"פיקסן" שבע ברכות אין קווינס - פשעווארסק-רז"ל
אפשר קענט איר מסביר זיין וואס דאס מיינט "פיקסן".
מיט דאנק.
כה לחי
ס'גייט שוין אזוי ווייט אז מ'מאכט שוין א פאנטאזיע אז דער וויזיט איז צי פיקסן אן אנדערן וויזיט.
איין זאך וואס איך האב צו זאגן אויף דעם:
א באנדע משיגויעם!!!!!
אפשר קענט עטס דעם ר' לייבוש'ן לאזן במנוחה, דער מענטש האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, ער שטאמט פון א גאליציאנער/בעלזער בעקגראונד, וואוינט 6000 מייל אוועק פון די סאטמארע רבי'ס, ער קומט אויף ניו יארק צו חתונה מאכן זיין זוהן, די סאטמארע חאזעריי איז דער לעצטער זאך וואס זאל איהם אינטערסירן.
קריכטס אראפ פון איהם.
אדער וואלסטו געדאפט בעטן פאר 10 יאר ציריק, נאך די ''באלאן'' ער האט פיינט מהר''א ווייל ער איז א קליפה, אין ער שטיצט רז''ל'ס הירוס אין מחלוקת.
סקאט, יעצט איינמאל האב איך דיר געכאפט, ווי ס'שיינט – נאך אלע תגובות ווי אזוי דו פלעגסט שרייבן - ביסטו א פשעוארסקער חסיד... (א גאליציאנער זיכער)
עניוועי
איך האב שוין פריער געשריבן, מיר ווערן בכלל נישט אזוי ענטויזיסטיש פון ר' לייבוש'ס באזוך ביי רבינו שליט"א (מהר"א), ווייל ווי געזאגט קען מען דאס נישט אויפקעשן, קיינער איז נישט מחולק אז ער איז א ערליכער איד א עובד ה' (און אויב איז אמת די מעשיות וואס מען דערציילט דא פון די חתונה דארף ער צו זיין א שטארקער חכם, וכבר אחז"ל סייג לחכמה שתיקה, וכן הוא נוהג).
איך ראט דיר, אויב ווילסט שטארק וויסן וועם צו בעטן מען זאל אראפקריכן פון אים (אז דו האסט שטארק רחמנות אויף אים) כאפ דיך אריבער היינט נאכט אין קווינס, און האלט מיט די שבע ברכות דארט, ובשם כל הקהל הקודש זענען מיר דיך מכבד צו זיין דער שליח ציבור און ברענגן א לייוו ריפארט פון דארט.
אויב איז אמת וואס מען האט א געשריבן פון נעכטן – וואלט איך נישט געוואלט זיין אינעם היינטיגן טאג אין זיינע הויזן.
סקאט, מיר ווארטן אויף א ריפארט....
פונעם באזוך פון פשעווארסק'ער רבי'ן, ביים סאטמארער רבי'ן זעה אים נישט קיין גרויסע פליק פאר רז"ל.
ר' לייבוש לייזער הייסט נישט פיליפ אדער וויינבערגער און איז נישט אויף זייער פעיראלל, אלזא טוט ער וואס א "נארמאלער מענטש" טוט.
אבער די אנדערע זאכן וואס ער "טוט נישט" - אין דעם זעה איך פיל מער, ווי אין דעם וואס ער טוט יא.
אין אנטווערטפען ביי רז"ל
האט ער ארויסגעוויזן "קאלטקייט" און אפאטיע
אין אנטווערפען ביי סאטמאר'ן רב אין וויליאמסבורג (ר' מענדל)
האט ער ארויסגעוויזן "ווארימקייט" און נאענטקייט.
נעכטן נאכט האט ער ארויסגעוויזן קאלקייט צו רז"ל
אין ווידער ווארימקייט און נאענטקייט צו ר' מענדל.
דאס פאדערט א גרויסער לימוד !
ר' לייבוש האט מיט די סאטמארע רבי'ס ווייניג איינגעשטויסן. ער איז א גאליציאנער און איז בכלל נישט עקסיידעט פאר די אונגארישע רבי'ס. וואס יא? ער איז א מורא'דיגער דזשענטלמען. ער גלייכט זיי ביידע "נישט". אבער מחמת זיין גרויס איידלקייט איז ער מכבד יעדן איינעם גלייך.
