היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריח''מ פר''מ ציט ציריק?!

ריח''מ פר''מ ציט ציריק?!

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2710782

rebyankel » 30/10/2009 07:06

כ'וויל דא באהאנדלען א טעמע וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט אויסשמיעסן

לעצטענס האט ריח''מ פר''מ געלאזט פאלן סטעימענטס פאר עטליכע מענטשן, ווי מ'האט געקענט אפען זעהן אז ער באוויינט זיין עבר, ער האט באוויינט זיין רילעישאןשיפ צווישען אים אין רבינו שליט''א,
אין ווי אויך האט ער שטארק אויסגערימט רבינו שליט''א אין שטאלצירט אז ער האט אזא תלמיד.

מענטשן האבען ג'טעהנ'ט אז דאס קומט ציליב זיין עלטער אין די זכרון ארבעט שוואכער
אבער נאך די סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר'ן קרית יואל'ע דיין די וואך, שטעלט זיך ארויס די בילד זייער קלאר {כ'האב עס נאר געהערט פין א כלי שלישי, אין כ'וועל נישט ברענגן די לשון, אבער ווער עס ווייסט די פינקטליכע לשון זאל עס ביטע פאוסטען)
ער האט נעבעך באמת אנגעזעהן ווי ער איז אנגעקומען,


באמת האט זיך שוין אנגעזעהן צייכענס דערפון פאר א לאנגע צייט ציריק ווען רבינו שליט''א איז אים געווען מנחם אבל אין עס איז דאן פארפירט געווארען זייער א ווארימע שמיעס, בייגעלייגט די באקאנטע בילד דערפון

[בילד – נישט אפגעהיט]

אין זינט דאן האט ער שוין געלאזט פאלען סטעיטמענטס פאר עטליכע מענטשן רוב דערפון במסיח לפו תומו, ווי ער שטאלצירט אז רבינו שליט''א איז זיין תלמיד, (א זאך וואס ער האט שטארק ארויסגעברענגט פאר 25 יאר ציריק ביי די הכתרה פין רבינו שליט''א, ווי ער האט אים שטארק אויסגערימט)  אין ביי געוויסע פעלער באוויינט די רילעישאןשיפ, - ווי ער האט בפ' געזאגט פאר ק''י דיין די וואך.
די זעלבע האט יעדער געזעהן די וואך ביי די טארטיקאוו-קאסאן'ער חתונה ווי האט זיך אויפגעשטעלט פאר רבינו שליט''א אין געהעריג בארגריסט, אין געוען אנוועזנד ביי די מצווה טאנץ פין רבינו שליט''א וכו'

ספעעציעל האט רעפלעקטירט זיין אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס ביה''ח, אין ביי די גענעראל פארזאמלונג דערנאך א' סליחות אין ראדני,  וואס געצויגען אויפמערקזאמקייט, נאכדעם וואס ער איז פאקטיש די רעספעקפולסטער אטאריטעיט ביי די זאליס.

ביי אינז איז דאס נישט גיין גרויסע העדליין, מיר האבען ב''ה א זעלטענע פראצענט פין יודן אמת'ע ת''ח ויר''ש זקנים ונשיא פנים (יודן ת''ח איז באמת קיינמאל נישט גענוג, אבער ב''ה מיר האבען זיך נישט וואס צו שעמען פין קיין איין קהילה) נאר די שאלה איז אויב וועט אוזוי גיין ווייטער, וואס וועלן די זאלי'ס טוהן, צו ר' לייבוש קען מען דאך שוין נישט גיין.....

(כ'פארשטיי אז די זאלי'ס וועלן זייער ווילד ווערן אויף דעם אשכול, אבער פארמעגליך וועט שוין פארבעצירן עפעס א נחמה)

תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 7:09:39

יקרבו » 30/10/2009 14:06

דער גאנצער שמועס איז אירלעווענט
ר' ישראל חיים מנשה איז א מורא'ידגע שוואכלינג אין יעדן הינזיכט סיי אין פסקים אין סיי אין זיך לאזן אויף העצן.

ר' ישראל חיים מנשה האט זיך געלאזט אויף העצן קעגן רבינו שליט"א ביי די נשים מקוה אין וויליאמסבורג וואס ווער ס'איז באקאנט איז די גאנצע פרשה ווייסט אז ס'איז א שקר גס זיין גאנצע איינרעדעניש.

ער האט זיך געלאזט אויף העצן ביי די ירושלימער רבנות פרשה ווי ער האט זיך איינגערעדט אז רבינו שליט"א האט געשטערט זיין נאמנעציע אלץ ווערן רב, ווי ר ' ישראל חיים האט עס געזאגט פאר ר' לייביש וויינפעלד יענעם יאר ערב שביעי של פסח מיט טענות קעגן רבינו שליט"א.

ער האט אינטער געשריבן שמוץ בריוון קעגן רבינו שליט"א יעדע 5 מינוט אן א בלינק מיטן אויג.

פין די אנדערע זייט ווען ער זעהט דעם רבי'ן שליט"א פאלט פאר אים אינגאנצען
ער האט נישט קיין שום קוראזש פאר אים, ער ווערט ציברעקלט ווען ער זעהט אים.
 
די גרעסטע פלא איז, די שמועס וואס ער ר' ישראל חיים מנשה האט די וואך געהאט מיטן קרית יואל'ער דיין וועגן רבינו שליט"א ( יעדער זאל זיך אליינס נאך פרעגן )

אבער ווי געשמועס איז ער ארום גענימען מיט שלעכטע מענטשן וואס העצן אים כסדר
אין קיין שכל ווי ר' לייביש לייזער האט ער נישט, מבחין צי זיין דעם אמת.

וואלןסח » 30/10/2009 16:14

 

מען קען נישט בלעמען ריח"מ בפרט אויב איז ער ווי דו שרייבסט א שוואכלינג, נישט יעדער האט קוראזש און גאטס זיך צו קריגן, ממילא אז מען האט אים אנגעהעצט ביי די מקוה, און ער איז עס נישט געגאנגען קאנפירמען איז עס נאר פשוט געווען שפעטער א גרינגערע ארבעט אים קאנווינסן ער זאל זיך צושטעלן.

איך האב געהערט פונעם באזוך פונעם דיין ר' געציל, ממקור קרוב מאד האט ער במשך דעם שמועס ארויסגעברענגט אז ער איז שטארק מעריץ דעם רבין, און זיך פארענטפערט אז ער איז א איינגעשטעלטער (במלא מובן המלה) און דערפאר האט ער זיך געמוזט צושטעלן.

