דא זאל יעדער איינער שרייבן אלע מיינונגען בנוגע די רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל
נישט כסדר עפענען פרישע אשכולות.
דא זאל יעדער איינער שרייבן אלע מיינונגען בנוגע די רעזולטאטן פון די וואלן אין קרית יואל
נישט כסדר עפענען פרישע אשכולות.
היינט ביינאכט ווי נאר די רעזולטאטען וועלען ארויסקומען, וועלען די ארונים -ווי געווענליך- ערקלערען זיג אפגעזען פון די רעזולטאטען.
עס איז דא 3 פארמעסטען וואס מען וועט דארפען אנאליזירען.
ריכטער:
איחוד הקהילות (קרית יואל אלייענס) האט אינדארסירט 2 דעמאקראטישע ריכטער. KOHN און CONNOLY
ויואל משה האט אויך אינדארסירט די זעלבע קאנדידאטען.
אנ"ש קרית יואל (KJ VILLAGE) האט אינדארסירט אלע 4 דעמאקראטישע ריכטער.
אין דעם פארמעסט איז ויואל משה און קרית יואל אלייענס אינגאנצען פאראייניגט און עס איז נישט געווען קיין טויש
______
קאונטי סופערווייזער.
אנש האט אינדארסירט סענדי לענארד -רעפובליקען
איחוד הקהלות האט אינדארסירט דעם דעמקאראט מק-פיליפס און ארויסגעשיקט אינסטרוקציעס צו שטימען פאר מק-פיליפס.
זונטאג נאכט נאך פארהאנדלונגען מיט די רעפובליקאנער אגאנצען טאג אויפען פארלאנג פון ר' מענדל שווימער און ר' משה פרידמאן מיט ר' יעקב מאיר פערענץ האט די איחוד הקהלות, בני יואל געטוישט זייער אינדארסמענט און זיך פאראייניגט צו שטימען פאר די רעפובליקאנער לענארד.
מאנטאג צופרי איז געווען א מיטינג מיט פארטרעטער פון אלייענס און בני יואל מיט די אמטירענדע סופערווייזער לענארד און מען איז געקומען צו א פארשטענדעניש איבער פארשידענע אנגעלעגענהייטען.
מאנטאג האט מען צושפרייט נייע אינסטרוקציעס אין די בתי מדרשים מודיע צו זיין דעם ציבור איבער דעם טויש און בעטען דעם ציבור צו שטימען פאר לענארד.
אזוי ווי דער טויש האט צומישט דעם עולם איז צו ערווארטען אז עס וועלען זיין עטליכע הונדערט איחוד הקהלות מעמבערס וואס וועלען שטימען לויט די אינסטרוקציעס וואס מען האט באקומען אויף פאסט שבת פאר מק-פיליפס.
_________________
קאונסיל מעמבערס
אנ"ש האט אינדארסירט איין רעפובליקען דאני וויקס און איין דעמאקראט דשערארד מקוועיד
איחוד הקהלות האט אינדארסירט די 2 דעמאקראטען מקוועיד און קאלאן.
ויואל משה, ר' יעקב מאיר פערענץ, ר' מענדעל שווימער און ר' משה פרידמאן האבען אהיים געשיקט מיט אלע קינדער אז מען זאל שטימען פאר דאני וויקס ווייל ער האט געהאלפען מיט די תלמוד תורה אין לארקין און מיט די נייע מיידעל סקול.
די אויבענדערמאנטע האבען אויך געמאכט טעלעפאן רעקארדינגס אז מען זאל וואטען פאר וויקס.
אויף דעם איינעם פארמעסט האט זיך הנהלת ויואל משה אפגעטיילט פון די איחוד הקהלות.
