וועמען דארף סאטמאר שטיצן: שומרי החומות אדער זיבנבערגן?
איך זעה אז קיינער ענפערט דיר נישט נאר דו אליין וועל איך מרחם זיין און דיר ענטפערן
ווען רבותינו הק' האבן געלעבט איז נאך כולל שומרי החומות געווען ריכטיגע "שומרי החומות" און נישט נהנה געווען קיים כ"ש פון טריפה'נע געלטער אן קיין שום דריידעלעך, אבער היינט ליידער ... (פיהר אויס דו אליין דאס וואס איז באקאנט)
שוה''ח לאזען די ארונים נישט ארומגיין אין זייער בתי מדרשים, ווייל ביי דעם מנהל איז וויכטיגער צו ניצען די געלט וואס קומט אריין צו שטיצען א מחרחר ריב, אין ער איז וועגן דעם ''גרייט צו מוותר'' זיין אויף די נדבות פין חסידי סאטמאר.
אין זיבענבירגען לאזען די זאלי'ס נישט ארומגיין אין זייער בתי מדרשים, ווייל זיי האבען געוואלט זיין ''נייטראל'' אין נישט אריינגעלייגט אין קיין פין די 2 צייטונגען דאס מיינט א זאלי'ס
פארוואס האבען אלע מוסדות וואס דארפען צוקמען צו ביידע צדדים אין סאטמאר געטוהן אזווי זיבענבירגען חוץ שומרי החומות?
למשל
בוני עולם, RCCS, חיבת ירושלים
|
כ'ווייס אז בוני עולם מאכט יעצט א גרויסע פרויען צאמקום, עפעס א נייע מיין איידיע אין ס'איז דאס ערשטע מאל וואס זיי לייגען עס נישט אין די צוויי צייטונגען
חיבת האט די וואך באהאנגען גאנץ וומ''ס מיט פלאקטען צו באגריסען ר' לייבוש - א מאדנע זאך וואס זיי פלגען אייביג לייגען אין די צייטונגען, זייער וועכנטליכע עדס האבען זיי אויך אפעגשטעלט
פארוואס? ווייל קהל אין ק''י האט געבעטן מ'זאל אויפהערן צו שטיצען א מחרחר ריב, האבען זיי אפגעמאכט עס נאכצוגעבן אבער כדי צו בלייבען נייטראל לייגען זיי נישט אין בלאט אויך נישט.
דרך אגב, קרן הצלה וואס פלעגט יעדעס יאר לייגען עדס אלול - תשרי צייט האט אויך נישט געלייגט די יאר
כ'האב אנגעכאפט נאר א דוגמא עס זענען דא נאך פילע מוסדות וואס האבען אויפגעהערט צו לייגן אין שמיציגען צייטונג אין ציגאוו צו די וואס פלגען נישט לייגן ביז היינט
כ'דערמאן מיך יעצט אז חסדי טובים מאורות האט לעצטנס געלייגט זיין עד נאר אין די צייטונג
|
שוטה
ביידע ארגענזאציעס זענען אינטער קאנטראל פין נארמאלע ערעסטע הנהלות
RCCS בראשות הרה''ח ר' הערשל קאהן מחשובי חסידי סאטמאר, בוני עולם בראשות הרה''ח ר' שלמה באכנער מחשובי חסידי באבאוו
אין ביידע האבען אויפגעהערט צו לייגען אינעם שמיציגען צייטונג
כה לחי'
כ'האף אז ענק גייען זיי נישט באיקאטען, אין אויב גייען ענק זיי יא בויקאטען אזווי כולל אהבת ציון לצדקת רמעבה''נ זאלן ענק אליין קער נעמען פין אלע ענקערע קעי'ס וואס דארפען צוקומען צו זיי ה''י
תוקן על ידי rebyankel ב- 03/11/2009 1:41:28
|
ווער פון RCCS האט קלאר גע'ענטפערט?
ר' הערשל קאהן? וועלכע איז באקאנט אז גאר גרויסע חסיד פונעם רבי'ן שליט"א?
הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א? האסט מיר געמאכט לאכן
גראדע ווייס איך טאקע אז זיי שיקן אסאך קעיסיס צום רבי'ן ווייל די רבי העלפט זיי זייער אסאך.
שוין די וויפעלטע מאל וואס דוד רעדט נישט צו די זאך
שוין די דריטע מאל וואס דוד סטראשעט היינט וועסט נאך זעהן וואס וועט זיין אין די ציקניפט
איך געדענקט נאך ווען ער האט זיך געשוואירען אין ראדני אז ר' לייבוש וועט נאך מאכען פין {כ''ק ר'} אהרן צו שפאט אין צו שאנד אין די וועלט....
|
אז דו ווילסט אזוי שטארק וויסן, הייב אויף א טעלעפאן צו איינע פון די אויבנדערמאנטע נעמען, און פרעג זיי. זיי וועלן דיר געבן א גאנצע ליסטע.
אדרבה ווייז אז דו ווילסט וויסן דאס אמת