נישט אלע ראשי הזאליס זענען צוגעשטאנען דערצו. עס זענען געווען אפאר פון זיי וואס האבן פארפירט אז מען זאל יא שטיצן די אינקאמבענטס און מען האט זיך געריסן דארט ביי די קעפ אזוי אז ס'איז שיעור געגאנגען פעטש.
אבער לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן נאר דערציילן דבר דבור על אופנו.
ווי יעדער ווייסט איז מאנרא קאנטראלירט געווארן דורך די רעפובליקאנער פאר צענדליגער יארן. אפאר פון די קאונסיל מעמבערס זענען נאך דארט זייט דעם דברי יואל זי"ע'ס צייטן. זיי האבן כסדר געוואונען ריעלעקשאן דורך א מאיאריטעט פון די איינוואוינער פונעם טאון און מיט די שטיצע פון תושבי קרית יואל.
מיט א צען יאר צוריק האט זיך דער מצב אנגעפאנגען צו טוישן. די גוים אין טאון זענען מיד געווארן פון עלעקטן איינמאל און נאכאמאל די זעלבע קאנדידאטן, אזוי ווי ס'איז א נארמאלע זאך אין גאנץ אמעריקע און דערצו האט עס געזאלט הייסן אז די רעפובליקענס זענען פרא-קרית יואל און די שנאה צו קרית יואל איז ווי באקאנט אלעמאל געווען זייער שטארק צווישן די איינוואוינער פון טאון. בקיצור ס'האבן אנגעפאנגען זיך ארויסצושטעלן קאנדידאטן צו לויפן קעגן די אינקאמבענטס. זייט דעמאלטס איז יעדע פיר יאר פארגעקומען זייער שווערע און היציגע עלעקשאנס אין מאנרא. די קעגנערס פון די אינקאמבענטס זענען געלאפן אויף אן אייגענע פארטיי מיט'ן נאמען פראטעקט מאנרא, און אין געוויסע עלעקשאנס האבן זיי געהאט די שטיצע פון די דעמאקראטישע פארטיי, בשעת אין אנדערע עלעקשאנס האבן די דעמאקראטן ארויסגעשטעלט אנדערע קאנדידאטן ווי פראטעקט מאנרא.
אין בערך יענע צייט איז געגרינדעט געווארן די טאליבאן אלייענס פון קרית יואל וואס האט זיך גענומען א ציל צו צוברעכן און נישט אויפצוטאן. זיי האבן באשלאסן אז זיי גייען ארויסשטעלן אייגענע ליסטעס פאר די וואלן, און מיט די הילף פון די בני יואל, זאליס, טאהשער, תולדות אהרנער, ספינקער און אלע אנדערע טאליבאנער פראקציעס אין קרית יואל איז זיי געלונגען אנצוציען צווישן 35 און 40 פראצענט פון די וואוטס.
די אלייענס האט זיך דעמאלטס געמאכט א חשבון אז היות קהל יטב לב אינדארסירט רוב מאל רעפובליקענס, וועלן זיי זיך נעמען אינדארסירן דעמאקראטן און אזוי ווייזן זייער כח קעגן דעם ווילידזש.
במשך די קומענדיגע פאר יאר איז געשען אסאך זאכן: ניו יארק איז געווארן א שטארקע דעמאקראטישע סטעיט, די רעפובליקענס האבן פארלוירן צענדליגער זיצן אנגעפאנגען פון דעם יו עס סענאט, קאנגרעס, סטעיט סענאט, אסעמבלי און געענדיגט ביז צו די קליינטשיגע טאון פארמעסטן.
קרית יואל האט תיכף איינגעזען אז די ווינט האט אנגעפאנגען צו בלאזן אין א צווייטן דירעקשאן און מען האט אנגעפאנגען אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט די דעמאקראטן. פון אנפאנג איז עס געגאנגען נאר אויף א סטעיט לעוועל, דערנאך איז עס ארויף ביז צו א נעשאנעל לעוועל, ביז ס'איז געקומען דערצו אז די פירער פון קרית יואל זענען געווארן גאר נאנט מיט די סאמע העכסטע דעמאקראטן.