ער איז טאקע נישט אזוי גרויס ווי רבי משה ארי' און ווי דעם ברך משה, אבער די צוויי זענען גענוג א ראי' ווי ווייט שטוב מענטשן קענען פארדרייען א קאפ, ממילא די אלע בריוון וואס ער האט געשריבן נאך תש"ס זענען אזוי ווערט ווי די בריוון פון ברך משה נאך תש"ס, און מען קען צו אים נישט האבן קיין טענות
ממילא די אנדערע לישכע געאוינים האבן דאך די אלע יארן דעם ברך משה מצער געווען, רז"ל פילאפף האט דאך באקומען פון די עף בי איי סטרעיט א ליס פון די סט"א, און במו עיניו געזען ווער ס'שטייט בראש....

פארשטיי » 30/10/2009 17:08

עס איז קלאר אז ריח''מ איז אנגעווייטאגט אויף רבינו שליט''א,

צילוב ווייל רבינו שליט''א האט אים געגבען אנצוהערן אז ווען מען האט געבויעט די מקווה טהרה, אז ווען מען בויעט א מקוה  וואס איז טהרתן וקדושתן של ישראל, מיז מען זיין דערביי,  און האלטען א אויג אז אלעס זאל זיך פירען הלכה'דיג און אויס געהאלטען, מען קען נישט ליגען אונטער די דאכענע מיט א זוהר הק'

עס איז אויך קלאר אז ער האט נאכן אונטער שרייבען לטובת דעם הייליגען מוסד שער החמלה, ציריקגעצויגן פון זיין היתר בכתב,  

עס איז אויך קלאר אז ער האט אונטערגעשריבען א צעטיל, וואס האט באטיטעלט  107 פון אונזער ראשי הקהלה, דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר פארמאגט , בוגדים – רשעים,

(און נאכ'ן ארויס געבן דעם פסק דין אז אלע אונזערע ראשי קהלה זענען רשעים און בוגדים, האט ער געמאלדען אז אויב וויל מען איבערהערן דעם פסק דין, קען מען קימען צו אים, און ער וועט עס אונז איבערזאגען, נאכן אונז געבן דער פראוועליגיע פון אויס הערן אונזער טענות, אבער די ראשי הקהלה האבן ענדערש  אויסגעקליבען ר' זלמן גרויז שליט''א, וואס האט נאך נישט ארויס געגעבן דעם פסק אז די ראשי קהלה זענען בוגדים - רשעים, אד''ג)

עס איז אויך קלאר אז ער האט גובה עידות געווען פון די צוויי ליצים ווידער -  שטערן נאכן הסתלקות פון רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע, כאילו דער ברך משה זי''ע האט געוואלט אז ר' זלמניו זאל אים ח''ו ממלא מקומו זיין,
 
טראץ וואס ער האט גוט געקענט ר' זלמניו, ער האט אפי' אנגעווארענט זיי נעפיו, הרה''ג ר' ישראל חיים האראוויטץ שליט''א, אז ער זאל פון ר' זלמניו שטיין מיילען ווייט, ווייל ער האט נישט קיין פינטעל יראת שמים,

 ער איז געווען דער מג''ש פון ר' זלמניו,  און ער האט אים גוט געקענט, און ער האט אויך גאנץ גוט געוויסט, וואס דער רבי דער ברך משה זי''ע האט געוואלט, און ער האט קלאר געוויסט אז די גאנצע מציאות פון אזא ר' זלמניו, איז פשוט א פאליטישע מאנווער, פון א פאר מפיאנערען, וואס ווילן בלייבן מיטן שטעקן, און עס האט מיטן ברך משה גארנישט,

איז אנשטאט אוועקשטיין פון די ''גובה עידות צערעמאניע'' און עס לאזען פאר די צוויי הרב פילאף - וויינבערגער, האט ער זיך צילוב ווייטאג אויף רבינו שליט''א אנטייל גענימען און די צערעמוניע וואס דער בן פראדעל מיט זיין גאלד פרענד, האבן ארגענעזירט, אז זיי זאלן קענען ווייטער זיין די פילאטען, 

מיט דעם אלעם, קענען די זאליס נישט אנווייזען, ווען מען האט דעם דיין ח''ו מבזה געווען, נאר קאפויער, ביי איינער פון די אלף שמות מסיבות, האט איינער פון די חשובע רענדער אנגעווארענט דעם ציבור, אז מען זאל נישט רעדען אויף די דיינים, אפי' מען זעט אז זיי פירען זיך אפשר נישט אזוי דיינים, דארפן זיך פירען, ווייל זענען זיי זענען פארט דיינים,

אונזער שטעלונג בנוגע ר' יח''מ שליט''א איז אלע מאל געווען, אז אונז ארנעקענען נישט זיין אויטריטעט, בנוגע יעדע זאך וואס האט צו טאן מיט הנהגת הכלל, אויף דעם האבן מיר אונזער גרויסען הייליגען רבי'ן זאל זיין געזונט, מיר אנערקענען ר' ישראל חיים מנשה שליט''א אלס א ערליכע וואוילער יוד, טראץ וואס זיינע מעשים זענען מילד גערעד היפש קאמפלעצירט, 

דאס איז אויך געווען די סיבה, פאר וואס מיר האבן אזוי געארבייט אז דאס שטול פון די ירושלימער רבנות, זאל פארפילט ווערן דורך הגהרי''ט שליט''א, און נישט דורך דעם חשובן דיין, ווייל מיר אנערקענען אים נישט אלס אן אויטריעטעט, צוליב זיינע פעילות בעבר,
אבער ער זאל זיצען און אויף ראס סט, נעמען קוויטליך פון די וואס גיבן אים, כל הכבוד, קיינער לייקענט נישט אז ער איז א ערליכער יוד!  

 

ארגינעלער » 30/10/2009 17:31

דער יו גא איגען

ר' מנשה מראסס סטריט איז פין גרעסטע פארברעכער אין די מחלוקה.
 
1) קודם ווי אזוי ער האט געהעצט דעם ברך משה וואס איז דא א טעיפ דערפין
ממש ווי א געשילטער נאצי ער האט ליידער אויס געניצט דעם ברך משה'ס מצב .

2) ער האט געשריבן אויף קהל המה כרעו ונפלו ( שפעטער איז מען געוואיר געווארן ווער ס'איז געפאלן )

3) ער האט ציזאם געריפן אלע געשעפטן אין וויליאמסבורג אין זיי געזאגט אז מען האבן מסירות נפש אויפן בלאט אזוי ווי חילול שבת

4) געגעבן דעם היתר צי גיין אין ערכאות פארן בית החיים.

5) נישט געלאזט די זאלי'ס קומען צי קיין דין תורה פאר קיין פרייז אין וועלט

6) ער האט געלאזט ארסעטירן רעכטס אין לינקס, ווען דער ביק האט געלאנדעט אין וויליאמסבורג .