נאכמער: פון זיינע נאנטע מענטשן ווייס איך אויף הונדערט פראצענט אז ער האט א טינה בלב אויף רז"ל ווייל ר' זלמן האט אים צוגעזאגט אז ער וועט סטאפן די גע'אסר'טע לימודים אין די סאטמארע סקול אין אנטווערפן אבער רז"ל האט עס קיינמאל נישט אפגעשטעלט און ר' לייבוש האט סוכ"ס געמוזט ארויסנעמען זיינע מיידלעך פון סאטמאר, וואס דאס ווייזט ווי שטארק ער אידענטיפיצירט זיך מיט די זאליס!
עס איז שוין אפאר יאר וואס די זאליס "בויען א קשר" צווישן ר' לייבוש און ר' זלמן וואס עקזיסטירט נישט. ס'איז לא דובים ולא יער. די זאליס טוען נאר אלעס אין די וועלט אנצודרייען אז ס'זאל אויסקוקן כאילו ר' לייבוש ווייזט שטענדיג ארויס גרויס חביבות צו ר' זלמן און ביטול צו מהר"א מסאטמאר. דאס קען מען זען פון די שבע ברכות וואס די קווינסער ישיבה האט געמאכט פאר דעם בחור, וואס האט געלערנט אין זייער ישיבה, וואס דאס איז געווען פערפעקטלי נארמאל, אבער די זאליס האבן אין זייערע מודעות געמאלדן אז קהל יטב לב מאכט די שבע ברכות פאר ר' לייבוש. אלעס צו מאכן אויסקוקן כאילו סאטמאר מהרז"ל און פשעווארסק זענען געקניפט און געבינדן.
די זאליס זענען געגאנגען אזוי ארויס פון זייער וועג צו מאכן ר' לייבוש אלס א חסיד נלהב פון זייער רבי'ן... אז זיי האבן געאאפערט נישט מער און נישט ווייניגער אוועקצוגעבן זייער בית המדרש פאר ר' לייבוש צו קענען מאכן דארט די חתונה! אבער ר' לייבוש'ס הויף האט דאס שארף צוריקגעוויזן. שפעטער זענען געגאנגען די זאליס און געאפערט זייער בית המדרש צו דאווענען דארט שבת שבע ברכות (היות פשעווארסק האט ארויסגעדונגען די שכנות'דיגע עטרת אברהם פאר די שבת שבע ברכות) אבער ר' לייבוש'ס מענטשן האבן דאס נאכאמאל אפגעזאגט און געזאגט מוחל טובות.
און דאס וואס מען זאגט אז די גבאים פון ר' לייבוש דרייען אים אן לטובת ר' זלמן איז אויך שקר וכזב. רוב פון די גבאים האבן פונקט אזא מיינונג איבער די סאטמארער רביס ווי אים, און זיי ווערן גערעגט יעדעס מאל וואס די זאליס דרייען זיך ארום פארקויפן א מעשה אז ר' לייבוש האט געזאגט דאס אדער יענץ. זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט אז די זאלונים אדער די אהרונים זאלן נוצן ר' לייבוש אלס א שטעקן זיך צו שמייסן איינער דעם אנדערן.
פין אישי,
כ'האב יעצט געהערט פין א איש מהימן
די זאלי'ס האט זיך געבעטן פאר די חתנוה איינס פין די גבאים אז ער גייט ברענגט רז''ל צו די חופה אין מ'זאל אים געבן א ברכה - אין פארשטייט זיך אז זיי האבען עס אפגעזאגט.
אויך האט ער זייער געוויינט, אז מ'זאל נעמען זלמן לייב פעלדמאן זאל פירן די חופה (טראץ וואס ער האט געמאכט א ב''מ נעכטן נאכט) אבער........צו זייער מזל האט עס ר' שלמה עס נישט געוואלט אננעמן וועגן פארשטענליכע סיבות, אין איין'ס פין די גבאים האבען אנגעפריט די חופה.