ס'איז נישט געגאנגען פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. אבער עטליכע אנטוויקלונגען במשך די יארן האבן געפירט דערצו אז קרית יואל האט געצויגן אסאך חן אין די אויגן פון דעמאקראטן, אריינגערעכנט דער פאקט אז קרית יואל האט געהאלפן די דעמאקראטישע פארטיי אין עטליכע פעלער, ווי למשל ביי די עלעקשאן פון קאנגרעסמאן דזשאן האל וואס האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל.
ר' ליפא פריעדמאן, אנטשולדיגט, כ'מיין צו זאגן ר' גדלי' סעגעדין, האט שוין דעמאלט איינגעזען ווי וויכטיג ס'איז דער שלח לחמך על פני המים. ער האט מיט זיין געניטן בליק איינגעזען אז די דעמאקראטן זענען אויפ'ן וועג איבערצונעמען די מאיאריטעט אין ארענדזש קאונטי, און ער האט אינוועסטעד זייער אסאך כדי צו אנקניפן פריינדליכע באציאונגען מיט די צוקונפטיגע פאליטישע פירער פון אראנדזש קאונטי.
דאס אז גדלי' האט געמאכט די ריכטיגע קאל דארף מען קיינעם נישט זאגן. במשך די קומענדיגע פאר יאר האבן צענדליגער טויזנטער ניו יארקער איינוואוינער ארויסגעמופט קיין ארענדזש קאונטי. די אמאליגע רעפובליקאנער באזע איז צוביסלעך געווארן מער און מער דעמאקראטיש געשטימט. די דעמאקראטישע פארטיי אין מאנרא איז געוואקסן מיט 600 וואוטערס, בשעת די רעפובליקאנער האבן פארלוירן א שיינע צאל וואוטערס.
דא דארף מען אריינהאקן און דערמאנען וואס חז"ל זאגן אונז אלעמאל, עשיו שונא ליעקב. ווי שטארק דער גוי לאכט צו אונז האט ער אונז אלעמאל פיינט. די איינציגסטע זאך וואס מאכט אים פארגעסן זיין שנאה איז דער פאקט אז ער דארף צוקומען צו אונז. פארשטייט זיך אז ס'איז דא אויסנאמען חסידי אומות העולם אבער ע"פ רוב זענען פאליטישאנס - פאליטישאנס און זיי טוען וואס זיי קענען צו געווינען, און אז זיי זעען אז זיי קענען נאר געווינען אויב זענען זיי אנטי-קרית יואל וועלן זיי זיין אנטי-קרית יואל.
פאר לאנגע יארן זענען די ארענדזש קאונטי דעמאקראטן געווען שטארק אנטי קרית יואל, ווייל דאס איז געווען דער איינציגסטער וועג וויאזוי זיי האבן געקענט געוואונען אין אזא רעפובליקאנער פעסטונג. אבער זייט די רעפובליקענס זענען געקומען צו די מאכט האט מען אנגעפאנגען צו זען גאר אן אינטערעסאנטע פענאמענא, די דעמאקראטן האבן אנגעפאנגען נאכצולאזן פון זייער אנטי קרית יואל שטעלונג און די רעפובליקענס האבן אנגעפאנגען צו ווערן אנטי קרית יואל.
מען האט דאס געקענט זען אין עטליכע פעלער, קודם איז פארגעקומען אן אנטי פייפליין וואוט אין די קאונטי לעדזשיסלעיטאר און איין דעמאקראט וואס האט געפלאנט צו לויפן פאר אסעמבלי האט זיך מיטאמאל געטוישט שטעלונג און נישט געוואלט וואוטן קעגן דעם פייפליין. ער האט געזאגט פאר דעם רעקארד דעמאלט אן קיין בושה אז ער וויל נישט טשעפען קרית יואל ווייל ער האפט צו באקומען זייער שטיצע פאר זיין אסעמבלי פארמעסט.