ליידער די אלע זאכן קומען אים אהיים
1) ער הייבט שוין אויך אביסל צי רעדן אין די זייט, וד"ל.
2) ער זעט וואספארא אויס געשפילט יודל ער איז, זייט ער האט פארלוירן היסטאריש דאס ירושלימער רבנות.
3) אין ער זעהט ווי אזוי די רבי וואקסט אין די וועלט

מע טאר אויף אים נישט רחמנות האבן, לא תחוס עינך

רבי_יונה » 30/10/2009 18:37

ר' מנשה איז קיינמאל לעבן די ווארט ערליכע איד נישט געשטאנען, צווישען אים און כ"ק מרן רבי לייבוש לייזער שליט"א קען מען זאגן להבדיל!

טייל פון די סיבות איז ווייל:

ער האט האט אויסגעריסען די תורה הק' ביי אידן!

ער האט אויסגעריסען די ווארט דין תורה! 

ער האט מתיר געווען צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!

ער האט מתיר געווען צו ארעסטירען בחורים אינגעלייט פאר א קרוין וכו'!

ער האט נישט געלאזט די סאטמאר מחלוקה אנקומען צו דין תורה!

ער האט האט אויסגעריסען די ציווי ה' אז מען טאר נישט גיין בערכאות!

ער האט געהאלפען ממנה זיין אן עם הארץ פאר א רבי טראץ וואס ער האלט אז ער איז א גארנישט!

ער האט געט א הכשר אפען סאטמאר בוטשער סטאר 82 נאר ממליחה ואילך!

ער געט ממליחה ואילך אויך קיין הכשר נישט, ער גייט פון יאר צו יאר דארט נישט אריין!

נאך היינט צו טאג לאזט ער אריין אין 82 בוטשער סטאר די שוואכסטע בדיעבד פלייש!

ער געט א הכשר אויף די מקוה אבער נאר פארן טשעק, און פון יאר צו יאר טרעט ער נישט אריין!

ער האט מצער געווען טויזענטער אידן און געטרינקען פון זיי דאס בלוט!

ער האט געשריבן פאשקאווילען בריוון מיט מיאוסע לשונות קעגן טויזענטער אידן!

ער האט געטאן אלעס וואס זיין רבי אביגדור האט געהייסן!

ער האט זיך אנגעפאקט מיט די גניבה גזילה געלט פון אביגדור!

ער האט געהאלפן און אליין שרעקליך מצער זיין מרן בעל ברך משה זי"ע!

ער האט געהעצט און געטרינקען דאס בלוט פון מרן בעל ברך משה זי"ע!

ער האט מתיר געווען סקול דיסטריקט נאכדעם געאסרט!

ער האט געאסרט בני יואל נאכדעם מתיר געווען!

ער האט מתיר געווען פלעסטיק אויף די היטן שבת, נאכדעם געאסרט!

ער האט מתיר געווען אן עירוב אויף ראדני נאכדעם געאסרט!

ער האט געמאכט אן עירוב פאר פוילישע גוים נאכדעם געאסרט!

וכו'

נאר וואס איז איצט געשעהן...?

געשעהן איז ער האט זיך דערזעהן איצט באלד ביי די 80 יאר, אז ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען, טראץ וואס ער איז ראב"ד ראסס... ראב"ד פון א לישקע סיין.... נשיא מוסדת רמ"א....

ער האט געפייגערט צו ווערן ירושלימער רב, אבער די ירושלימער אידן האבן געזאגט ניין! זייי דארפן נישט א רב א פאשקאווילען שרייבער, איז ער געבליבען זיצן אויף ראסס סט. דאווענט אין זיין ביהמ"ד מיט אפאר מרה שחורה אידן. פון די אנדערע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער סאטמאר אידן און שעלטן אים, און אין די גאנצע וועלט איז ער אפ געפרעגט אפגעלאכט.

די זאליס פון די אנדערע זייט ניצן אים נאר אויס פאר שייגץ שטיק, פאשקאווילען שרייבן, מתיר צו זיין ערכאות, נישט לאזן קיין צו דין תורה, פארקויפן בדיעבד פלייש, וכו', זיינע קינדער האבן די זאליס נישט גהעריג קיין פרנסה געגבען, און פאר ר' לייבוש פריעדמאן האבן זיי קלאר געזאגט אז ער ווערט נישט דיין נאך די 120.

האט די דיין מיט זיינע מענטשן אפגעמאכט גענוג איז גענוג, זיי גייען מער נישט לאזן אז דער דיין זאל זיין די שייגץ שמאטע פון די זאליס, און ער גייט אויפהערן צו שרייבן פאשקאווילען, וכו'.

און דאס וואס עס גייט פאר די לעצטע צייט.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/10/2009 19:02:48

ארגינעלער » 30/10/2009 18:56

וויפיל עזות שטעקט ווען ר' מנשה מראסס סטריט  פרעגט הרה"ג ר' געציל פארוואס די רבי האט א שווער הארץ אויף אים.
אין אז ער האט קיינמאל נישט וויי געטיען דעם רבי'ן.

דעס האט פאסריט די וואך מיטוואך נאכט ווען הרה"ג ר' געציל האט אים ארויף געטראגן זיין ספר אגלי דבש.

סקאטמאלען » 30/10/2009 19:23

המזה ת"ח אין לו תרופה למכתו..(גמ' שבת)

המבזה ת"ח, אפיקורס, ואין לו חלק לעה"ב..(גמ' סנהדרין)

יענקעלע11 » 30/10/2009 19:24

וואס הייסט ער ציט צוריק? האט ער דען בכלל צוריק געצויגן?
לאמיר זעהן ער זאל ארויס שרייבן קלאר און דייטליך אז
טעיתי טעיתי וטעיתי, (ער איז דאך געוואוינט חוזר צן זיין פון זיינע פסקים)
זאל ער שרייבן כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים סקול דיסטריקט,
כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים עירוב,
און דאס הייסט אפשר צוריק געצויגן,
נישט אז ס'וועט אויסמאכן אין מיינע אויגן,
ס'וועט פונקט אזוי אויסמאכן ווי זיינע פריריגע געמויזעכטס,
אבער קען מען אפשר אנרופן צוריק געצויגן,

ביי מיר אין חדר איז געווען עפעס א ווילדער צאפ,
איך וויל נישט פורס בשמו זיין, היינט איז ער שוין א חשובער אינגערמאן,
OK איך בין דאך א איש אמת, בין איך מודה... איך בין דאס געווען,
איך בין אין חדר געווען א געזונטער בארדאק, ווי מען זאגט א ווילדער חי',
און איינמאל נאך א גיט שטיקל בארדעריי
און נאכן כאפן צוויי געזונטע פראסקעס פון מיין רבי
גיב איך עהם א פרעג אזוי תמימותדיג "וואס האב איך געטוהן?"
נו... נו... מיין רבי כאפט דעם שטעקן און גיט מיר געזונטע
מכות און שרייט דאס כאפסטו פארן פרעגן וואס דו האסט געטוהן,

