ווער ס'געדענקט נאר זיין לויה, ווער עס שמועסט נאר פון די לויה אייביג קומט ארויף א געוואוסע נקידה וואס מ'האט שוין געבויעט דערויף שטאקן מיט שטאקן און בנינים איבער בנינים. ווער עס האט געבראכן דעם שטר הסכם? האט מען בכלל געבראכן דעם שטר הסכם? ווי אזוי האט מען געבראכן דעם שטר הסכם? איז בכלל געווען א שטר הסכם?
פאריגע וואך האט מיר מיין נאנטע חבר געשיקט א E-MAIL מיט די שטר הסכם. בעטענדיג אז מען זאל אראפ נעמן די חתומות פון די צוויי קינדער וועלכע עס האט אויף זיך (כ'וועל באלד מסביר זיין וואס איך מיין), כדי מ'זאל נישט וויסן פון ווי עס קומט.עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט אז די עולם זאל דאס זעהן
ווען די ברך משה איז אוועק. איז אליעזר קעסטנבוים געווען דער פארמיטלער צווישן די צוויי צדדים. ביי אים האט מען געשריבן דעם שטר הסכם. ער האט דאס קודם גע'פעקסט צו רבינו שליטא'ס הויז. מ'האט געטוישט פארשידענע טוישענגן, אהין און צוריק. ביז די רבי מיט הרה"ג רבי שלום אליעזר האבן עס אינטערגעשריבן. דאן האט מען עס צוריקגעפעקסט. און אליעזר האט צוריקגעשיקט מיט הגרז"ל מיט הגר"ל (ביידע די זעלבע גאונים) אינטערשריפטן. דאן האט מען זיך געשטעלט צו די לויה.
במשך די לויה האט הגרז"ל זייט עטליכע מאהל געבראכן די שטר הסכם.
קודם: אז משה מנחם טירנוער האט מספיד געווען (ס. ב)
צווייטענס: ליפא איז געשטאנען אויפן ארון הקודש אין קרית יואל (ס ח)
דריטענס: די סטאפ פאר וויזניץ מאנסי רבי (עס שטייט קלאר אז נאך ווילימסבורג וועט די רבי מחליט זיין ווי מ'גייט ס. ג)
אבער אזוי ווי עס גייט מיר נישט ארויף צולייגן א קאפי פון די שטר הסכם, ווער עס קען זיין מיר ביטע שיקן אין אישי ווי איך קען אים עס שיקן אז ער זאל דאס ארויף לייגן.
ייש"כ
תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 30/10/2009 5:15:23