היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קלויזענבורגער חתונה - דער עולם האט פערדן...

קלויזענבורגער חתונה - דער עולם האט פערדן...

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2713567

טראק » 4/11/2009 19:44

דא איז בילדער פון די קלויזענבורגער חתונה

די משוגעים האבן גענומען ארויף געזעצט דעם עולם אויף פערדן

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=13222&cat_id=2

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 4/11/2009 20:07

סיסי ושמחו בשמחת בית צאנז

על_הגאולה » 4/11/2009 20:58

פארוואס משוגעים

אזוי איז געווען פארצייטענס ביי אלע רעבישע שמחות, די חסידים האבין געריטען אויף פערד

טראק » 4/11/2009 21:15

נא אפשר פארט די רבי א גאנץ יאר אויך אויף א פערד, ווייל אמאל איז מען געפארן נאר אויף א פערד?

ווייל קיין קארס איז נישט געווען, דאס זעלביגע איז ביי די חתונה, צו מאכן היינט פערד איז מען א פערד...

איך זע לייטס ביי די חתונה איז געווען אפילו מען האט אמאל נאר געניצט לעכט...

האלבערשטאם » 4/11/2009 21:29

זאג וואס די ווילסט עס איז cute

העלד » 4/11/2009 21:42

הא הא דער עולם האט פערדן?
דער רבי האט פערדן!!

Ziskeit » 4/11/2009 22:08

איך כאפ נישט פונקטליך ווער עס זענען די פערדן און ווער די רביס...

אבער דאס זאג איך נאר בדרך צחות. איך האב א שטארקן געפיל פאר היסטאריע און איך גלייך אזעלכע אינטערעסאנטע איידיעס, וואס ברענגט צוריק דעם עולם צום אמאל.

די טענה אז ער זאל א גאנץ יאר פארן מיט פערדן איז נאריש. אויך אין וואשינגטאן איז דא ספעציעלע צערעמאניעס וואו דער פרעזידענט פאלאוט טראדיציע און ער פארט מיט פערדן, כאטש א גאנץ יאר פארט ער מיט א געפאנצערטע לימוזין. ביז נישט לאנג צוריק פלעגן פרעזידענטן פארן מיט פערדן צו זייער איינשווערונג. צוליב זיכערהייט סיבות האט מען עס געסטאפט, אבער ביי פרעזידענט'ס לוויות טראגט מען נאך אלץ דעם פרעזידענט'ס ארון מיט א פערד און וואגן.

אנפארטשונעטלי האט אונזער עולם היינט צוטאגס נישט קיין געפיל צו היסטאריע און פארשטייט נישט די קיוטנעס פון אזא איידיע.

איך האב שוין לאנג געהאט א חלום אז איין רבי'שער הויף זאל נאכקאפירן די מונקאטשער חתונה מיט אלע קליפערלעך.

Ziskeit » 4/11/2009 22:11

אגב זע איך ביי די בילדער דא אויבן אויף בחדרי חרדים אז הרב אונסדארפער, מהר"א מסאטמאר'ס חבר איז געזיצן אויפ'ן פאדערשטן זיץ נעבן דעם בעל עגלה.

(אדער אפשר מאך איך א טעות און דאס איז נישט הרב אונסדארפער?)

אויך זע איך אויף טייל בילדער דעם סיגעיטער רב (אדער מאך איך נאכאמאל א טעות?)

איך בין נישט גוט אין דערקענען מענטשן.

על_הגאולה » 4/11/2009 22:21

הרב אונסדארפער איז דער אבי הכלה, און א איידעם ביים סיגעיטער רב

האסט גוט געזעהן זיסקייט   

טשאמפיאן » 4/11/2009 22:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

טשאמפיאן » 4/11/2009 22:27

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

זעליג_כהן » 5/11/2009 01:35


קטונטי כתב 
.דאס איז וואס איך מיין! נא דיר מנהל טייערער 

אזא אשכול באלאנגט אינעם קינדערישן פארום.. 
א חרפה וויאזוי אונזער פארום קוקט לעצטענס אויס.. זייער אויסגעארבעטע ציל אראפצוברענגן אונזער פארום צו די נידעריגסטע שטאפלען ארבייט גענוי ווי געפלאנט! 

ס'איז צייט צו טאן עפעס דערצו

_______________________
לפע''ד
הא הא! ס'איז א גוטס, און טשאמפיאנ'ס, איז א מעסטער איידיע

קטונטי נעם נישט צום הארצן, איך האף אז דו ביזט שוין חתונה געהאט, און דו האסט א דזשאב, און דו האסט א שטוב מיט קינדער, און א רבי'ן זעה איך האסטו אויך.

אויף זיי אלע גיב אכט מען זאל זיי נישט אראפברענגען.

