם בר משה, און שטעלן עם אויס זפלענער ווי אזוי זיך צושלאגן מיט די וועד הנהלת המוסד בראשות הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א.

דער טוען החילוני האט און זיין אויבערדערמאנטן בריוו פאר הגר"נ קארעליץ בי"ד צו געשריבן מיט זיין האנט שריפט, אז ער האט דריי אידן וואס קענען עדות זאגן, און זענען גרייט צו עדות זאגן, אז די אלע ווערטער וואס איך האב געשריבן אין בריוו איז קראנט, און ער בעט מ'זאל אכטונג געבן און נישט ארויסגעבן זייערע נעמען.

און ווער זענען די נעמען? ליינט און קוקט!

אונזער ברייט באקאנטער הערשעלע ראטער, יעקב אלימלך ראזמאן, מרדכי שווארץ דער גבאי פון רמב''ם שול אין בני ברק.

דא איז בייגעלייגט דעם דאקומענט, וועלכע עס האט א סטעמפל פון ביד "נתקבל" 


[בילד – נישט אפגעהיט] 

די זעלביגע צייט האט די הנהלת המוסד זייענדיג דערשטיטערט פון די שרעקליכע אנטדעקונג, האט געפאדערט א דיון אינעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ איבער די שערוריה, און דעריבער איז באשטימט געווארן א דיון ביים בי"ד, ווי עס איז אריבערגעקומען בשם די הנהלת המוסד, האי גברא יקירא, הרה"ג ר' זעליג ראובן הלוי קאצינעלנבויגען שליט"א רו"מ מוסדות תורה ויראה, און האט פארגעלייגט פאר'ן בי"ד די הארבקייט פון די בגידה הנוראה אז דער מנהל האט גענומען געלט פון די ציונים פאר'ן ת"ת וועלכע טראגן דעם סאטמארער רבינ'ס נאמען, דער אבי המערכה קעגן געלט נעמען פון די ציונים.

און דער בי"ד פון הגר"נ קארעליץ האט גע'פסק'נט ביום ו' תמוז תשס"ט, און עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר די צדדים, אז מ'דארף דעם מנהל נישט געבן קיין געלט ווייל ער האט גענומען געלט פון די ציונים וועלכע איז קעגנזאץ די תקנות המייסד.

זעה בייגעלייגט דעם פסק דין פון בי"ד פון הגר"נ קארליץ 

[בילד – נישט אפגעהיט] 

און געציילטע טעג שפעטער האט געדארפט פארקומען נאך א דיון אינעם בי"ד איבער די פיצויים פון די בני משפחתו פונעם געוועזענעם מנהל, און גלייך ביים אנהייב פונעם דיון, האט דער טוען הרבני פונעם מוסד הרב נחום בערגמאן באמערקט, אז דער פסק איבער די "פיצויים" געלט פון די משפחתו פונעם געוועזענעם מנהל איז שוין גרייט, און עס איז אונטערגעשריבן, נאך בעפאר מ'האט געהערט די טענות פון ב' הצדדים.

דער טוען הרבני הרב בערגמאן האט נישט געלאזט ארויסגעבן דעם פסק, און דער בי"ד פון הגר"נ קארעליץ האט מודיע געווען אז זיי ציען צוריק פונעם פסק איבער די "פיצויים" פון די בני משפחת בר משה, ביז זיי וועלן הערן ב' הצדדים כדת וכדין.

עס מיז באטאנט ווערן אז די שטרי בירורין ביים בי"ד פון הרב קארעליץ איז אונטערגעשריבן געווארן נאר מיט דעם געוועזענעם מנהל בר משה, אבער דירעקט נישט מיט זיינע קינדער און זיין משפחה.

עס איז אריבער א חודש ו' לחודש אב, און די הנהלת הת"ת האט באקומען א פסק פונעם בי"ד אז דער פסק פון ו' לחודש תמוז (וועלכע דער בי"ד האט צוריק געצויגן ווי מ'זעט און פראטאקאל) איז בתוקפו, און מ'דארף עס מקיים זיין ללא דיחוי, און די צייט וואס מ'האט נאכנישט געענדיגט די דיונים איבער די טענות ב' הצדדים אויף די "פיצויים" געלט פון די משפחת בר משה. 