רבי ישראל חיים טייערער, דאס פרעגן פונעם דיין רבי געציל שליט''א
וואס איר האט געטוהן איז נאך ערגער פון די אלע שייגעצשטיקן,
יא, איך ווייס אז די רעבעצין פארפירט געפערליך אז זי וויל ליגן
דארט ווי אירע עלטערן און געשוויסטער ליגן, און ווילט איר
צופרידן שטעלן, אבער לא זו הדרך, דאס וועט אייך קנאפע העלפן,
בעטס אייער גבאי נחמי' קרויס זאל אזוי גיט זיין אייך אראפ טראגן
קיין 5 צאנז קט. טיט אייך אויס די שיך און גייטס אריין מיט בכיות נוראות
און זייט מקבל נזיפה און זייט מפייס דעם רבין שליט''א,
פון דארט כאפט א שטיקל נסיעה די פאר שפאן ביז צום ציון הקדוש
פון רבותינו הקדושים, און בעטס זיי איבער פארן חורבן עולם וואס איר האט
אנגעמאכט, (גייט אריין פון די בעק, וויגדור זאל אייך נישט זעהן), 
און פון דארט ווען איר קומט אהיים מאכט א סטאפ אין אונזער
בית המדרש הגדול אויף הופפער, און שרייטס אויס פאר די הונדערטער
לומדים ומתפללים, חטאתי עוויתי ופשעתי, חטאתי לאלוקי ישראל, חטאתי
לרבותינו הקדושים, חטאתי לכל בני קהילתינו הקדושה ובראשם כבוד קדושת
רבינו הקדוש שליט''א, און דאן אולי ואולי וועט דאס הייסן צוריק געצויגן,
ואולי יחוס ואולי ירחם, אבער דעם פני תם וואס ווייסט אפילו נישט וואס ער
האט געטוהן, דאס וועט אייך קנאפע העלפן...

ארגינעלער » 30/10/2009 19:28

סקאט די רעדסט שוין אויפן דיין.

rebyankel » 30/10/2009 19:45

די ערשטע רעזולטאטען פין די זאליס:
א פרישע אשכול אין די זאלי פארום, ווי ער דרייט אויס זיין אייגענע דורכפאל אויפן ק''י דיין, ליינט אין האט הנאה:

די וואך ביי א שמועס מיט כ''ק הגה''צ הראב''ד שליט''א האט ער גערעדט גאר אפענע דיבורים אקעגן
ר' אהרן און די דארטיגע הנהגה נוצנדיג גאר שארפע דיבורים {איך וועל עס נישט אראפברענגען איעדער
קען זיך אליינס נאכפרעגן} און האט זיך מתנצל געווען פארן ראב''ד שליט''א אז ער איז א איינגעשטעלטער

די פראגע איז נאר יעצט צו דאס מיינט אז ער פלאנט צו דעפעקטירן און אריבערקומען
צו די ערליכע זייט אדער עולם כמנהגו נוהג און ווייטער טוהן וואס זיי הייסן און פריוואט
 וועט ער ווייטער זאגן חוות דעתו האמיתית,  דאס קען מען דעבאטירן  
ונזכה ונחיה ונראה


וואס פאר א  זאלי'ס קען אלס נישט בייפאלען, אנשטאט ענטפרן ווען מ'האט סיי ווי נישט וואס (דער שרייבער האט רשות כתיבה ביי אינז)
מאכט מען א מעשה, אין זארגט נישט, אלע קעלבעך וועלן שוין היינט נאכמיטוג וויסן ר' געציל ווערט דיין אין סאסמאן!
לאכט נישט!



 



תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 20:07:16

yosefelye » 30/10/2009 19:49

דער דיין גייט ארום זייער צימישט, אין דאס האט נישט ציטין מיט די רעבעצן אדער מיט די רבנות אין ירושלים, דער דיין איז דאך א ערליכער נאר אין די מחלוקה איז ער בלינד געווען וועגן השוחד יעוור, אבער לעצטענס הייבט ער זיך אן צו כאפן אז עפעס די תלמידי חכמים קלעבן צום רבין אין די ליידיגייערס קלעבן אין זלמן לייב, ער האט אפאר וואסן צוריק גיזאגט פאר רי''וו אז ער פארשטייט נישט, זיין נעפיו ר' יעקב הערש פריעדמאן וואס איז א תלמוד חכם עצום באלאנגט עפעס צי ר' אהרן אזוי אויך זיין ידיד ר' לייבוש וויינפעלד קלעבט עפעס זייער צו ר' אהרן זיי זאגן נאך פון עם עפעס גדולות און דא איז ער מיט מעכל שלעזינגער און נאך אפאר קלים, זעט אוס אז ער כאפט זיך שוין מיט וועם ער בלאבט דארט.

ארגינעלער » 30/10/2009 19:51

רעב יאנקל טייערע וואס גפני שרייבט איז דא נישט אינטערסאנט

וואלןסח » 30/10/2009 19:54

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויפיל עזות שטעקט ווען ר' מנשה מראסס סטריט  פרעגט הרה"ג ר' געציל פארוואס די רבי האט א שווער הארץ אויף אים.
אין אז ער האט קיינמאל נישט וויי געטיען דעם רבי'ן.

דעס האט פאסריט די וואך מיטוואך נאכט ווען הרה"ג ר' געציל האט אים ארויף געטראגן זיין ספר אגלי דבש.
 

 

שטעקט נישט קיין שום עזות, ווייל די סטעיטמענט איז פאלש, איך גיי נישט שרייבן קיין נאמען, איך בין עס אבער נאכגעגאנגען דאס ווייטסטע וואס מעגליך ביזן דיין, און דער דיין האט נישט דאס געפרעגט

מען האט נאר גערעדט דאס וואס איך האב שוין אויבן געשריבן

 

ס"ה רעכנסטו אויס אלעס וואס ער האט געטון זינט די כח הפועל והנפעל געלט פון וויגדער נאך תשנ"ו

נו, כבר היה לעולמים, מען טרעפט שוין אין די גמרא יוחנן כה"ג

אבער דאס מיינט נאך נישט צו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געשטאנען נעבן די ווארט ערליכער איד

מען האט שוין געהערט א ערליכער איד ווערט נחמץ ובפרט ווען ס'האנדלט זיך מיט געלט

אט איז די לשון פון הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלה פר' שופטים

 

על פי קבלתינו מרבותינו כח הפועל בנפעל, ממילא ממונו ורכושו של אדם שהאדם מסגלו על ידי מעשיו, הנה יש בממון ורכוש ההוא כח הפועל, על כן נאסר לנו לפרוט מתיבת המוכסין (ב"ק קי"ג ע"א), כיון שכח הפועל יש בממון ההוא והאדם הכשר יקחנו לעצמו, הנה יגרום לנפשו פעולת זרות כפי כח הפועל הנפשיי מבעלים הראשונים. ועתה אם עיני שכל לך תבין את אשר לפניך אשר בעינינו ראינו כמה אנשי שם אשר פיתם היצר לתבוע חלקם, והשתדלו בפרנסתם לקבל ממון מכל אדם ונשארו אחר כך כלים ריקים, כי הממון שסיגלו מבני בלי שם, דבק בם ובנפשם וכיבתה השלהבת אש אשר בער בקרבם באהבת היוצר כל.