דא איז סך הכל א פלאץ ווי מ'בלאזט זיך אויס, ווען מ'נעמט א ברעיק וכו'. אסך מאכן דעם טעות, דא איז נישט קיין צייטונג, יעדער קען זאגן וואס ער וויל ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, א דזשאוק איז מאור דען וועלקאם, ערענסטקייט טרעף דיר אין ביהמ''ד, אין א שטיקל גמרא, מחבר, וכו'.


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 05/11/2009 1:37:40

 



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 05/11/2009 1:38:27

rebyankel » 5/11/2009 20:02

הרה''ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט''א חדב''ן
וועלכע האט זיך באטייליגט ביי די חתונה - (עס איז א שוואגער מיט הגאון אב''ד ראשית חכמה)
וועט היינט אויפטרעטן אין גרויסען וויזניצער ביהמ''ד אין ב''ב

yel » 5/11/2009 23:02

הערליכע בילדער פון די גרויסע חתונה נעכטן נאכט
http://tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=2154

rebyankel » 5/11/2009 23:41

ירושלימער רב ביי די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

האבען אים די זאלי'ס געגבן רשות, אדער ער האט זיי געפרעגט פינקט ווי פשעווארסקער רבי?

פארשטיי » 5/11/2009 23:46

 איך שטיי איך און טראכט וואס דער זאליבאנישער טיפוש הגדול ונורא, הרב טשעמפיאן לרפ''ש וויל דא מיטן אנפירקלען דעם פורום מיט די בילדער פון די פערד ביי די צאנזער חתונה,  וואס איז דאס מעלה אדער מוריד אויב עס איז געווען קיען אדער פערדען דארט? וועמען גייט עס אן?

זעט אויס אז דער פורח שלא נפתחו עיניו קען נאך אלס נישט מוחל זיין דעם צאנזער רבי'ן פאר וואס ער איז געקימען באזיכען כ''ק רבינו שליט''א, וואס ער האט געהאלטען אלס כבוד התורה, אזוי דער שבט הלוי האט זיך אויס גדריקט אויף רבינו שליט''א דער שר התורה, פאסט ער זאל גיין באזוכען כ''ק רבינו שליט''א,

משא''כ דעם אקטיאר ר' זלמניו וואס זיצט מיטן פוס אויפן טיש, האט דער צאנזער רבי נישט געפינען פאר וויכטיג צו קיקען אויף זיין זייט, ניטאמאל צו שפייען, פשוט אלס ביטול תורה, סתם קיין זיך פאטאגראפירען מיט דעם צינישען זלמניו? פארוואס? דעריבער איז דער הרב טשעמפיאן  לרפ''ש אזוי בייז,

אדער קען זיין וועגן די מחותן רב אונסדורפער שליט''א, פאר די טיפישע זאליבאנער קרענקט ביטער אז ביי רבינו שליט''א עקזעסטריט א באגריף פון א חברותא, משא''כ להבדיל בין קודש לחול ביי דעם שרעקווערדיגען מן הארץ עקסעצטירט בכלל נישט אזא באגריף וואו א חברותא, זיין חברותא איז איינער מיטען נאמען ר' קישען און א צווייטער מיטן נאמען ר' דאכענע,

דעריבער האלט דער מ''ק ר'טשעמפיאן אז ער וועט ארויף לייגען א בילד פון רבינו שליט''א חברותא וואו ער זיצט אויף א פעיאקער, וועלן די סעפטיקער זיצער מיט די פארמעגליך ע''ה ליינער האבן א פארגעניגען,

תוקן על ידי פארשטיי ב- 05/11/2009 23:48:27

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 05/11/2009 23:50:42

זעליג_כהן » 6/11/2009 01:49

הרינו מוכן ומזומן לעשות נחת רוח לפארשטיי!
[בילד – נישט אפגעהיט]

פארשטיי » 6/11/2009 17:25



זעליג! די נחת רוח איז געלונגען, עס איז געווען נארהאפטיג, ביז גאר,

פון וועם איז די בילד? ווער איז זיין חברותא? די בעבי ברידער פון דעםיוד'ס חברותא, האט אויך א חברותא? אויב יא? א נאמען ביטע?

rebyankel » 6/11/2009 20:36

דא האט איר האך אן עקזעמפל פין א  זאלי'ס
הגאון הרב אנסדארפער אב''ד ראשית חכמה מאנטיראל שליט''א, איז באקאנט פאר א ת''ח עצום ובעל יר''ש מרובים.
אין ווייל ער האט די חטא אז ער טראגט דעם טיטול ''חברותא פין סאטמארע רבי פאר צענדליגע יארען'' מעג מען אים אראפרייסען.

המבזה ת''ח וכו'

דאך אגב, ווער עס הרב אוסדארפער, פארשטייט אים, ער איז א  זעלטענער פשטן אין פאר אים איז איין חילוק צו ער זיצט דא צו ער זיצט דארט.