זעה בייגעלייגט 
[בילד – נישט אפגעהיט] 


עס איז אומגלובליך צו זעהן דאס התנהגות פונעם בי"ד, דער פסק גופא האט די הנהלת המוסד נאך בכלל נישט געהאט, און מ'האט עס זיי נאך בכלל נישט געשיקט, און זיי האבן עס נאך בכלל נישט געזעהן (ווייל ווי דערמאנט פריער האט דער בי"ד צוריק געצויגן דערפון), און דא גאר באקומען זיי א בריוו אז מ'דארף עס מקיים זיין ללא דיחוי.

אנהייב אלול תשס"ט, איז געקומען א פרישן בריוו, פונעם בי"ד, ווי זיי געבן רשות דעם געוועזענעם מנהל בר משה צו מערער זיין אויף ערשטן פסק פונעם בי"ד אז מ'דארף עם נישט צאלן קיין געלט ווייל ער האט גענומען געלט פון די ציונים, באותו זמן ווען עס איז אנגעקומען דעם הזמנה לדיון אויף דעם אפיעל פון בר משה, איז דאן אויך אנגעקומען צום ערשטן מאל א קאפיע פונעם פסק פון ו' תמוז וואס ו' לחודש אב האט מען עס געהייסן מקיים זיין ללא דיחוי. עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן פון אזא התנהגות פון א בי"ד. 

זעה בייגעלייגט דעם פסק פון ו' תמוז תשס"ט 

[בילד – נישט אפגעהיט] 
א וואך בעפאר ראש השנה איז פארגעקומען דעם דיון אויפ'ן ערעור פון בר משה, אז מ'זאל עם געבן דאס געלט מיט דעם וואס ער האט גענומען געלט פון די ציונים, און האט מחלל געווען און פארשוועכט דעם הייליגן נאמען פון רבי'ן זי"ע.

ביי יענעם דיון האט דער בי"ד נישט אנגענומען די טענות פון בר משה און האט עם געגעבן די מעגלעכקייט פון מאכן נאך א דיון איבער דעם ענין. 

דעריבער איז שטויענד ביז גאר אז דער בי"ד האט פון הגר"נ קארעליץ האט מפרסם געווען א בריוו א' מרחשון תש"ע, ווי זיי געבן אן היתר פאר דעם הר' בר משה צו תובע זיין בערכאות, איבער זיינע "פיצויים" און געלט, וואס דער בי"ד האט בכלל נאכנישט גע'פסק'נט אויפ'ן ערעור, און דער אלטער צייטוויליגער פסק איז נאך בתוקף, און עס דארף נאך גאר פארקומען נאך א דיון איבער'ן ערעור פון הר' בר משה. 

בייגעלייגט דעם היתר ערכאות נאך בעפארן ארויסגעבן דעם ענדגילטיגע פסק 

[בילד – נישט אפגעהיט] 


סוף דבר 
די פרשה האט נאך זייער אסאך איינצעלהייטן וועלכע עס איז נאכנישט באריכטעט געווארן מפאת צנעת הפרט, און ווייל עס האט ליידער פארשוועכט סאטמאר'ס נאמען איבער דער גארער וועלט.

אבער פון די פרשה קען מען זיך איבערצייגן אויף די נידעריגקייט פון די "אהרונים", וועלכע זענען אומשטאנד צו געבן א האנט מיט א בוגד וואס האט איבערגעבן אויף א געוויסע תקופה א מוסד וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען פאר "משרד החינוך" הציוני, און צו דערצו עם דעקן און מחפה זיין על מעשיו.

עס שטעלט זיך ארויס אז ווי אימער איינער וויל אריינשטעכן א מעסער אינעם רבי'ן זי"ע און אין זיין הייליגע שיטה, זענען די "אהרונים" די גרעסטע מחותנים, און שטייען הארנט ביי האנט מיט עם.

