די נייע קעיס האבן די מוסרים ומסרבים לדין והלכי לערכאות אריין געגעבען נאך דעם וואס זיי האבן דערלייגט די ערשטע קעיס שוין אין אפילעט געריכט, איצט זענען זיי ווייטער שלא ברשות בית דין אריין בערכאות של עכו"ם.
איצט אביסל ליצנותא ד... ווער עס דערהייבט נישט זאל נישט ליינען ווייטער...
אין אלע זאלי, בני המן בית הליצים, וועט פארקומען מניני תהלים ווי מען וועט איין רייסן פארן הייליגען סוער, און מען וועט זאגן תמניא אפי פאר "סוער בן יאשקע"...
אויך וועט א מנין ארויף גיין צו די הייליגע ציון הקדוש פון די רעביצען, ווי זיי וועלן מיזן זאגן תהלים שטיל כדי דער ברך משה זאל נישט הערן...
און א מנין צום ציון פון מעיאר באנדא מיטן נפל... אז ער זאל שוין געבן א פערמיט פארן סוער...
אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאם קומען אין ביהמ"ד רמ"א דירושלים אויף ראסס סט. ווי הרב הקדוש וואלף פריעדמאן וועט פאר זאגן תהלים, און דערנאך וועט מען הערן דברי חשק פון מיידלעך שטערן, וואס וועט מסביר זיין די הייליקייט פון א סוער...
שלמה יעקב מיט די אלע בני המן וועלן נאך היינט נאכט אנפילען דעם סוער צו די מעקס כדי עס זאל זיין שווער ארויסצונעמען...
אפען טעלעפאן וועט מען זיך צוזאם קומען אויף די האטליין פון אלטר משה, ווי ער וועט מסביר זיין אז די גאנצע סוער איז א קאווער אפ...
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 02/11/2009 3:53:39