 

וואס דארפט איר מער ווי דעם

אנטשולדיגט מיר, אבער לא זו הדרך צו נעמען א איד וואס האט געטון נישט גוטע זאכן אויף די עלטערע יארן און זאגן, אה! דער איז דאך שוין א אלטער שייגעץ, מען קען זיין א צדיק ותמים (בפרט) און דינען דעם אייבערשטן אלע יארן, ביז די אויבי איש אנשי ביתו פארדרייען א קאפ אויף דער עלטער (אוודאי איז נאכנישט געהערט איינער זאל זיין א שייגעץ אלע יארן אוף אויף דער עלטער ווערן א צדיקל, כדוגמת הרז"ל)

 

 

ארגינעלער » 30/10/2009 20:01

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 

שטעקט נישט קיין שום עזות, ווייל די סטעיטמענט איז פאלש, איך גיי נישט שרייבן קיין נאמען, איך בין עס אבער נאכגעגאנגען דאס ווייטסטע וואס מעגליך ביזן דיין, און דער דיין האט נישט דאס געפרעגט

מען האט נאר גערעדט דאס וואס איך האב שוין אויבן געשריבן




דעס וואס איך האב געשריבן נאר דאס האט מען געשימסט, אין איך האב נישט  געשריבן אז דער דיין האט עפעס געפרעגט
אין איך האב עס געהערט פין 2 מענטשן וואס האבן איבער געפרעגט דעם דיין אין קאנטינעטעל זאל מיטוואך באנאכט.

אין בדרך אגב ר' מנשה האט זיך אזוי ווי אנשולדיגט פארן דיין אז דעס וואס ער בלאנגט צי הגז"ל איז ווייל ער וואינט דא
דעם לשון פינקטליך געדענק איך נישט.

בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 30/10/2009 20:02:44

rebyankel » 30/10/2009 20:04

למען האמת
רוב חטאים וואס איר רעכנט אויס אויף ריח''מ, איז ער נישט זעלבסט באגאנגען, ער האט נאר מחפה געווען ווען די  זאלי'ס האבען עס געטוהן.
למשל ער האט קיינמאל נישט געגבן קיין היתר צו גיין אין ציוניסטישען קארט (ער קען אפי' נישט ע''פ תורה ווען די הנהלת המוסדות שרייט כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת, אין האט שוין ג'חתמ'ט ש''ב)
די זעלבע זאך איז מיט אלע אנדערע ערכעות'ן.

ארגינעלער » 30/10/2009 20:07

ער איז געווען די ריקן ביין פאר אלע זייער עבירות
אין מען קען עס אים נישט פארגעבן.

מנחם_מענדל » 30/10/2009 20:07

יקרבו איז גערעכט אז הגריח"מ איז בטבע א שוואכלונג, און - מהאי טעמא - איז וואלןסח גערעכט אז ער איז אומשולדיג.

ארגינעלער קען זיך ווען אפהאקן די 5 פינגער וועלכע שרייבן וואס ער שרייבט (נישט פון היינט), און ווי סקאט האט געברענגט די לשונות פון חז"ל. (ארגינעלער, סיריעס: איך שעם מיך מיט דיר!)

און יונה איז אויך נישט גערעכט אז ער איז קיינמאל קיין ערליכע איד נישט געווען ואכמ"ל.

געדענקט די חילוק פון ארויסברענגען א עוולה ביז'ן באטיטלען יענעם מיט לשונות של גנאי. ובמדה שאדם מודד מודדין לו!

דוד46 » 30/10/2009 20:09

אז די היידפארק שרייבערלעך דא זענען אזוי ווילד קעגן דעם גאון וצדיק איז טאקע די בעסטע ראי' אז ער איז אן איש מורם מעם וואס אויב איך וועל זאגן אז ער פאקט איין דעם מאנראוער רבין האב איך אים מבזה געווען ווייל צו זאגן אזא אויסדרוק קען איך אויף א פשוטן וואוילן אהרוני 

ארגינעלער » 30/10/2009 20:09

סך הכל האב איך באטיטלעט מיט זעלבע לשונות ווי אזוי ער האט אנגעריפן טיונטער יודען
אין די אלע וועלן אים עס קיינמאל נישט מוחל זיין
מען קען נישט מיט א צי אין די נאז צוריק ציען פין יארן עבירות

מנחם_מענדל » 30/10/2009 20:13

איך ווייס נישט צו דו ביסט אזא שוגג ווי ער, אויב יא, איז דאס די סיבה פארוואס איך באטיטל דיר נישט אלס "פרעכער אינג" וכדו' (דאס וואס קומט דיר אין פאל ביסט א מזיד..),

אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט נישט אויסגעהאלטן (איידל גערעדט) ויש מנהיג לבירא.

נאכאמאל: במידה שאדם מודד מודדין לו.

rebyankel » 30/10/2009 20:19

איינס פין מיינע פולע תגובות אין אישי וועגן די נושא
אין לי רשות כתיבה

בס"ד

איך זע אז דער עולם האט נישט ארויס דעם ענין פון די זאליס און ר' לייבוש לייזער און ר' יח"מ פריעדמאן, אזוי ווי איך דאווען צופרי אין א קליין שטיבעלע מנין מיט אסאך זאליס וויל איך דאס מסביר זיין פארן עולם,