פאר מ'איז מסיים די השתלשלות הענינים, דארף ארויסגעברענגט קלאר און דייטליך, אז אויסער צווי יאר וואס דער געוועזענער מנהל הת"ת איז נכשל געווארן מיטן נעמען כספי פיגול, האט דער מוסד הק' נישט צוגערורט צו גע'אסר'טע טריפה'נע געלטער, עס איז נתברר געווארן מעל לכל ספק, פון אלע אפישעל דאקומענטן פון די רעגירונג אפיסעס אז דער מוסד האט זיך אלע יארן געפירט על טהרת הקודש בדרך ישראל סבא כרצון המייסד, און אזוי פירט זיך עס ביז היינט צו טאג.

און ב"ה דער מוסד כאפט זיך צוריק פון טאג צו טאג, און עס ווערט צוריק א פראכט פון א מוסד, און יעדער קוקט ארויס דערויף אז עס זאל ווייטער ממשיך זיין אלס א מבצר התורה על טהרת הקודש.

צום שלאס דארף ארויסגעברענגגט ווערן אן "הכרת הטוב" און ברכת תחזקנה ידיכם, פאר דעם וועד הנהלת הת"ת והמוסד, בראשות הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר, און פאר די אנדערע חברי ההנהלה,הרבני ר' שלמה ברוך וויטריאל הי"ו, הרבני ר' מאיר הערש גרינפעלד הי"ו, הרבני ר' שלום יחזקאל ווידער הי"ו, ד' אתכם גבורי החיל, אל תיראו ואל תיחתו, זייט ווייטער ממשיך מיט אייערע הייליגע פעולות למען החזקת המוסד הק', און זייט דערמיט מקדש שם שמים ברבים, כה לחי!

 

Credit: Yuchu

אוישששששש ביזט א ערענסטן לוזער, האסט אינטערגעשאצט דעם עולם דא, האסט געמיינט אז לכאו' ווייסט קיינער נישט די פרטים פון'ם ספרדיש'ן ת''ת, און די קענסט מיט אפאר פיקטשערס באשמיצן, א ערליכע יוד א צדיק, דערווייל קומט דא די ''פול היסטערי'' מרישא עד גמירא, ויראה הקהל וישפוט!!

 

זעליג_כהן » 10/11/2009 01:52

Credit: Yuchu

אוישששששש ביזט א ערענסטן לוזער, האסט אינטערגעשאצט דעם עולם דא, האסט געמיינט אז לכאו' ווייסט קיינער נישט די פרטים פון'ם ספרדיש'ן ת''ת, און די קענסט מיט אפאר פיקטשערס באשמיצן, א ערליכע יוד א צדיק, דערווייל קומט דא די ''פול היסטערי'' מיט קאווערידזש אינטערגעשטיצט פון דאקומענטן, מרישא עד גמירא, 

ויראה הקהל וישפוט!!

ארגינעלער » 10/11/2009 01:53

מאכט'ס נישט חוזק פין קיטשי זאלי
ער מאכט די לעצטע וואך מיט ליידער אסאך פראבלעמען

זעליג_כהן » 10/11/2009 01:54

משא''כ דיר גייט גוט, הא...?

ארגינעלער » 10/11/2009 01:57

איך בין נישט קיין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.

פארשטיי » 10/11/2009 16:50

דאס איז וואס דער זאלי זעליג כהן שרייבט:

דער וועד הנהלת המוסד אין ניו-יארק, האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביים בי"ד, און עס איז פארגאגאנגען א די"ת, ווי דער געוועזענער מנהל האט גע'טענה'עט אז ער איז ווייטער דער מנהל, און גלייכצייטיג האט ער גע'טענה'עט אז טארמער ער ווערט אנטזאגט דארף ער באקומען "פיצויים", ער מיט כל בני משפחתו וועלכע האבן געארבעט כך וכך יארן אינעם מוסד.

דער בית דין פון הגר"נ קארליץ, האט געהייסן אינמיטן ווינטער תשס"ט פאר די הנהלת המוסד צו משליש זיין חודש'ליכע סכומים פון "פיצויים" געלט, וואס דער געוועזענער מנהל טענה'עט אז עס קומט זיך עם, און נאכן ענדגילטיגן פסק וועט מען עס איבערגעבן פאר וועמען עס קומט זיך.