עקסטער האבען זיך ארויסגעשטעלט עטליכע ויואל משה אינגעלייט, חברי וועד הפועל, האבען ארויסגעהאנגען צןעטליך ווי זיי האבען אינדארסירט די איחוד הקהלות קאנדידאטען אנטקעגען דאני וויקס
_______________
פרעדיקשענס
סענדי לענארד וועט אריינקומען אדאנק די שטיצע פון די אלייענס
דאני וויקס וועט פארלירען כאטש ער האט די שטיצע פון א טייל פון ויואל משה, ווייל רוב ציבור וועט שטימען פאר די איחוד הקהלות קאנדידאטען.
ביידע דעמקאראטישע קאונסיל מעמבערס וועלען אריינקומען און מאנראו וועט די ערשטע מאל אין א זייער לאנגע צייט האבען א באורד מיט א מאיאריטעט פון דעמאקראטען.
אזוי ווי יעצט איז נאך 8:15 15 מינוט פאר מען ענדיגט שטומען אין קרית יואל, (און עס וועט נאך נעמען א שטיק צייט ביז עס וועט זיין די רעזולטאטן) וויל איך יעצט אביסל אויסשמועסן בנוגע די וואלן אויסגאנג, ווי אזוי מען דארף עס אנקוקן.
כסדר נאך וואלן הייבט יעדער אן אויפצוווייזן אז ער האט "געוואונען", אפי' דער וואס האט פאלוירן טרעפט אייביג תירוצים אנצוווייזן אז דאס איז שולדיג, ע"כ ביטע נאך "יעצט" איידער די וואלן ענדיגן זיך זאל יעדער זאגן זייערע תירוצים, אזוי אז ווען די וואלן וועט זיך ענדיגן זאל מען וויסן ווער עס האט מער.
איך וועל זיין דער ערשטער!
קודם לאמיר א קוק טון אויף ביידע בעלעט'ס און זעהן די חילוק.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי די סופרים קאורט דזשאדזשעס, איז די חילוק אז אנ"ש הייסט וואטן פאר 4, און איחוד הקהילות נאר פאר 2, אבער קיינער זאגט נישט אז יענעם'ס קאנדידאטן זאל מען נישט וואטען, (איחוד הקהילות האט נאר אינדארסט 2, אבער זיי ווייסן אויך אז עס דארף זיין 4, נאר זיי נעמען נישט קיין שטעלונג איבער די איבריגע 2).
ע"כ פון איז נישט קיין שום ראי' אויף גארנישט.
לאמיר גיין ווייטער, קאונטי עקזעטיוו, דיסטריקט עטערני, קאונטי קלערק, איז די זעלבע אויף ביידע בעלעטס.
לאמיר גיין ווייטער, קאונטי לעגיסלעטער, האבן די איחוד הקהילות נישט גענומען קיין שטעלע.
לאמיר גיין ווייטער, סופערווייזער, און טאון דזשאדזש איז די זעלבע אויף ביידע בעלעטס.
לאמיר גיין ווייטער ביי קאנסעלמאן, Mcquade האבן ביידע אינדארסט, Martin האט קיינער נישט אינדארסט.
די חילוק איז נאר ביי די צווייטע קאנסעלמאן, אז אנ"ש האט אינדארסט Weeks, און איחוד הקהילות האט אינדארסט Colon.
ע"כ ביים אויסגאנג דארף מען נאר קוקן די חילוק צווישן Weeks, און Colon.
מען קען נישט קוקען נאר אויף WEEKS ווייל א חלק ויואל משה האט געשטימט פאר WEEKS.
איך מיין אז ביי דזשאדזשעס וועט עס מעגליך זיין קלארער.
WEEKS וועט לכאורה פארלירען די וואלען,
אנש האט אים אינדארסט אלס הכרות הטוב אבער ער איז שוין צו אלט
שוין, די זאליס הייבן שוין אן מיט דעם ספין...
זיי זענען געווען נוטראל אויף די ריכטער... זיי זענען געווען נוטראל אויף קאונטי לעגיסלעיטער...
יא יא, אזוי נוטראל ווי נוטראלער איז.
וויפיל וואוטס האט דאני וויקס געהאט אין קרית יואל? און וויפיל האט זיין קעגנער געהאט?