די זאליס זענען שוין פארנומען די לעצטע צען יאר, אז די וויכטיגסטע זאך איז אראפ צו ברענגען און זיך אפצורייסן פון די קליפה וואס הייסט "א. ט"ב" ער איז דער שעדליכסטער און דער געפארפולסטער מענטש פארן עתיד פון כלל ישראל, און דאס בארעכטיגט אלע זייערע באנעמונגען פון אלף ביז תיו וואס איז מלא סתירות און קשיות, איך גיי נישט אריין אין קיין פרטים, איך וועל נאר זאגן א ביישפיל פון די וואך, א איד ביי אונז וואס זינגט שוין דרייסיג יאר אז אלע רבי'ס זענען סטרא אחרא, א יעדע רבי'שע לבוש רופט ער אן נאצי יוניפארם ווייל אלע רבי'ס און בנש"ק'לעך זענען מאפיאנערן, ווען מ'הערט סיי וועלכע רבי'שע שידוך פלעגט ער זאגן צוויי גנבים האבן זיך משדך געווען און גייען זיך צוטיילן מיט די גניבה וכו' וכו', איז געלאפן די וואך מיט שטריימל בעקיטשע צו די פשעווארסקע חתונה, ווייל ער האט געפילט אז מיט דעם איז ער מחזק "די זאך". און (איך רעד שוין נישט אז ער איז געלאפן צו רז"ל'ס חתונות בשעתם פון די קבלת פנים ביז נאך די מצוה טאנץ, כאטש ער פלעגט אנרופן דעם ברך משה מיט די ערגסטע צונעמען און אלע זיינע קינדער זענען געווען ביי אים ביז תשנ"ט טמא ומטמא)

וועלכע זאך ? די גלייבסט דאך אין גארנישט שוין לכה"פ דרייסיג יאר ? דער תירוץ איז, מ'האט געמאכט א מיסיע, א הייליגע אונטערנעמונג, אונטערצומינעווען און אראפצוברענגען, און הלואי ווען ער קען ווען אונטערברענגען "א' ט"ב".

יעצט פעלט אים אויס צוויי זאכן, 1. ער מוז דאך האבן שטיצע צו זיין טעאריע אז דאס איז דער חובת השעה און דאס מוז יעדער איד טון פאר אלע קאסטן (עת לעשות לד' הפרו תורתיך) און 2. ער מוז אויך זען עפעס א הצלחה אין זיין הייליגע ארבעט. פאר דעם קומט אים זייער גוט ר' לייבוש לייזער, דער דייין, אא"וו. ווייל ער נוצט זיי אויף ביידע מיסיעס, צום ערשטן זאגט ער נאך בשמם און ער חזר'ט עס טאג און נאכט אז זיי ווילן מיט אים קיין שייכות האבן און זיי האלטן אז מ'דארף אים טאקע אונטערברענגען אא"וו. און דערנאך איז עס ביי אים א סימבאל אויף הצלחה, זעסט, פשעווארסקער רבי, דער ראב"ד, וכו' אלע באיקאטירן אים, דאס איז אים א נחמה אויף דעם וואס ער זעט אז דער "א' ט"ב" בויעט זיך און בויעט אידישקייט, אבער אלע ערליכע אידן (פארשטייט זיך וועם ער מאכט אפ אז זיי זענען די ערליכע אידן) בויקאטירן אים.

דאס גיבט אים פאליטישע חיות, און לופט צו אטעמען ווייטער מיט זיינע שקרים און סתירות, און אפגערעדט ס'טרייסט אים אביסל פון זיינע דורכפעלער. איצט אז די לופט פון דעם באלאן לויפט אויס, פילט ער זיך באלד ווי דער שטיקל ליידיגער פלעסטיק/ראבער אן א לופט דערין.

פאר דעם איז היינט געווען א סכנה צו בלייבן נעמען א גלעזל תיקון ביי אונז אין שטיבל ווייל די חברה זענען געווען "ווילד"

דוד46 » 30/10/2009 20:21

מנים מענד

עס איז מיר א כבוד אז דו באטיטלסט מיך אז פרעכער אינג פארן אננעמען זיך פארן כבוד פון דעם גאון וצדיק.

דו כאפסט דיך אליינס נישט אז דו ביזט אפגעפרעגט מיט דיין רעדן אויף א ערליכן איד וואס איז אלע יארן געווען דער בר סמכא אין סאטמאר אויף אלע ענינים וואס זענען נוגע דאס אידיש לעבן, אלעס כדי צו מחפה זיין אויף דיין צדיקל 

מנחם_מענדל » 30/10/2009 20:24

דוד, קוק איבער, כהאב נישט צו דיר גערעדט.

לערן דיך שוין אויס: נישט אייביג דארפסטו זיך אנרופן!
(דו האסט אין די לעצטע 3 מינוט גע'תגובה'ט אויף 4 אשכולות. האסטו טאקע אין אלעם געהאט עפעס וויכטיג צו זאגן? כמיין אז אין קיין איינס.)

מישמאש » 30/10/2009 20:27

הוא מותיב והוא מפרק

rebyankel » 30/10/2009 20:30

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 

איך האב געהערט פונעם באזוך פונעם דיין ר' געציל, ממקור קרוב מאד האט ער במשך דעם שמועס ארויסגעברענגט אז ער איז שטארק מעריץ דעם רבין, און זיך פארענטפערט אז ער איז א איינגעשטעלטער (במלא מובן המלה) און דערפאר האט ער זיך געמוזט צושטעלן.



ג''א מצטרף צו דיין ווערסיע, לויט מיינע סארסעס
ער האט געפרעגט פארוואס פארשטייט מען מיך נישט כ'בין דאך פארט א איינגעשלטעלטער.........

דער באזוך איז געווען, וועט הגאון ק''י דיין איז ארומגעגאנגען טראגען זיין ספר שו''ת אגלי דבש, פאר אלע רבנים פין וועם ער איז א תלמיד.

עס איז כדי צו באמערקן:
עד היום הזה, פלעגט רבינו שליט''א רעספעקטירן ריח''מ - זייענדיג א תלמיד בימי בחירתו, טראץ די אלע זאכען
כ'האב געהערט פין א גאר נאנטען בבית רבינו, אז ווען ער האט אינטערגעריבן אויף די שקרים קעגן די מהור'דיגע ווייץ, האט עס פאר רבינו שליט''א וויי געטוהן, כאטש ער האט פארשטאנען פארוואס ער האט דאס געטוהן - ווי שוין ארויסגעברענגט.

דוד46 » 30/10/2009 20:40

ווי ווייט דיין מאנראוער רבי האט געשעצט דעם ראב"ד שליט"א דקהל יטב לב ד'סאטמאר קען מען זען פון די פאלגענדע מעשה, דאס איז געווען די אנהויב די מ' יארן ווען דיין צדיק איז נאך געווען ראש ישיבה און איז געווען ראש השנה אין וויליאמסבורג, האט רבינו בעל ברך משה זי"ע אים געהייסן ביים עולה זיין ראש השנה ער זאל מאכן א מי שברך פארן דיין שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט, אבער דיין צדיק האט קיינמאל נישט געקענט סובל זיין דעם גאון וצדיק האט ער געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר די אנדערע דיינים פון ב"פ און ק"י.

דאס ווייזט זיין גרויסע שעצונג 

מנחם_מענדל » 30/10/2009 20:43

מישמאש, כהאב דיר נישט געהאלטן פאר אזא מישמאש.