ווי אומגלובליך עס איז, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער בי"ד האט איבערגעגבן דאס געלט פאר דעם געוועזענעם מנהל בר משה און פאר זיינע טעכטער און איידעם שוין אים חודש ניסן תשס"ט, ווען דער פסק פונעם בי"ד איז ארויסגעקומען הערשט תמוז תשס"ט. (א ענליכע שערוריה גייט איצט אן אין בני ברק מיט דעם הדר"נ קארעליץ בי"ד, וואס האבן געהייסן פאר א בעל דין צו משליש זיין א "יפוי כח" אז שענקט די מעגלעכקייט צו איבערשרייבן איינע פון די דירות (פונעם סכסוך) אויב ער וועט ארויסגיין ביים פסק חייב, וואס מיט די געלט פון די דירה וועט קענען אויסצאלן די בעלי חוב, ווי שטויענד איז געווען ווי דער משליש איז געוואויר געווארן אז נאך אינמיטן די דיונים – וועלכע עס איז פארגעגענגאן ביז לעצטענס – האט דער בי"ד געהייסן איבערשרייבן א דירה פאר א פריוואטן איד נאך פארן פסק, און ווען מ'האט גערופן דעם בי"ד און ערכאות, האט איינער פון דיינים ר' יאנקל פארבשטיין גענטפערט, אז ביי יענעם דיון ווי מ'האט געהייסן איבערשרייבן די דירה פאר יענעם פריוואטן איד, איז ער נאכנישט געווען קיין דיין, נאר ער א "מתמחה" - איינער וואס לערענט שימוש - והא ראיה אז ער איז נאך דאן נישט געגאנגען א ליטווישן פראק)

זעהט בייגעלייגט די הודעה פונעם בי"ד פאר די הנהלת המוסד, ווי זיי מעלדן אז דער בי"ד האט באשלאסן צו נוצן די דמי השלשה און עס איבערגעבן פאר די תובעים.


די שפיטץ וואס ער ברענגט ארויס, איז אז דער ב''ד איז באגאנגען א עוולה קעגן הרב פילאף,
און וואו אויך אז הערשל ראטער האט ארויסגעהאלפען דעם בר משה וואס לויט די שיטה פון די זאליס איז ער א פארעטער, דעריבער איז הרב פילאף א ''לא ציית לדינא'' 

דאס איז די ס''ה פון די גאנצע מגילה,

זיי נישט ברויגעז ר' ניסים קארעליץ שליט''א איז דיין מבהק זיין ב''ד איז פון די מערסטע אנערקענטע בתי דינים און ארץ ישראל, און אז ער זאגט אז הרב פילאף איז א לא ציית לדינא, איז עס אמת כנתונתן מסיני,

און דער תימענער טאהלער איז א ארויס געריפענער גנב, און ליגענער, און שוונידלער, אזוי אויך די גאנצע זאלי באנדע זענען אלע מוחזק אלס מסרבים לדין, גנבים, חמסנים, עבריינים, ערשט קלאסיגע ליגענער, און מעשיות פראבאצירער, זענען נישט באגלייבט אויף גארנישט,  אויף דעם זענען זיי גוט צו זאגען און פארציילען בהאלטענע שמיטץ אויף דעם און יענעם, שטיות, אלעס הוילע לאקשען, כל הפוסל במימו פוסל! וד''ל,


(איך געדענק נאך וואו זיי האבן פארקויפט אז ר' לייבוש שליט''א האט געזען מיט די אייגענע אויגען, די ווידיאו'ס וואו הגה''צ אב''ד וויליאמסבורג שליט''א געפונט זיך און געמיינע פלעטצער, רח''ל צו זאגען אז ר' לייבוש זאל קיקען אזא זאך)

זענען נישט באגלייבט אויף גארנישט, נישט אויף די מעשה מיט בן משה, נישט מיט די מעשה אז הרה''ג ר' ניסים שליט''א האט באוועלט דעם פילאף באטשי, וע''כ זיי אליינס זענען מודה אז דער הרב פילאף איז א לא ציית לדינא, נאר מיט א גוטער תירץ,

טיפיקעל זאלי



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/11/2009 23:59:41

פארשטיי » 10/11/2009 16:53

די גרעסטע ליגענט איז דער טיטול ''חו''פ'' א לא ציית לדינא ווערט אנדערש באטיטעלט, נישט חו''פ!