די אהרונים האבן ווייטער ארויסגעברענגט א לענדסלייד פון 60 פראצענט און די זאליס זענען ווייטער געבליבן מיט זייערע 40 פראצענט שטימען.
שוין יארן וואס די אלייענס פרובירט זיך צו שיסן אין די פיס דורך זיך צוזאמשטעלן מיט די אנטיסעמיטן פון פראטעקט מאנרא, און ס'איז זיי נישט געלונגען.
יעצט אבער האט עס פיינעלי געפלאצט און די דעמאקראטן האבן געווינען.
די גוטע נייעס איז אז:
1. קרית יואל האט שוין ב"ה היינט גוטע קאנעקשאנס מיט די דעמאקראטן פון אלבאני ביז וואשינגטאן, און דעריבער האט מען מער נישט קיין פראבלעם מיט'ן אריינברענגען דעמאקראטן. קרית יואל אינדארסט שוין דעמאקראטן פאר א שיינע פאר עלעקשאנס. (2 פון די 3 דעמאקראטן אין קומענדיגן סיטי קאנסיל זענען אינדארסט געווארן דורך קרית יואל)
2. די סטראשע אז אונז גיי מיר ארויסרוקן די רעפובליקענס איז אראפ פון טיש.
יעצט זענען די דעמאקראטן אינסייד, און זיי גייען העלפן קרית יואל, און זיי גייען לכבוד דעם זיך מאכן שונאים צווישן די מאנרא גוים, און ביי די קומענדיגע עלעקשאנס, צי איינס אדער צוויי עלעקשאנס דערויף, גייען די מאנרא אנטיסעמיטן ארויפלייגן אנטיסעמיטן אויף די רעפובליקען ליין.
פארשטייט זיך אז די אלייענס וועט דעמאלט זיך צוזאמשטעלן מיט די אנטיסעמיטן און ארויסרוקן די דעמאקראטן (די רשעים דעמאקראטן וועלכע העלפן פאר דוד עקשטיין קעמפן קעגן בני יואל...) זיי וועלן ארבעטן שווער דאס אויסצופירן און נאך א 15 אדער 20 יאר וועט עס זיי געלונגען.
דאן וועלן די רעפובליקענס ארבעטן מיט קרית יואל פאר נאך 15 אדער 20 יאר ביז ווילאנג די אלייענס וועלן נאכאמאל העלפן פאר די אנטיסעמיטן ארויסרוקן די אינקאמבענטס.
און אזוי וועט זיך דער שפיל איבערחזרן איינמאל און נאכאמאל, און די אלייענס וועט כסדר זיך האלטן ביזי, און אזוי גיין אין וואנט אריין איינמאל און נאכאמאל, און יעדעס מאל צוריקקומען צו מפטירין כדאתמול, ווייל חוץ פון זיך צוזאמשטעלן מיט פראטעקט מאנרא, איינמאל אין פיר יאר זענען זיי פאוער-לאז און מאכטלאז, און קענען גארנישט אויפטאן, לויט ווי זיי האבן אליינס דערקלערט אין זייערע מרה שחורה קאמפיין צעטלעך...
אנ''ש האט אנגעצויגען מיט 700 שטימעס מער וואו די זאליבאנעצעס און סעפטיקער באניצער'ס, דאס מיינט אז אנ''ש האט ווייטער דעם בלאק וואויט און קרית יואל,
און די זאליבאנצעס סעפטיקער באניצער, וואס האבן געוואלט אריין ברענגען די דעמעקראטען און מאנרו, האלטענדיג אז די וואס ברענגען אריין א נייע פארטיי אפי' נאר מיט א פאר שטימעס, געניסט טובות פון פון די ערוועלטע קאנידאטען, דעריבער האלטען זיי אז זיי האבן עפעס געווינען,
די שאילה איז נאר, מיט וואס פאלעטישענס רעכענען זיך מער, מיט א בלאק וואויט, אדער מיט די וויילער וואס האבן זיי אריין געברענגט,