וואדרידש1 » 8/11/2009 03:46

צווישן די סארט זאכן האט מען אויך באוויזן די לענגסטע חלה אויף דער וועלד, דער רבי האט געמאכט די ברכה אויף די לאנגע חלה וואס עס איז לאנג ווי דער גלות 
http://www.hydepark.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2714129&forum_id=20438

Ziskeit » 8/11/2009 09:11

אזוי ווי מיין פילטער האט נישט געלאזט עפענען דעם לינק, האב איך עס געמוזט גוגלען, ווילאנג כ'האב געטראפן די נייעס אויף א סייט וואס לאזט דורך אפילו די וואס האבן א פילטער.

http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=50900#full

זיי זאגן אז די חלה איז געווען גרויס 30 מעטער, וואס איז כמעט 100 פיס.

שכלדיג » 8/11/2009 17:07


פאר וועם גייט אן די סייז פון די חלה, ברענג די סייז פון די 'חלה דעקל'...

SatmarBum » 4/1/2013 14:08

ארטיקעל פון 2009 YNET

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-3800836,00.html


10,000 guests attend massive Hasidic wedding

When groom was two-years-old, he fell out of third-storey window and fully recovered against all odds even though doctor expected irreversible brain damage. Now, at age 19, son of grand rabbi of Sanz Hasidism, Klausenberger Rebbe of Netanya, gets married. Groom and father ride in on horse-drawn carriage in elaborate celebration

Kobi Nahshoni

Published: 11.06.09, 14:01 / Israel Jewish Scene


It was the wedding of the year in the Hasidic world. More than 10,000 guests arrived at the Sanz Hasidic headquarters in Netanya to celebrate the wedding of Meir Meshulam, son of Sanz Grand Rabbi Tzvi Elimelech Halberstam, the Klausenberger Rebbe of Netanya, to his cousin, Bracha Unsdorfer.

 

The groom, 19, was critically wounded at the age of two when he fell out of a third-floor window. Doctors predicted he would suffer from irreversible brain damage. Against all odds, the boy completely recovered and, over the years, became one of the prodigies of Hasidism's Torah academies. The groom's doctor, who did not give the boy a chance, was invited to the wedding to witness the occasion up close.


צילום: משה גולדשטיין

Groom and father ride in on horse and carriage (Photo: Moshe Goldstein)

 

In the past few days, massive tents were erected for the guests. Among the many guests who attended the wedding were grand rabbis from other large Hasidic sects, such as Ger and Belz. The groom and his father, the grand rabbi, were escorted into the ceremony on an ornate horse-drawn carriage accompanied by Hasidic notables, who rode in on horses.

 

Before the meal, 1,800 chickens, 800 kg (1,764 lbs) of beef, 1.2 tons of carp, and a 30 meter (30 yard) challah were prepared – for the men only. Kitchen manager and Sanz Yeshiva chef, Aharon Levinstein, reported that he worked for a month straight preparing some 19,000 dishes for the wedding and the surrounding celebrations. He said he hasn't been home since last Shabbat.


צילום: משה גולדשטיין

Notables brought in on horseback (Photo: Moshe Goldstein)

 

SatmarBum » 4/1/2013 14:21

ארטיקעל פון חתונה 2013


http://www.jewishpress.com/news/photos/rebbes-on-horseback/2013/01/03/

Rebbes on Horseback


Rebbes on Horseback

Photo Credit: Dror Garti/Flash90

Thousands of Chasidim attend the wedding of the great-grandson of the Sanzer Rebbe in Netanya, January 02, 2012.

The Sanz Chasidic dynasty was founded by Rabbi Chaim Halberstam (1793�) who served as the Rabbi of Nowy Sącz (Sanz, or Tsanz inYiddish). Reb Chayim was known as a man in whose pocket a penny never got warm – because as soon as he’d get it, he’d start looking for someone to give it to.

Sanz is huge in Netanya, and to this day they’re crazy active in collecting for Tzedaka and giving it away.

Still, they look a tad unusual on horseback. And a tad uncomfortable…

Photo: Dror Garti/Flash90

Dror Garti/Flash90



http://photos.mercurynews.com/2013/01/02/photos-thousands-attend-wedding-of-israeli-rabbis-grandson/


http://www.theasian.asia/archives/53552


Ultra-Orthodox Jews Hold Traditional Jewish Wedding Ceremony In Netanya, Israel

Ultra-Orthodox Jews pray in the men’s section during a traditional Jewish wedding ceremony of the great-grandson of the Rabbi of the Sanz Hasidic dynasty, in Netanya, Israel, Wednesday, Jan. 2, 2013. Thousands of people attended the wedding.

Ultra-Orthodox Jews gather for a traditional Jewish wedding of the great-grandson of the Rabbi of the Sanz Hasidic followers, in Netanya, Israel, Wednesday, Jan. 2, 2013.