רבי_יונה » 10/11/2009 19:32

1) דער מציאות וואס דו ברענגסט נישט איז אז הרב פילאפף האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין און "אנגעפיפן" דאס בית דין און האט מסרב געווען צו פאלגן.

2) דער מציאות וואס דו ברענגסט נישט פארוואס הרב פילאפף האט נישט געפאלגט וואס בית דין האט געהייסן איבער די פיצויים.

3) ער פארציילט נישט אז אביגדור יאקאבאוויטש און די זיינע אגענטן פון דאהי און ארץ  ישראל מיט די רבנים און ברייטע ביבער היטן האבן אפגעמאכט אז מ'גייט ארויסטראקסן די ספרדים, אויף לעבן און טויט, און מ'וועט עס פארכאפן פאר די דערשלאגענע זאליס אין בני ברק.

4) מ'האט געמאכט מעשה אויף דעם טייערן מסירת נפש איד, הרב הצדיק ר' רחמים בר משה און מיט א רציחה'דיגע אטאקע אנגעהויבן קעגן אים מיט רשעות און שקרים אז ער נעמט געלט פון דעם מדינה הציונות. שומו שמים. א יוד וואס איז זיך מקריב פאר די שיטה הקדושה יארן לאנג, און לויפט ארום שאפן געלט, אים באשמוצט מען יעצט אלעס ווייל מען דארף יעצט פארכאפן די בילדינג און ארויסטראקסקען די ספרדים אויף די גאס !

5) ווען הרב פילאף באדערט די מדינה, פארוואס לאזט ער גיין אין בג"ץ

6) ווען הרב פילאף באדערט טריפה'נע געלטער, וואו איז ער אין אנטווערפען, ווען הרה"צ רבי לייבוש לייזער שליט"א האט געהייסן מ'זאל אויפהערן נעמען די טריפה'נע געלטער.

7) דער זעלבער הרב פילאפף וואוינט 2 בלאק אוועק פון די טריפה'נע עטרת בלעם, וואו מ'מאכט חתונה מיט תערובות און פירצות און איז שטום און שטיל !

8) אויב האט הרב רחמים גענומען געלט פון די מדינה, געוואלד און געשריגן, וואו איז הרב פילאפף געווען ביז יעצט, וואס האט ער און די הנהלה געטאן די אלע יארן, האבן זיי נישט באמערקט אז ער נעמט געלט. דאס איז דאך אפענע ביכער פון די רעגירונג וועלכע מוסד עס נעמט געלט.

פון די אלע זאכן זעט מען אז ס'איז שקר און שלימאזל, רוצחים און גזלנים וחמסנים האבן זיך איזדיעקוועט ארויסצוזעהן די ספרדים און דארט פארכאפן די מאכט פאר די זאליס.

עס האט נאר מיט צעשאסענע זאליס אין זאליס אין בני ברק, גארנישט מיט די תורה און אידישקייט  אדער קנאות.

און פאר דעם רציחה'דיגן פלאן פון ארויסווארפען די ספרדים און פארכאפן די געביידע, לוינט אלעס אפילו אנפייפן א דין תורה !

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/11/2009 0:08:23

טשאמפיאן » 10/11/2009 19:35

באטאם ליין: עס איז (דערוייל) נישטא קיין כתב סירוב אקעגן הגרז"ל פילאפף שליט"א, די אלע תירוצים דארפן די זאלונים אוועקלייגן אויב עס וועט ח"ו זיין א כתב סירוב זאל דער חילול ה' נישט זיין אזוי גרויס.

rebyankel » 10/11/2009 19:42

בי''ד איז נאר מתיר מעכל צו זיין די פסק, אין לייגען א עיקול בערכעות וויי ער איז א ''לא ציית דינא''

זעליג, כ'האב געהאלטן פארמעגליך פאר א בעסערע שרייבער
סתם זיצען אין באקען א גאנצע מעשה, 
ווען מ'ברענגט אפאר דאקומענטן וואס צייגען נישט מער ווי אפאר דעטאלען פין זיין ווערסיע, באשטעטיגט עס נאכנישט זיין גאנצע געגעקס

גוטזאגער » 10/11/2009 20:30

זאליס פעלשן דאקומענטן
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 10/11/2009 21:01

די גאנצע שקר פון הרב פילאפף מיט די אנדערע גנבים צעפאלט מיט א זייפן בלאז.