דוד, דער ר' לייבוש איז נעבעך א שוואכלינג, א קאוערד, די אהרונים האבן געהאלטן א גאן איבער זיין קאפ און אים געצווינגען אז ער "מוז" קומען צו ר' אהרן, און ער האט זיך געבראכן צו טעראר.
הא הא הא. קיין בעסערן וויץ ווי דעם האב איך נישט געהערט.
דאס אז ר' לייבוש איז א גאליציאנער האסטו נישט געהערט "פון די אהרונים" ווי דו פרובירסט צו קלעימען. האסט עס געהערט פון מיר און פון סקאט, טא האק נישט קיין טשייניק.
ווער ס'איז מסופק וואס ר' לייבוש'ס מענטשן האלטן פון די זאליס קען אנרופן די גבאים און אליינס רעדן צו זיי. זיי זענען גערעגט אויף כח וויאזוי רז"ל רוקט זיך אן צו א חתונה וואס איז נישט זיינס, בשעת ר' לייביש האלט אינמיטן געבן לחיים פאר'ן עולם און דרייט אלעס איבער און באפעלט תיכף פאר די מוזיק דורך זיינע שיק יונגלעך אז ער זאל אנפאנגען די זעקסטע הקפה ניגון און נאך פאר עפעס וואס גיט זיך ר' זלמן א שטעל אויף א שטרעק אויס זיין האנט צו ר' לייביש ווי א באפעל אז ער זאל זיך שוין אויפשטעלן טאנצן.
און נאכאמאל, ניין, ר' לייבוש האט גארנישט מיט די סאטמארער רבי'ס איינגעשטויסן. די אהרונים האבן קיינמאל נישט געקלעימט דער רבי האט חביבות צו אונז און יענער רבי האט חביבות צו אונז, ווייל ביי די אהרונים בויט זיך א רבי מיט חסידים נישט מיט חביבות. אבער אויף וועמען ר' לייבוש האט א שווער הארץ איז דווקא אויף רז"ל, אזש אז ער איז געגאנגען און ארויסגענומען זיינע טעכטער פון ר' זלמנ'ס מוסדות.
ר' לייבוש האלט פון ר' זלמן 0! ער וועט אים ח"ו נישט מבזה זיין ווייל ער איז א הייליגער און איידעלער איד אבער אויב חביבות ווייזט ער ארויס מער חביבות פאר ר' מענדל ט"ב ווי פאר רז"ל.
תוקן על ידי אינדפנדנט ב- 30/10/2009 1:24:15
די אלע וואס פארקויפען אז ר' לייביש האט גארנישט מיט סאטמאר זאלען גיין פארקויפען באבקעס פאר א צווייטער.
ער איז באמת אמאל געווען א בעלזער אבער ער איז שוין א שטארקער סאטמארער איבער 35 יאר
אגב אסאך גאליציאנער פון קאלשיצער חדר האבען געלאנדעט אין סאטמאר
איך מיין אז איך האב ארויס די טעות אין די חילוקי דיעות דא,
די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר.
עס דערמאנט מיר אַ שיינע מעשה וואס איז אמאל געווען מיט צוויי חברים וואס האבן גענעכטיגט אין אַ האטעל, ביינאכט ווען עס געווען פינסטער טונקל רופט זיך אן איינער צום צווייטן אז ער גייט עפענען דעם פענסטער ווייל עס איז איהם שרעקליך הייס, און הלכה למעשה ער גייט צו און עפענט דעם פענסטער און דערקוויקט זיך מיט הנאה פון די פיינע לופט, דער צווייטער הייבט אן צו שרייען אוי וויי עס איז מיר ביטער קאלט איך מוז צומאכן די פענסטער און ער גייט צו און מאכט צו די פענסטער, דער ערשטער נעמט זיך יאמערליך שרייען אז עס איהם הייס ער האט נישט קיין לופט און ער עפענט דעם פענסטער און דער צווייטער שרייט אז ער ציטערט פאר קעלט און ער פארמאכט די פענסטער, ענדליך נאכ'ן זיך שלאגן האט זיך די שויב פונעם פענסטער צובראכן, יעצט האט דער ערשטער זיך מחיה געווען עס קומט אריין פיינע לופט און דער צווייטער האט געוויינט ממש ער גייט אויס פאר קעלט.... זיי שטייען אויף צופרי מערקן זיי ביידע אז דאס איז געווען נאר אַ שפיגל אויף דעם האבן זיי זיך געשלאגן און דאס האט זיך צובראכן, די בזיונות פון איינעם צום צווייטן איז געווען געוואלדיג...
