ווירזשיניע האט דער רעפובליקאנער שוין געווינען, לכאורה מיט דאבל דיזשיטס.
תוקן על ידי אפשר_דאך ב- 04/11/2009 3:18:28
אויך ניו זשוירזי גייט לכאורה רעפאבליקען.
29% געציילט:
קריסטי (ר.) 50%
קורזיין (ד.) 43%
דאגעט (א.) 5%
אפשר לייגט מען א לינק ביטע.
דריקט כסדר Refresh פאר פרישע רעזולטאטן
קען איינער ביטע פאוסטן א לינק פאר די NY 23th District. ווי אויך די לאקאלע ארענדזש קאונטי רעזולטאטן.
60 % געציילט:
קריסטי 50%
קורזיין 44%
דאגעט 5%
קריסטי הלאט שוין אן דעם ליעד די גאנצע צייט, אין א סטעיט ווי די רעפובליקאנער האבן שוין נישט געווינען פאר צען יאר.
67% פראצענט געציילט, און עס האלט ביי די זעלבע פראצענטן.
סורפרייז!
קוקט אויס אז בלומבערג וועט נאך אביסל שוויצן ביז מ'וועט אים עמטליך אנערקענען אלס געווינער. קיין 18 פראצענט אויבערהאנט האט ער זיכער נישט.
NBC האט יעצט צוריקגעצויגן זייער געבן דעם פארמעסט פאר בלומבערג.
די מידיא סטאנציעס האבן שוין געגעבן דעם ניו דזשערסי פארמעסט פארן ריפובליקאנעם קריסטי.
אויב האבן די ריפובליקאנער אויך דעם 23'סטער קאנגקעס דיסטריקט, האבן זיי געווינען מיט אלע מפרשים.
ווי געווענליך אין אזוינע פעלער קומען די רעזולטאטן פונעם קאנגרעס דיסטריקט אריין זייער לאנגזאם, דער דעמאקראט האט א שמאלע אויבערהאנט, אבער מ'האלט נאך היפש אנפאנג פונעם ציילן.
בלומבערג האט א קנאפע דריי פראצענט אויבערהאנט, וואס וועט אים זיין א מעכטיגע פראסק.
מיט 98% געציילט:
בלומבערג 51%
טאמפסאן 46%
ווי ס'קוקט אויס וועלן די דעמאקראטן איבערנעמען דעם 23'סטן קאנגרעס דיסטריקט.
כאטש עפעס...