שמא קגרים.

rebyankel » 30/10/2009 20:47

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דו כאפסט דיך אליינס נישט אז דו ביזט אפגעפרעגט מיט דיין רעדן אויף א ערליכן איד וואס איז אלע יארן געווען דער בר סמכא אין סאטמאר אויף אלע ענינים וואס זענען נוגע דאס אידיש לעבן, אלעס כדי צו מחפה זיין אויף דיין צדיקל 
 
ער איז היינט דער בר סמכא אזווי איז ער אלץ געווען.
כ'זאג נישט אז אמאל האט מען אים אזוי אראפגעקוקט אין די גאס ווי היינט, ווען מ'האט אים אנגעטונקען אין די פאליטיק.
אבער ער איז קיינמאל נישט געווען דער ''בר סמכא'' פין סאטמאר.
ווען יא, וואלט רוב סאטמאר נישט געבליבן ביי מהר''א.

מישמאש » 30/10/2009 20:51

דוד'ל, די מעשיות, איו די וויינבערעגער פרשה
לאז איבער פאר קיווע הענדלער

מנחם מענדל איך זיך דיך נישט צי צמישין ,ווייל די ביזסט שוין, די ווייסט נישט וואס די ווילסט
וואס פארלאנגסטו פין יענעם.

rebyankel » 30/10/2009 20:54

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי ווייט דיין מאנראוער רבי האט געשעצט דעם ראב"ד שליט"א דקהל יטב לב ד'סאטמאר קען מען זען פון די פאלגענדע מעשה, דאס איז געווען די אנהויב די מ' יארן ווען דיין צדיק איז נאך געווען ראש ישיבה און איז געווען ראש השנה אין וויליאמסבורג, האט רבינו בעל ברך משה זי"ע אים געהייסן ביים עולה זיין ראש השנה ער זאל מאכן א מי שברך פארן דיין שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט, אבער דיין צדיק האט קיינמאל נישט געקענט סובל זיין דעם גאון וצדיק האט ער געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר די אנדערע דיינים פון ב"פ און ק"י.

דאס ווייזט זיין גרויסע שעצונג 


דוד ביזט א שוואכע פאבריצירער
באק עפעס מיט מער טעם, (בעט פארמעגליך)

ב''ה רבינו שליט''א האט זיך נישט וואס צו שעמען פין זיינע רבי'ס אזווי זיינע 2 ברודער.

יקרבו » 30/10/2009 21:00

לאמיר אנענעמן אז דוד'ס מעשה איז אמת
טאר ער נישט מאכן א מי שבירך פאר ר' יחזקאל ראטה אין אין ר' געציל ?

טראק » 30/10/2009 22:08

די מעשה איז אז ר' ישראל חיים מנשה איז די לעצטע פאר חדשים גפערליך אונגעצויגען וועגן די בית החיים, זייט קהל יטב לב אהרונים האבן גענצליך איבערגענומען די פולען בעלות אפען בית החייים.

און ר' ישראל חיים מנשה וויל ליגן בחלקת הרבנים, ער איז ממש דיפרעסט דערוועגן, כסדר רעדט ער צו מענטשען וואס ער קען טאן אז ער זאל זיין פלאץ באקומען, אזוי אויך שיקט ער שליחים צו קהלתינו וואס ער קען טאן.

וועגן דעם איז ער נישט געגאנגען צו פורים קידוש בית החיים פון די זאליס, טראץ וואס די זאליס האבן איינגעלייגט וועלטס פרעשור אז ער זאל קומען, און מען האט געווארט אויף אים באלד 2 שעה.

דאס זעלביגע ביי די גענעראל פארזאמלונג פון פערלשטיין איז ער אויך נישט געווען, טראץ וואס זיינע שותפים פילאפ, וויינבערגער, זענען געווען.

דאס זעלביגע איז מיט די בריוו וואס די זאליס מיטשען אים אונטער צו שרייבן אז די בית החיים איז גזילה און ווער עס ווערט באגראבען דארט ווערט באגראבן אין א קרקע גזילה.

פאראלעל » 30/10/2009 22:36

איך וואלט געצויגן פארלעל די פרשה צי דרייסטשע אקט פין כ"ק אדמו"ר ר' לייביש לייזער שליט"א.
 
די אלע רבנים וואס ווילן נישט קומען צי אינז, וועגן זינלאזע דמיונות וועגן רבי'ן
האט ר' לייביש מיט זיין באזוך ציזעצט אין געוויזן אז די רבי איז א רבן של ישראל וואס מען קען נישט איגנארירן אין מען זיך מיט אים רעכנען אין גיין דאס ערשטע וויזיטן.

איך האלט אז דער דיין ר' ישראל חיים מנשה האט ערגעץ ווי געהערט אז ר' לייביש איז געווען ביים רבי'ן, אין פארדעם פילט ער זיך געטאראפן, פין זיינע געמיינע מעשים קעגן סאטמאר, אין קעגן רבי'ן שליט"א  

דעס איז מיין השערה.

תוקן על ידי פאראלעל ב- 30/10/2009 22:46:47

פארשטיי » 1/11/2009 05:09

איך מיין אז ארפרייסען דעם ריח''מ פארזענדליך, איז נישט קיין גלייכע זאך,

פארוואס?

יעדער איז מודה אז וואס ריחמ''פ האט נאר געטון, די אלע עוולות, קעגן אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר, און קעגן רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, ובנו ומ''מ רבינו הגה''ק שליט''א, האט ער נישט געטאן ווייל ער איז בעצם א אומפארגינער אדער א שלעכטער פארזאן,

נאר צילוב תאוות הממון, וואו  עס איז באוויסט אז דער דיין שליט''א פאלט זייער שנעל פאר א דאללאר, און ווען דער מנוח וויגדור זאל רוען און ליכטיגען גי. האט אים געפאכעט פאר די אויגען דעם טשעק ביכעל, האט אים ר' מנשה געזאגט מיט חביבות שאל בני מה בקשתיך,

משא''כ די אנדערע פון לישכע באנדע, וואו פילאף - וויינבערגער און כ''ץ, זיי האבן אלע מאל געהאט א שנאה כבושה, און טינא בלב אויף כ''ק רבינו שליט''א, צילוב זייערע שרעקליכע מידות מגינות, און תאוות הכבוד, פאר פילאף אדער כ''ץ האט מען נישט געדארפט פאכענען מיטן טשעק ביכעל, עס איז געווען טרם יקראו ואני ענה דער טאג וואס זיי האבן געהאט די פראוועליגיע אונטער צו שרייבען א פאשקעוויל קעגען רבינו שליט''א האט מען ביי זייער מנין נישט געזאגט קיין תחנון,