די נמשל איז מ'איז מתווכח לגבי ר' לייבוש שליט"א די זייט און די זייט דער פרייד זיך און דער וואונדערט זיך... און דער פשעווארסקער רבי שליט"א פאר זיך איז אינגאנצן אינדערויסן פון דעם פיקטשער.
שכלדיג, די ארונים טענה'ן די זעלבע טענה, און זאגן דעם זעלבן משל, דער חילוק איז נאר אז די ארונים האבן עס געזאגט פאריגע וואך אויך, און די זאליס האבן עס היינט אנגעהויבן צו זאגן.
איי קענאט העלפ יו, באט איך האב שוין דעם תירוץ פון ר' לייבוש אויף אלע רשעות'ן געהערט פון די סאמע העכסטע פירער, ווען ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט די חברה, און יענער איז שוין געווארן ממש צוגעדריקט צו די וואנט, איז די לעצטע קויל געווען: ר' לייבוש.
הימל און ערד און ר' לייבוש, אקארשט ביי די לעצטע איבערקערניש פון די פערלשטיין לוי', האב איך געהערט פון א גרויסע שישקע פון די זאליס, אז נישט מער און נישט ווייניגער, שאול האט געקאלט ר' לייבוש, און ר' לייבוש האט אים געהייסן מען זאל מאכן א נייע בית החיים
א מינוט... האק נישט אריין...
איך הער ווי דו שרייסט שקר!!!!!!!!!!!!!!!
יא יא, איך ווייס אויך אז ס'איז שקר, אבער דעם שקר פארקויפן ענק פאר די מתוקנים שבכם
יעדע משוגענע אקט וואס ענק טוען און מען דארף זיך פארענטפערן פאר די נארמאלערע, קומט א תירוץ ר' לייבוש, ומי יבא להרהר אחריו.
שכל'דיג, יעצט חזר איך איבער דיינע ווערטער
די ארונים רעדן זיך איין אז אלע זלונים האבן זיך איינגערעדט אז ר' לייבוש איז עפעס אַ צד אין די סאטמארער פאליטיק.
טראכט אריין אין דעם טעות וועט אלעס ווערן אויסגעגליכן און ביידע וועלן זיין העכסט צופרידן ווייל טעות לעולם חוזר
שכל'דיג, העלפט האסטו געפויעלט, די ארונים ווייסן אז ר' לייבוש נעמט נישט קיין צד אין די סאטמערע פאליטיק, אפילו יעצט נאכן באזוך ביי רבינו שליט"א האלטן מיר אויך אזוי
יעצט זע צו פועלן די זאליס זאלן דאס אויך איינזען
שטעלט אייך פאר ווען מיר זענען נאר חסידים פון רבינו שליט''א וועגן עפעס א ר' לייבוש, און דער ר' לייבוש דרייט אויס דעם דאטשיק, או או וואלטען מיר געהאט א פראבלעם, מיר וואלטען אויס געקיקט וואו די זאליבאנעצעס קיקען אקראשט אויס ל''ע
|
פשוט פאבריצירט א פאקט
אין מציאת האב איך מיך געפילט דארט זייער היימיש אין באקוועם
אין פין די אנדערע זייט זענען די זאלי'ס דארט געווען מיט היבש אראפגעלאזטע נעזער נאכ'ן זיך דערוויסען אז דער גרויסער באלאן האט געפלאצט א נאכט בעפאר, אין מ'דארף שוין זיכען א נייע רבי.
ספעציעל איז די מרא שחורה דערקענט געווארען נאכדעם רז''ל איז ערשינען אין ר' לייבוש האט אים עמטליך איגנארירט ווי שוין באהאנדעלט.