א באנדע מושחתים און גנבים, פעלשן דאקומענטן, באגראבן א מסירת נפש'דיגן עסקן אלעס צו פארכאפן די בילדינג און ארויסטראסקען די ספרדישע קינדער.

און דאס איז נאך אלעס מיט די ברייטע ביבער הוט !


שומו שמים !

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/11/2009 0:08:59

גוטזאגער » 10/11/2009 21:41

איך האב אליין געהערט פון מאיר הערש גרינפעלד, איינער פון די מכלומר'שטע עסקנים פון די ספרדישע תלמוד תורה, וועלכער שעלט דעם רחמים בר משה מיט טויטע קללות, אז מ'מוז פון אים פטור ווערן, די גאנצע מוסד איז גארנישט ווערד, מ'דארף עס פארשפארן, עס קאסט סתם געלט און מ'האט גארנישט דערפון.

אויף מיין פראגע וואס ער האט געטאן, זאגט ער מיר אז די גאנצע מוסד איז א עול און א משא און מ'דארף עס פארשפארן.

הוא הדבר אשר דברתי. דער מסירת נפש איד ר' רחמים דארף מען שיסן ווייל די זאליס דארפן א בילדינג. די ספרדישע קינדער דארף מען ווארפען צו די הונט ווייל די זאליס זענען חרוב אין בני ברק.

דעם מוסד וואס רביה"ק בעל ויואל משה האט געעפענט זאל זיך פארשפארן, אבי די זאליס זאלן האבן א בילדינג און א דאך איבערן קאפ.

אלע פארלוימדונגען איבער נעמען געלט פון די מדינה איז פאלש און פאבריצירט דורך די רוצחים און אונטערוועלטניקעס און דאס בית דין האט זיך דאס איבערצייגט שווארץ אויף ווייס.

rebyankel » 10/11/2009 21:59

אויב דארף מען פארשפארען דעם ספרדישען מוסד פאר'ן נעמען געלט (לשיטתם)
דארף מען זיכער פארשפארען די ג'גנבטע מוסדות אין ירושלים פאר'ן קלאגען די ב''ב מוסדות אין ציוניסטישען ערכעות אין אנערקענען בחוקי סדום.

אגב, עס הערט זיך קאמיש אין נעריש פארוואס פינקט תשס''ד אין ס''ה האבען זיי לשיטתם גענועמן געלט פין די ציונים אין ס''ו האבען זיי אויפגעהערט....
עפעס שטימט נישט דא (באלד וועט מען צילייגען: תיקון טעות, ער נעמט נאך יעצט געלט....)

איזראלי » 10/11/2009 22:44

יעצט קען ער שוין נישט נעמען קיין געלט אפי' לשיטתם וואס ער האט יא גענומען ווייל די ת''ת האט זיך אויפגלעזט און עס איז שוין פארשפארט און די משה''ח קען מען נישט פאפן ווייל זיי טוען דאס קאנטראלירן, נאר שנארן און אויס רייסן געלט פאר א מוסד וואס עקזיזטירט נישט דאס טוט מען ווייטער כנראה מען דארף דאך געבן פרנסה פאר א פאר זאלי שישקעס . 

Isacmandel » 10/11/2009 23:12

11  קשיות, אבער קיין איין תירוץ הערט מען נישט

1) איז די תלמוד תורה אדער פארשפארט?
2) ווער דארף געבן פיצויים?
3) פארוואס זענען די זאליס נישט מסכים צו געבן פיצויים?
4) וואס איז יעצט אין די געביידע?
5) ווער איז קשאני, און וואס וויל ער?
6) ווער איז בעדאני, און וואס וויל ער?
7) ווער איז רחמים בר משה און וואס וויל ער?
8) ווער איז יואל בר משה, און וואס וויל ער?
9) וואו קומט דא אריין קרן הצלה?
10) וואס האט ביד"צ גע'פסק'ט?
11) איז יעצט דא אן עיקול, אויב יא קעגן וועגן?