עכ''פ איצט האט זיך ר' מנשה זאל לעבן געזען און אן ערענסטען פראבלם, ער ווערט דאר נישט יונגער, ער ווייסט אז דער טאג וואס מען לייגט אוועק די ביינער פון א מענטש אויפן בית עולם, ווערט נענטער און נענטער, און וואו פארשטענדליך, וויל ער נישט אוועק לייגען זיין געביין, אונטערען פלויט, מיט א פאר נפלים, און גייסטישע אומסטאבילע פארשוינען,

וואו אז ער דערזעט זיך מיטן פאקט אז רבינו שליט''א (זיין תלמוד מיט וועם ער האט אלעמאל שטאלצירט) איז אויסגשטיגען א מנהיג ישראל, און דעם דור פון עקבתא דמשיחא, א מנהיג ישראל, וואס יעדע ת''ח און ערליכע יוד בכל קצווי תבל, שפירט פאר א כבוד צו שטיין אונטער איין דאך מיט אים,

און וואו אויך האט ער איינגעזען וואו דער טיפוש עצום נחמי קרויס לרפ''ש פירט אים,

און וואו אויך איז שוין דער מנוח וויגדער לאנג און גהינום,

דעריבער האט ער באשלאסען אז עס איז צייט צו מאכן א 90 דעגרי יו טערן, און תשיבה טאן, אויף דעם וואס ער האט אפגעטאן,

אבער צום גרויס צער, איז ליידער דעמעש דאן, וואופול ער זאל נאך תהילים זאגען, און וואו הויעך ער זאל שרייען ''המלך'' וועט ער נישט קענען ציריק דרייען פונעם פאקט אז ער האט אראפ געזעצט א ביטערען עם הארץ, און קל שבקלים, אויפן גגנב'עטן בענקעל, פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, און פארשעהמט דאס גאנצער יהדות החרידית, פון די גאנצע וועלט, אז כמעט יעדער סאטמארער מעמבער איז מער וואו דער וואס ריפט זיך רב,

תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/11/2009 5:12:16

אויששש » 1/11/2009 16:09

איך פארשטיי נישט וואס איז די גרויסע ויכוחים אין ר' מנשה'ס צוריק ציען ?
ווער אין די יארן זארגט נישט פאר זיין חלקה בעוה"ז און חלק בעוה"ב

עס זעהט אבער אויס פון ר' מנשה'ס התנהגות אז די פסק פון "אלעס בלייבט ביים אלטן" איז נישט אויסגעהאלטן להלכה...
און עס זעהט אויס אז טאקע א "חלה דעקל" איז נאך אלס בא'טעמ'טער ווי א אמאליגער "פיש סוחר"...

rebyankel » 1/11/2009 23:32

איינער שיקט מיר אין אישי

(לייג עס ביי די אשכול פין ר' מנשה אין ר' לייבוש)

פאריגע וואך זענען געווען 2 מורא'דיגע MOVE'S
1)כ''ק ר' לייבוש לייזער איז מער נישט פוסק אחרון (וואלי)
2)ר' מנשה וועפט (י פ)

טראק » 2/11/2009 04:48

ברעקונג: דעם פרייטאג צונאכטס איז געווען ביי ר' ישראל חיים מנשה א זון פון הגה"צ רבי ישראל חיים הארוויטץ שליט"א אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער, ער איז אים געגאנגען זאגן א גוט שבת, ער האט אים געפרעגט ווער ער איז? האט ער אים געזאגט.

האט אים ר' ישראל חיים מנשה געזאגט, זאג פאר ר' אהרן אז איך האב אים ליב אהבת נפש, ער איז דאך מיינס א תלמוד, ווי ער זאגט כסדר אז זיין גאנצע תורה קומט פון מיר, איך ווייס נישט פארוואס ער איז ברוגז אויף מיר.

דער אינגערמאן איז אוועק געגאנגען פון דארט נישט וואוסענדיג אויף וועלעכער וועלט ער איז.

איזראלי » 2/11/2009 14:31

אויב די מעשה איז אמת קען מען זאגן אויף דעם די פס' ''ונעתרות נשיקות שונא'' , נאך אזעלכע ידידים דארף מען נישט קיין שונאים .

פארשטיי » 2/11/2009 17:00

מען דעבאטירט דא צו ריח''מ ווערט יא א בעל תשיבה צו ער ווערט נישט, הא קערס??? דעמעדש איז דאן, ער האט ארויס געזעצט דעם שרעקליכען מן הארץ אויפן שטיל פון דברי יואל זי''ע,
אלזא, וואס האבן מיר פון זיין תשיבה???

NOYOUCANT » 8/11/2009 03:45

איך האב יעצט געהערט פון גאר א קראנטע מקור. אז ריח"מ האט זיך געטראפן פארגאנגענע וואך מיט הרב יודא אלישע הורוויץ (נעפיו פון הרב אלישע הורוויץ פון קרית יואל) און אים אויך געזאגט די גאנצע ניגון. איך שעץ זייער דיין רבי, איך האב אים קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטוהן. אדרבה איך וויל זיין מיט אים. און אויב דו וועסט עס איבערגעבן פאר דיין רבי. וועל איך דיר זייער מקיר טובה זיין.

און פאר די וואס טענה'ן מיט ווייטאג אנטקעגן ריח"מ. איך פארשטיי ענק אלע זייער. מיר פערזענדליך האט עס אויך וויי געטוהן דאן. אבער מיט דעם אלעם עס לוינט זיך אים מוחל זיין. לאמיר נישט פארגעסן ווי אזוי די זאליס האבן אלע יארן געטוהן כל דבר אסור שבעולם אויף זיין אלע בארד. עס לוינט זיך 100 % ארויס צונעמען זייער קארפעט פון אונטער זייער פיס. אז זו וווילסט וויסן ווי שטארק עס לוינט זיך, הער אויס א זאלי.

שכלדיג » 8/11/2009 17:10


ווען די סארט מעשה'לעך וואלט געשעהן ביים ברך משה ז"ל וואלט מען דאס שוין לאנג אנגעהאנגען אינעם עלטער...
וויאזוי עס לוינט זיך

rebyankel » 8/11/2009 22:05

שכל'דיג
גאנץ א שוואכע נחמה,

ביים רבי'ן דער ברך משה ז''ל, האבען ''די א''ג גבאים'' געקענט אויסניצען זיין עלטערן אין זיין געזינט צושטאנד פאר זייער נידריגע מעשים'' מיט די הילף פין די פארגרעבטע שני בני רבינו ז''ל

ביי ריח''מ, בין איך נישט חושד קיין איינס פין זיינע גבאים אדער שווענץ מיט עקסטערע סימפאטיע פאר סאטמערע רבי שליט''א, כידיוע