פארקויף עס אין ענקער ילדים אנחנו פארום, יעדער וועט זיך צוכאפען דערצו.
למעשה זעה איך אבער אז די זאלי'ס זענען נאך אלץ צוזעצט
זעהט אויס אז דער באזוך די נאכט פין די חתונה וועט לאזען א ווייטע אפעקט
די ווידער קול וואס זיך געהערט ווען אזא גרויסע באלאן שיסט אויף קלינגט נאך אין די אויער
גיטס א קוק אויפן פשעווארסקער רבי'ן שליט"א כאילו כפאו שד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווייל ער וויל נישט אז זיין זין זאל גלייבן אין קיין איין רבי'ן אין דאס בעסטע פארדעם איז די קווינסער ישיבה
דוד'ל פרעג דיך נאר נאך ביי דיינע קינדער.
תן לחכם ויחכם עוד
|
קוק די בילד וויאזוי ר' לייבוש קוקט אויס, ''ווען ער טאנצט מיט זיין פריינט'' וועם ער האט געהייסן ציברעכט סאטמאר (כלשונכם)
קאווערד אלעס!!
(באלד וועט קומען טשאמפיון אין זאגען: ענק קענען נישט ר' לייבוש, ער איז א פארביטערער מענטש, ער האט אייביג אזא צורה, ער שמייכעלט קיינמאל נישט וכו', דאס איז די גרעסטע כבוד וואס ער האט געקענט געבן וכו')
תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 20:16:31
ער גייט יעצט נעמן זינגען ''ר' לייבוש איז א דערביטערטער מענטש'' ווי אלע זאלי'ס
ווען איך האב אים געגבן לחיים ביי די חתונה, האט ער בעסער אויסגעקוקט ווי אויף דעם בילד!!!
סיי וויאזוי כ'האלט נישט מ'דארף זיך דא טענה'ן איבער דעם בילד
דאס באלאנגט ענדערש אינעם קינדער פארום, ווי מ'זעהט טעגליך אזעלכע קינדישקייטן.
אין ער לאזט זיך נישט פארפירן פין אפאר היץ קעפ.
זיי ווייסן נישט ווי מען עסט דעם ר' לייביש'ן ווי אזוי מען דארף אים באהאנלען.
אינז לעב מיר נישט אויף אים אין ער קען אינז גארנישט שאטן
לויז דיך שוין אפ פין ר' לייביש לייזער די בהמה ער פראסקט ענק אויף, קריכסט אראפ פין א אים
מיין נישט יעדער לויפט אים נאך אין אז יעדער האט די ר' לייביש לייזער סינדראם
ער איז פאר איין זאך גוט ענק צי צישלאגן אין גיין וויזטן ר' אהרן.
וויפיל פאבריקאציעס וועסטו נאך דארפען פארבעצירן זיך צו קענען בארויגען?
די רומער אז רבינו שליט''א קומט נעכטן נאכט צו ש''ב, איז געקומען פין ענק.
יא! ר' משולם זילבערמאן, האט אויך אזוי געקענט באשטיין, אז די ש''ב זאל זיין געקרוינט מיטן רבין'ס השתתפות אבער פין רבין'ס שטוב איז אזא קלער נישט געווען.
ב''ה די ארונים זענען געווען זייער באקוועם סיי ביי די חתונה אין סיי גאנץ שבת, הגם דער דוד46 האט זיך געשטעלט אויף די סטעיזש אין געמאכט פאני פעיסעס פאר יעדע ארוני
תוקן על ידי rebyankel ב- 02/11/2009 1:03:49
ער האט עס קוים פאברעצירט
אין פרעגט מיר שוין קשיות, פארוואס האט ער געקאלט
זעהט אויס אז די האסט עס אליין'ס איבער ג'חזר'ט צו אז די גלייבסט עס שוין.
דעס פארדרייען דעם שמועס פין דוד איז רוזלטאט פין דעם שאס וואס פעשווארסקער רבי האט זיי געגעבן פינעם באזוך צי רבינו שליט"א
נאך אזעכלע פריינד ווער דארף פיינד.