שכלדיג » 11/11/2009 21:40


מר. אויש האט אראפגעלאזט אַ שטינק און ער גייט זיך ווייטער
זיי אזוי גוט און בעט מחילה ברבים פון הגאון ר' ז"ל פיליפ שליט"א
פאר'ן איהם אנ'טיטול'ען אלס מסרב דין און לא ציית דינא
געדענק הוי זהיר בגחלתן

אויששש » 11/11/2009 21:51

מר שכלדיג איך נעם מיך אונטער אז אויב דו פארענטפערסט די "סירוב לדין" פון רז"ל פיליפ
וועל איך איהם איבערבעטן דא ברבים

אבער געדענק ! נישט קיין דריידעלעך מיט השמצות אויפן בי"ד אדער אויף הרב בר משה דאס ווייס איך אז ענק קענען
איך ווארט אויף א הסבר אויפן לעצטן בריוו פון א' חשון תש"ע פון די בי"ד מפורסם וחשוב פון הרב קארעליץ שליט"א
וואו עס שטעלט זיך ארויס (נאך אלע בריוועלעך און מעשה'לעך) אז רז"ל פיליפ איז א מסרב לדין און לא ציית דינא

ביטע א ענטפער

תוקן על ידי אויששש ב- 11/11/2009 21:52:35

rebyankel » 11/11/2009 21:55

דער אימ-שכל'דיגער
קומט נאך מיט א צביאות פאכענדיג מיט פארמעגליך'ס געמויזעכץ אפצווישען די סקאנדאל, אין שרייט כבוד ת''ח

כ'וויל דיר אבער פרעגן, וואס טוט זיך מיט כבוד ''התורה''?
די תוה''ק וועלכע ווערט שוין ציטרעיטן די לעצטע פאר יאר ווי קיינמאל אין די היסטאריע פין חרדישע יודען, פארלאנגט נישט קיין מחאה? דארף מען נישט איבערבעטן די תורה?
ביי מיר איז בכלל נישט קיין חידוש אויב ער איז ער איז א לא ציית דינא.
נאכדעם וואס ביי ענק:
איז מען מסרב לדין..... פשוט מ'וויל זיך נישט שטעלן צו די''ת
מ'קלאגט אין ערכעות ביי די בית החיים, מרים יד ''בתורה משה''
מ'קלאגט אין ''''ציונסטישען'''' ערכעות........  ........ ......... די הייליגע מוסדות אין ב''ב
מ'קלאגט אין ערכעות אין ב''פ/מאנטריאל/וכו'
אלעס מיט די גיטסהייטונג פין די סמכות עליונה, ר''ל

מ'איז מחלל ש''ש אין ''די גאנצע וועלט'', אין די שרייסט נאך כבוד ת''ח....

שעם דיך!

Isacmandel » 11/11/2009 22:12

קען עמיצער אפשר ענטפערן דא נארמאל.


13  קשיות, אבער קיין איין תירוץ הערט מען נישט


1) איז די תלמוד תורה אדער פארשפארט?
2) ווער דארף געבן פיצויים?
3) פארוואס זענען די זאליס נישט מסכים צו געבן פיצויים?
4) וואס איז יעצט אין די געביידע?
5) ווער איז קשאני, און וואס וויל ער?
6) ווער איז בעדאני, און וואס וויל ער?
7) ווער איז רחמים בר משה און וואס וויל ער?
8) ווער איז יואל בר משה, און וואס וויל ער?
9) וואו קומט דא אריין קרן הצלה?
10) וואס האט ביד"צ גע'פסק'ט?
11) איז יעצט דא אן עיקול, אויב יא קעגן וועגן?

12) האט ער גענומען געלט פון די מדינה, אויב יא פון ווען?
13) וויאזוי האט דאס געקענט זיין א סוד ביז היינט?


בלאט: 1 2