ווידעראום די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן א שפראך וואס מען האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי. זיי האבן אנגעפאנגען צו טשעפענען דעם פייפליין, און אפילו גאר אריינגעגעבן א לאוסוט קעגן קרית יואל וואס האט אפגעקאסט הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר די ווילידזש אויסצופייטן. וואס איז געשען? די רעפובליקענס אין ארענדזש קאונטי האבן אין יענע צייט אויפגענומען א נייעם פירער, ביל דעפראספא, וועלכער האט זיך געמאכט א חשבון אז ארענדזש קאונטי ווערט מער דעמאקראטיש און ער האט באשלאסן אז די רעפובליקאנער פארטיי קען מער נישט קעיטערן קרית יואל אזוי ווי אמאל. זיי האבן נאר געקענט קעיטערן קרית יואל ווען ארענדזש קאונטי איז געווען א רעפובליקאנער פעסטונג און מען האט נישט געדארפט מורא האבן פון דעם צד שכנגד, אבער יעצט אז די דעמאקראטן הייבן זיך די קעפ אין די קאונטי קען מען שוין נישט ריסקן מיט'ן חנפ'ענען קרית יואל. דעפראספא איז געווען דער וואס האט איבערצייגט די רעפובליקאנער פאליטישאנס אז ס'איז נייע צייטן און מען קען מער נישט העלפן קרית יואל. דאס איז געווען דער אנהייב פון א נייע און גאר שווערע רילעישאנשיפ צווישן קרית יואל און די רעפובליקאנער, וואס איז עטליכע מאל ממש ארויס פון קאנטראל, ווי למשל ווען די קאונטי האט אפגעשפארט א מעין ראוד נעבן קרית יואל וואס באלאנגט פאר די קאונטי, ווייל מען האט געבויט א סיידוואק פאר די פרויען און קינדער אן בעטן פון זיי רשות. וואס די קאונטי האט געטאן איז געווען ממש א הימל געשריי.
די אינטערעסאנטע זאך איז געווען אז דאס גיין צו לינקס האט נישט געהאלפן פאר די רעפובליקענס. זיי האבן במשך די קומענדיגע פאר יאר פארלוירן איין עלעקשאן נאכ'ן אנדערן, אריינגערעכנט די עלעקשאן פון די רעפובליקען קאנגרעסוואמען סו קעלי וואס האט פארטרעטן קרית יואל.
סו קעלי איז פאר א שטיק צייט געווען פרא-קרית יואל און אפילו פרא-פייפליין, אבער נאכ'ן באקומען דעם מעסעדזש פון די פארטיי פירער אז מען דארף אויפהערן צו שטיצן קרית יואל האט זי פלוצלינג אנגעפאנגען צו רעדן אן אנדערע שפראך. זי האט געזאגט אז זי גייט שטערן די 20 מיליאן דאלאר גרענט פאר'ן פייפליין און אזוי אויך האט זי אויפגעהערט צו געבן געלט פאר סיידוואקס, פראגראמען א.א.וו. זי האט געמיינט אז דאס וועט איר העלפן. אבער ס'האט איר למעשה גארנישט געהאלפן ווייל קרית יואל'ס שטיצע האט זי פארלוירן און די גוי'אישע שטיצע האט זי נישט צובאקומען.
ביי די עלעקשאנס פון 2006 האט קרית יואל מסכים געווען נאכצוגעבן דעם פארלאנג פון די דעמאקראטישע פירער, אנגעפאנגען פון פעלאסי, ריעד, און אראפ ביז קלינטאן, שומער און סילווער א.א.וו. צו שטיצן דזשאן האל, היות קרית יואל האט סייווי מער גארנישט געהאט פון סו קעלי. דער רעזולטאט איז געווען אז דזשאן האל האט געוואונען, און האל ווייסט אז ער האט געוואונען נאר א דאנק קרית יואל און ער העלפט ארויס די ווילידזש אויף טריט און שריט, שוין חוץ פון דעם וואס פעלאוסי און ריעד און אלע אנדערע פירער העלפן אויך שטארק קרית יואל, אלס הכרת הטוב אז מען האט זיי נאכגעגעבן זייער פארלאנג.
די בעסטע ראי' אז פאליטישאנס טוען אלעס נאר כדי צו געווינען, קען מען זען פון דעם פאקט אז ווי נאר סו קעלי האט געהערט אז קרית יואל שטיצט איר נישט האט זי געעפנט א מעכטיגן קאמפיין קעגן דזשאן האל, און געזאגט אז ער איז פרא-קרית יואל און אז קרית יואל שטיצט איר נישט ווייל זי איז אנטי פייפליין א.א.וו.
המשך יבוא...