היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » באמבע!!! ר' יעקב בער ארויסגעשייגעצט פון יאקאבאוויטש חתונה

באמבע!!! ר' יעקב בער ארויסגעשייגעצט פון יאקאבאוויטש חתונה

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713788

וויינשטאקל » 5/11/2009 07:43

אין די מינוטן קומט א באריכט, אז די בני יואל ענגלעך האבן ארויסגעזינגען דעם בנו חביבו ר' יעקב בער פון די חתונה פון רז"ל'ס הויז בחור יאקאבאוויטש בן ר' בנציון פון קרית יואל וואס קומט פאר אין מאנסי.

עס האט אויסגעבראכן העפטיגע געשלעג אויפן פלאץ, ר' יעקב בער איז אין די לעצטע מינוט ארויסגעראטעוועט געווארן פון זאל



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/11/2009 19:43:01

פארשטיי » 5/11/2009 19:41

זעט אויס אז די פרימע בני יואל האבן מקיים געווען ובערת הרע מקרבך, נישט צו לאזען וואו איינער וואס שפילט זיך מיטן  בלעקבערי א גאנצען טאג, זאל זיך געפינען אונטער איין דאך מיט זיי!

rebyankel » 5/11/2009 19:50

דאס האט לכאורה מיט דעם וואס ער רופט זיי אין קארט ביי בית יואל אין וומ''ס קעגן נחמן בראך, נאכדעם וואס אינטער די נאמען פין קהל עצי חיים ב''פ האבען זיי אפעגקויפט די מארגעזש פין בית יואל

(זיי האבען אים נישט פארשריגען פאר'ן גיין אין בג''ץ - ווייל דאס האט מיט זיין עטלטערע ברודער צו טוהן)

קהל_יטב_לב » 5/11/2009 21:17

לויט די זאלי מעסעדשעס פון נעכטן נאכט האבן זיי געטוהן דאס זעלבע מיט זיין טאטען.

דעקלעראציע » 6/11/2009 02:09

ענגלעך ! שרעקסט ענק נישט פין די זאליס
שרייטס ווייטער נאך די וואס גייען אין קארט האסט נישט מורא פין דעם בן היתמיני אין פין זיין טאטען דעם ביק זיי קענען גארנישט
איך אליינס האב  זיי שוין כמה פעמים נאך געשירגן די שלעכטע לייט

אל תירא ואל תחת

NOYOUCANT » 6/11/2009 19:13

ווי גייט די מאמר החכם? אבי נישט ביי אידן...

שכלדיג » 8/11/2009 17:12


נישט ביי יעדן איז 'קהל יטב לב' די זעלבע נאמען ווי 'קהל עצי חיים ב"פ'
במיילא פראבירט נישט צו מישן קיין צוויי זאכן די עולם איז נישט גולם

בלומבערג » 8/11/2009 18:25

פארוואס דערציילט איהר נישט וואס איז גיווען ביי די חופה

rebyankel » 8/11/2009 22:12

שכלדיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נישט ביי יעדן איז 'קהל יטב לב' די זעלבע נאמען ווי 'קהל עצי חיים ב"פ'
במיילא פראבירט נישט צו מישן קיין צוויי זאכן די עולם איז נישט גולם


די ווילסט ווייטער פראבירן  אראפצוברענגן דעם פארום מיט דיין קינדישקייטן?

די ווייסט טאקע נישט וואס דער פין עצי חיים ב''פ האט מיט רז''ל?

טראק » 8/11/2009 22:56

באלד וועט ער זאגן אז ר' יעקב בער איז נישט ר' זלמן לייב זון...



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 4:13:06

טאטלע » 8/11/2009 23:05

שכלדיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

נישט ביי יעדן איז 'קהל יטב לב' די זעלבע נאמען ווי 'קהל עצי חיים ב"פ'
במיילא פראבירט נישט צו מישן קיין צוויי זאכן די עולם איז נישט גולם



פאר אייער אינפארמאציע דא אין כל העולם שרייבן דוקא נאר גולמים נארנים טופשים בעיביס אומשכלדיכע

אזאלכע שכלדיכע ערוואקסענע קליגע מענטשען ווי דיר שרייבן אין אחום אנחנו

שכלדיג » 8/11/2009 23:10


מיט וועלכן היתר טשעפעט דא פרעזענליך מיט אַ מענטש
איך זעה אבער אז ר' יעקב בער באדערט ענק, נו נו

טאטלע » 8/11/2009 23:12

אהא טאקע

נוטראלער » 9/11/2009 06:59

איך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט א גאנצע אישו פון די מעשה:

ווער עס קען די שרייערס, אדער האט שוין אמאל אריינגעוואקט ביי זיי אין ביהמ"ד ווייסט אז עס האנדעלט זיך דא פון א באנדע ..........
אדרבה אויב ווייסט איר נאך נישט, גייט דארטן אמאל אריין! ואין חכם כבעל הנסיון

פארשטיי » 9/11/2009 17:32

נא! נא! מאך זיי נישט פאר אזעלעכע משוגעים, זיי האבן עס געטאן בשיטה, אלס הרחק מן הכיעור!

rebyankel » 9/11/2009 19:01

נוטראלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט א גאנצע אישו פון די מעשה:

ווער עס קען די שרייערס, אדער האט שוין אמאל אריינגעוואקט ביי זיי אין ביהמ"ד ווייסט אז עס האנדעלט זיך דא פון א באנדע ..........
אדרבה אויב ווייסט איר נאך נישט, גייט דארטן אמאל אריין! ואין חכם כבעל הנסיון


חכם דו!
איך שריי עס שוין לאנג
מיט דעם אלעם ארבעטן ענק האנט ביי האנט פינקט ווי עמון אין מואב קעגן די אידן