היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בוי ארבעט אויף שיכון קרית יואל אין ירושלים אנגעהויבן

בוי ארבעט אויף שיכון קרית יואל אין ירושלים אנגעהויבן

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2708862
בלאט: 1 2

פארשטיי » 27/10/2009 15:56

דוד'על ציטערט צו רעדען פונעם שיכון!
דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ארוני שעלט שוין זיין אייגענעם רעבין


דוד לאמיר רעדן פון שיכון,

די דיבאטע ווער עס גייט און בג''ץ, ווערט שוין אויסגעשמיסט און דער בריוו פון ירושלימער רב מיט הרב וואזנער, לאמיר אונז קאנצעטרירען אויפן שיכון,

נא! לאמיר הערן וואס קוועשט דיר?

גאסט » 11/11/2009 19:37

בילדער פון די בוי ארבעט אינעם נייעם שיכון אין ירושלים
באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

חאחאחאחאחא » 11/11/2009 20:51

אשרינו שזכינו!!!

rebyankel » 11/11/2009 20:51

נאך בילדער, בורא עולם בקנין השלם זה הבנין
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעדיט JDN

Isacmandel » 11/11/2009 22:23

דא שטייט אז מ'בויט 62 דירות
איז דאס די אפיציעלע נומער?

חאחאחאחאחא » 12/11/2009 00:09

פלאן פון שיכון קרית יואל
[בילד – נישט אפגעהיט]

נפל » 12/11/2009 01:04

די ארוינים זענען זייער פרייליך מיט זייער נייע "קריה" רבותי די מדובר איז "1" "איינציגע" בנין. נישט ווייל איך פארגין נישט פאר די ארוינים נאר איך קען נישט דערליידן איבערגעטריבענע פראפעגאנדע.

rebyankel » 12/11/2009 01:57

איין איינציגע בנין?
 קען זיין?
מן הסתם האסטו נישט געזעהן די בילד
אבער, מיט 60 ביז 80 דירות (כ'האב נאכנישט קאנפירמד)

אדער ווייסטו נישט וויאזוי א קרי' אין א''י קוקט אויס.

מן הסתם האט מען דיר געזאגט אז קרית ויואל משה האט בערך..... גאסען
(אגב, די ''קרי''  וואס ענק האבען געקויפט ביי די עק פין ב''ב, קען ניטעמאל האבען האלב אזוויפיל דירות וויפיל שיכון קרית יואל אין ירושלים גייט אי''ה האבען)

חאחאחאחאחא » 12/11/2009 09:10

די קרי און בני ברק פון די זאליס זיי זוכן איינער וואס זאל עס אפקויפן אזווי די שכנים מאכן פראבלעמען!!! קען מען דארט נישט בועין קיין דירות דערוויל און חוץ פון דעם איז נישטא קיין געלט!!!

נפל » 12/11/2009 18:34

יענקל איך ווייס זייער גוט ווי אזוי א קרי' זעט אויס, קרית ויואל משה באשטייט פון 10 גרויסע אפארטמענט הייזער א ריזן בנין בית המדרש און אריזן בנין התלמוד תורה מיט שמחה זאלן.

אינם נייעם קרית יואל וואס ענק הייבן יעצט אן בויען גייט זיין "1" אפארטמענט בנין. קענסט פארקויפן פארן עולם דא אז ס'גייען זיין 60-80 דירות אין די צייט וואס די ארץ ישראל'דיגע צייטונגען ווי משפחה און המודיע האבן געשריבן אז עס גייען זיין דארט "קרוב צו 60" דירות, אין מיינע אויגן בויען די ארוינים א אפארטמענט בילדינג נישט א קרי', איר קענט דאס רופן ווי אזוי איר ווילט און דאס בלייבט א אפארטמענט בילדינג פון עטליכע אין די 50ער דירות.

rebyankel » 13/11/2009 00:44

כ'האב נישט געוויסט אז עס טוט דיר אזוי וויי
אויפן ערשטען בלו פרינט זעהט מען שוין ארום 64 פארטשעס

אגב, וויפיל ''דירות'' זענען דא אין קרית ויואל משה וואס ''סאטמערע'' יודען האבען געבויט?
אין נאכמאל אויב די אויבערדעמאנטע סכום הייסט נישט קיין קרי' דאן וואס איז ענקער נייע לאט ביים עק פין בני ברק?

כ'זעה ווי גיט די ווייסט וויאזוי א קרי' אין ארץ ישראל זעהט אויס

rebyankel » 13/11/2009 01:09

די העדה אנערקענט נישט נפל'ס טענות
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי rebyankel ב- 13/11/2009 1:09:32

טראק » 15/11/2009 21:11

א קליפ פון די ארבעט ביים נייעם שיכון

http://www.*************/ViewArticle.aspx?catID=1&itmID=5059

נפל » 15/11/2009 21:19

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 

 

די העדה אנערקענט נישט נפל'ס טענות



איך האב נישט קיין טענות!

איר קענט אלע שרייבן קריה, די העדה קען שרייבן קריה, דער בלאט קען שרייבן קריותיים... די מציאות בלייבט ביי
 "Apartment Bulding" איר בויט א גרויסע בינים מיט 50-60 דירות, אפגעזען ווי אזוי איר רופט דאס.

