דאס מאל ''ווילן זיי'' אז ר' בעריש פעלדמאן זאל זיין דער קרבן, אין זיי ווילן אויסגיסען אויף אים זייער כעס, אויף דעם וואס די וויליזש אינספעקטאר האט פארארדענט אוועקצונעמן דעם הייליגען - אבער אימלעגאלען סויער פין די רעביצין'ס הויז,
אין זיי טענה'ן אז מ'האט געניצט ר' בעריש'ס טרעקטאר (לכאורה א פשוט'ע שקר אדער דמיון - אבער וואס ווילט איר פין אנגעווייטאגטע?)
אלזא רופן זיי פאר זייערע מרי לב אין ק''י פין די בנ''י/זאלי'ס (ווי שוין אויפגעוויזען איז עס גאנץ א קליינע %), מען זאל נישט ניצן ר' בעריש פעלדמאן,
ליינט וואס איין'ס פין די קווינס בחורים האבען געשריבן אין זאלי/קינדערישע פארום כדי צו באקומען א קניפ אין בעקל פין זיין מנהל אין זיין ''ראש ישיבה'' - פאר'ן טוען די ''נקודה פין רעבעציןזיכרוינליווראכע'':
א וויכטיגע בקשה צי אלע אנ"ש ווי אימער וואס טיען בויען אין די געגענט פין UPSTATE אזוי ווי דע בהמה בעריש פעלדמאן האט זיך צי געשטעלט צי דעם רשע דוד אין ער האט געטיען די Excavating ארבעט נעכטען ביי די רעבצין ביהמ"ד דע גוי אין טראקטער זענען געווען זיינע פארשטייט זיך ער האט עס געטיען פאר געלט זאל ער אין אלע אנדערע בעלי מלכות פין קרית יואל זעען אז ער דערלייגט געלט מיטען זיך צוזאם שטעלען מיט דעם רשע אפשר וועט ער נישט קענען טיען דע אלע רציחות'ער געדעקט לאו אכברא גנב אלא חורא גנב (איך האף אז סאיז גיט געספעלט) האט נישט קיין חלק אין גניבה רציחה נעמט א חלק אין אפשטעלן דע אלע טעראר עכ''ל
כ'מיין אז דער עולם פארשטייט אליין'ס וואס מ'האט צו טוהן
בכללל איז זייער וויכטיג, ווען איר רופט א בעל מלאכה אדער איר קויפט איין א געשעפט, מאכט זיכער צו שטיצען א היימישען, ספעציעל איינעם וואס ווער אפעקטירט פין זייער טעראר.
(ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך אין א זאך וואס האט מיט כשרות אד''ג, וואס אויף דעם האבען זיי נישט קיין נאמנות, ווייל זיי האבען אין לעדל א היתר וואס הייסט ''עס לעשות'', אין מיט טרעטן זיי אויף די תוה''ק, ווען אימער ס'פעלט זיך אויס. )
תוקן על ידי rebyankel ב- 25/10/2009 22:12:54