דער זעליג כהן מעלד אט דא מיט א שרייענדיגע פלאקאט אז יא! די מעכטיגע דעמעניסטראציע גייט יא, פארקימען, ולסעפטיק הישועה,
מי יגלה עפר מעינך סופרעמסי, עס שטעלט זיך מער און מער ארויס, אז יעדער ווארט וואס ער האט געשריבען איז א מציאות,
פילאף באטשי, מיט זריעללללללללל קענען שרייען און טראמפייטערן און וויינען און שעלטען, אז נישט, די מציאות איז, אז עס איז אמת,
עס איז ידוע אז רבינו הקוה'''ט זי''ע האט געהאלטען אז מאכען דעמעניצטראציעס איז גאר גרויסע זאך, אבער נאר קעגען די ציונים, צו ווייזען פאר די גאנצע וועלט אז די ציונים פארטרעטען נישט כלל ישראל, און וואו אויך אראפ צו נעמען דען חרון אף פון יודישע קונדער,
אפי' קעגען די ציונים, איז דאס נאר געווען קעגען זייער מעשים, נישט קעגן קיין פראזענליכע מענטש,
עס איז קיינמאל נישט געווען א פראטעסט קעגען א פראוואטער מענטש,
עס איז באוויסט אז א מאל האט רבינו הקוה''ט זי''ע געהייסען אראפ נעמען א צעטיל, אז מען זאל גיין פראטאסטירען קעגען איטשע מאיר לעווין, און שבת קודש, דורך אן ערל,
לענינינו דא קימען א גרופע מענטשען, וואס האלטען און איין שרייען מיט קולי קולות, אז זיי זענען די ''קינדער פון רבי'ן'', זיי עסען די פיר עקעדיגע פארפעל אן קיין ציקער, אקאראט וואו דער רבי זי''ע, זיי זונגען די זעלבע קל אדון אזוי די רבי זי''ע, זיי גייען מיט גרויסע שיך אזוי די רבי זי''ע,
לאמיר זען וואו אזוי וואלט זיך די רבי זי''ע געפירט ווען די דאזיגע מעשה געשעהנט בימיו, דא איז נישט באגאנגען געווארען קיין בחירות, גיוס נשים, גיוס בני ישיבות, בריכה'ס,מודיען,נתחי מתים,
מען האט קיינעם נישט ארעסטירט,
(אפי' די ''טעראזירטע'' סעפטיקער זיצער האבן געהויבן הענט אויף משה לייב וויטריאל,
אזוי בן פראדעל האט געטאן און בני ברק ווען א פאר ערליכע יודן האבן אים אפארירט די נאניע בהקיץ,
אגב, וואו אזוי פרעגען נאר די בנ''י צו שרייען ???? ווען זיי האבן געהאלטען און מיטן רעדן אויפן ברך משה זי''ע, און מען האט זיי ארויס געשיקט פון בית מדרש, האבן זיי זיך אנגעהויבן שלאגען, וווען מען האט ציריק געגעבן ? ''נאציס!מען טאר נישט הייבן די הענט אויף א צווייטע יוד'')
וואס וואלט די רבי זי''ע געטאן? ער וואלט זיך געווארפען אונטערען טראקטאר? ער וואלט געמאכט א פראטעסט? נאר דערצו קעגען א יחיד? סתם צילוב א סיכסיך אויף א שטיקעל קרקע?
אדער ער ער וואלט פשוט געשיקט אן הזמנה אז מען זאל קימען צו די ד''ת?
( ח''ו שלום צו זאגען אז רבינו הקוה''ט זי''ע זאל גנב'ענען א הייזקע פון קהל,)
אלזא? וואו איז די רבי זי''ע איצט? וואו? ווער וויל מאכען פאר געסען דעם רבי זי''ע? ווער וויל אויסרייסען דען ויואל משה מיטן דברי יואל? ווער וויל אויס רייסעם דעם שם ה'? ווער זענען די ריכטיגע קונדער פונעם רבי'ן זי''ע?
די וואלדמאן'ס? די שטאבערס? די וואס גייען און קארט, און פייפען זיך אריין אויף יעדע הוראה פונעם רבי'ן זי''ע בשט נפש, אן קיין בישה, און פירן זיך נישט אויף די וועגן וואס די רבי זי''ע האט אונז געלערנט? זיי קענען זיך רופן ''בני יואל''? קונדער פון רבי'ן?
''סעפטיקער זיצער'' איז דאס פאסיגסטע פאר די דאזיגע בר נש'ען
תוקן על ידי פארשטיי ב- 06/11/2009 17:10:08