טראק » 15/11/2009 21:30

און וואס איז געווארן מיט די לאט וואס ר' חיים הערשלע יפוער האט געמאלדען אז ער גייט בויען אין ירושלים, עס איז געשטאנען אין דער איד גאנצע בלעטער, און...?

ער האט מיאוס אנגעזעצט, ער האט גענומען דיפאזיט פון זיינע אינגעלייט, און ער גיט עס נישט צוריק.

קיין דירות איז נישט דא, קיין שיכון, גארנישט, נעבעך אנגנבעט פון זייינע אינגעלייט דאס ביסן פון מויל, און האלט עס בגניבה ובגזילה און גיט עס נישט צוריק.

נפל » 15/11/2009 21:38

איך ווייס נישט וואס גייט פאר ביי די זאלי'ס איך געדענק נישט אז די זאליס זאלן זאגן אז זיי גייען בויען.

דאס איז א מאל זיכער אז ווען א ארויני שרייבט אז ר' חיים הערש האט גענומען געלט בגניבה  ביסן פון מויל וכו' איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא.

נ.ב. די מדובר דא איז ענקער אפארטמענט בילדינג נישט ר' חיים הערש'ס.

rebyankel » 15/11/2009 22:02

ס'האלט שוין ביי 50/60 באלד ווערט עס 40/50
נאכדעם לייקענט ער, אז די זאלי'ס אין ירושלים האבען נישט פראפאגענדירט אז זיי האבען געקויפט א לאט אין ירושלים פאר נייע קרי', זיי האבען דעמאלטס געשריבן אז זיי גייען עס רופן ''קרית יואל''

אגב, ווייסט איינער, אויב איז דאס נאר 50 דירות, דאן פארוואס האבען מיר געהאט אזוויפיל פיסלעך אינטערגעשטעלט סיי פין די ציוניסטישע שטאטראט אין סיי פין די הולכים לערכעות הציוני?

נפל » 15/11/2009 22:11

איך האב נישט געלייקענט!

איך האב קלאר געשירבן אז איך ווייס נישט גארנישט וואס דארט גייט פאר.

וואס איך האב יא געשריבן איז אז ווען א ארויני שרייבט אז די זאלי'ס באגאנבענען זיך איינער דעם צווייטען אדער אז ר' חיים הערש איז א אנגעזויפעטער גנב. איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא.

המדיע און משפחה האבן ביידע געשריבן "ומתוכנן מעל חמישים דירות" אדער "קרוב לשישים דירות". איך ווייס נישט פון קיין פיסלעך און ס'איז נישט נוגע צו מיין נקודה. אדרבה פון מיין זייט קענט איר בויעם 500 דירות מיט 10 הערליכע בתי מדרשים. דערווייל פארמאגט איר איין אלטע האלב חרובען ביהמ"ד און בערך 15-20 מינוט שפאציר פון דארט האט יאר א לאט ווי "מ"גייט בויעם 50-60 דירות. ביי אונז אין חוץ לארץ רופט זיך דאס "א ביהמ"ד מיט א אפארטמענט הויז" נישט "א קריה".

נ.ב. ביטע באפאל מיר נישט אז איך האב געזאגט א מ'בויט נישט בכלל, ליין וואס איך שרייב און נאר דערנאך ענטפער.

טראק » 15/11/2009 22:31

ווער קודם געוואויר איבער די גניבה גזילה, וואס ר' חיים הערשלע האט געטאן מיט די געלט וואס ער גענומען פון זיינע אינגעלייט, ווען ער האט זיי איינגערעגט אז ער גייט בויען דירות אין ירושלים.

טו דערוועגן און האב רחמנות אויף דיינע זאלי ברודערס אין ירושלים.

נפל » 15/11/2009 22:38

טראק... ויבאו הכתוב השלישי איז נישט גילטיג דא.
וזה הכלל, ווען א ארויני שרייבט אז די זאלי'ס רייבן זיך צווישען זיך אדער דער אנגעטרינקערער יפוער איז א גנב. איז דא מער סיבה נישט צו גלייבן ווי יא אפילו ווען 1000 ארויני'ס קייען איבער די זעלבע טענה.

נ.ב. מיין ברידער אין ירושלים האט שוין ב"ה א דירה.

טראק » 15/11/2009 22:46

שרייבט און שרייבט, מעגסט שוין רעדן צום דבר.

איז אין דער איד געשטאנען גאנצע בלעטער אז די זאליס גייען בויען א שיכון קרית יואל אין ירושלים?

ווי האלט עס איצט?

האט ר' חיים הערשלע גענומען דיפאזיט פון זיינע אינגעלייט?

האט ער עס שוין צוריק געגעבען?

נפל » 15/11/2009 22:54

די פרעגסט 4 קשיות, די תירוצים זענען:

איך ווייס נישט
איך ווייס נישט
איך ווייס נישט
איך ווייס נישט


דאס מאכט נאך אלס נישט פאר אמת דאס וואס די שרייבסט. און ווען א ארויני'ס שרייבט וועגן 'אינערליכע' זאלי געשעלעגעריי איז ער נישט באגלייבט.

rebyankel » 16/11/2009 00:42

ער ווייסט נאר וואס דער המודיע שרייבט
ער ווייסט נישט וואס דער איד שרייבט.

אוי איז דאס א נפל!

ווען די וועסט שרייבען אמת, וועט מען דיר אויך נישט גלייבן, דאס איז די סוף פין א שקרן
בלאט: 1 2