די זאליבעצענס גרויסע געווינערס?...,
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2708149
די נארישע קעלבלעך האבן שוין ווייטער געווינען,
און גאנץ נארמאלע זאליס (אויב עס איז בכלל דא אזוינס)
זאגן נאך איבער די פערדערישע סטעיטמענטס פון דעם מסור דמתא
און שמייכלען, איי האבן מיר געווינען, זאגן זיי, וואס האט איר געווינען?
פרעג איך אזוי נייגעריג, וואס הייסט וואס מיר זענען געבליבן מיטן סוער...
און עס געדוירט עטליכע מינוט ביז די LOW IQ קעלבלעך כאפן זיך וואס זיי האבן געזאגט
און ווערן באלד פארשווינדן, יא איר האט גיט געהערט, זיי האבן געווינען ווייל...
זיי זענען געבליבן מיטן סוער, זיי זענען געבליבן מיטן הייליגן סעפטיק טענק,
לאמיר כאפן א שטיקל בליק, וואס האט ווער געוואלט, און וואס איז היינט צו טאג,
וועלן מיר זעהן ווער עס האט געווינען און ווער איז טיף במחתיך.
ווי לאנג די רעבעצין האט געלעבט איז קהל בית פיגא געווען אויף קעסט ביי קהל,
נישט געצאלט קיין יוטיליטיס, געהאט לעקטער, וואסער, געז, סוער, אלעס אויף קהלס חשבון,
לאחר פטירתה האט קהל געשיקט א בריעוו אז די פעטע יארן האבן זיך גענדיגט און זיי זאלן
מוחל זיין זיך אליין באצאלן זייערע יוטיליטיס, די בני זולל-ים האבן דאס נישט פארטראגן
זייער בלוט דרוק איז ארויף געשפינגען צו א גראד וואס איז 4 מאל אזוי גרויס ווי זייער IQ,
און האבן מחליט געווען צו רופן קהל אין געריכט, זיי האבן געטענה'ט אז קהל האלט זייער
עיר-קאנדישאן יוניט'ס אויף "זייער" דאך, און אז קהל נוצט "זייער" בעיסמענט פאר א חלק פונעם
היכל התורה, למעשה האט דאס געריכט געפסקעט, אז קהל איז יא בארעכטיגט צו ניצן דעם דאך
און דעם בעיסמענט, און אז זיי זענען (לעת עתה אן קיין פערמיט) נישט בארעכטיגט צו נוצן
די דירה פון די רעבעצין פאר א בית המדרש, נו, ווער מיינט איר האט געווינען, הא?
אויב האט איר א IQ פון אינטער 55 דאן האבן די זאליבעצענס חברה געווינען,..
וואס וואלט א נורמאלער מענטש געטוהן ווען וירא כי כלתה אליו הרעה, מען כאפט א געזינטן
פליק, מען פראבירט צו שיקן שלוחים און זעהן וואס מען קען עפעס פארהאנדלן, סוף כל סוף
האט קהל דאך נישט פראבירט אפצושפארן דעם בית המדרש, דו 2-3 מנינים קרעציגע
צוריק געבליבענע חברה שטייען אונז בכלל נישט אין וועג, קהל האט זיי קיינמאל נישט גערודפט,
מען האט בלויז פארלאנגט אז זיי זאלן זיך אליין באצאלן די הוצאות, און מיט א פאר קליינע
פאדערונגען פון קהל האט מען זיך געקענט דורך קומען כידוע לכל, אמת רוב מתפללים פון זייער
קהל האט מסכים געווען זיך אדורך צו קומען מיט קהל, והכל על מקומו יבא בשלום, מען מישט איבער
דאס בלעטל ומפטירין כדאתמול, איז געקומען א מעסעדזש פון דעם מתווך אז כאטשיג רוב מתפללים
זענען מסכים צו די פארלאנגן פון קהל, אבער זייער ראשי (רשעי) הקהילה האבן דאס אפגעווארפן און
זענען נישט מסכים אויף קיין שום פארשטענדעניש, סא, וואס האלט איר וואלט אונזער קהל געדארפט טוהן
און וואס מיינט איר וואלט זייער קהל געטוהן ווען זיי געווינען ווען אין קארט זייערע תביעות, הא?
צו מיינט איר אז זיי וואלטן אונז ערלויבט ווייטער צו לערנען כאטש איין טאג אין זייער בעיסמענט,
אויב זיי געווינען ווען?, צו וואלטן זיי אונז געלאזט נוצן דעם דאך פאר אונזערע עיר-קאנדישאן יוניטס
אוב זיי וואלטן געווינען דעם דאך? געוויס אז נישט, נו אויב אזוי איז נאר פארשטענדליך אז קהל
דארף און קען אדורך פירן דעם פסק אז זיי טארן נישט ניצן די דירה פאר א בית המדרש נאר פאר א דירה
און נישט לאזן נוצן די יוטיליטיס פאר א נישט לעגאלן בית המדרש, רשעות? קען זיין, אבער די פראגע איז
ווער זענען די רשעים, די וואס האבן גערופן קהל אין קארט בלי שום הזמנה לבית דין, צו קהל וואס איז
מקיים דעם עם עיקש תתפתל, און גיט זיי צו פארזיכן אביסל פון זייער אייגענע רשעות'דיגע רעצעפט,
אצינד צום גרויסן מעכטיגן געווינס, דאס איז קלאר אז "לעת עתה" באשר הוא שם איז זייער בית המדרש
נישט לעגאל, די פערדעלעך שרייבן מיט א ניצחון אז זיי דאווענען דארט איעדן טאג, זיי לייגן ארויף קליפס
ווי זיי פייפן זיך אריין אין קארט'ס פסק און דאווענען יא, על אפו וחמתו פונעם ריכטער, וואס מיינט איר גייט
דער ריכטער טוהן קומענדיגן נאוועמבער דעם צווייטן, הא? ער וועט זיך מסתמא ביקן פאר יוזל וואלדמאן
און בעטן מחילה פאר די צער און עגמת נפש וואס ער האט עהם גורם געווען, אדער וועט ער גיין מיט די
מחוצפים בכל חומר הדין? וואס מיינט איר, הא?, טאמער מיינט איר אז דער ריכטער ועט זיך אפווישן די
נאז און זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס דו קרעציגע בני זואל פאפן זיך אריין אין עהם, דאן קענט איר נישט
דעם קארט סיסטעם אין אמעריקא, זיך מתחצף זיין פאר א ריכטער איז די גרעסטע עבירה, יא, די גרויסע
גבורים קענען לאכן און חוזק מאכן פון כ''ק אדמו''ר שליט''א, זיי קענען לאכן פון די תורה, זיי קענען לאכן
פון באשעפער, (זיי גלייבן דען אין שכר ועונש?) אבער פארן לאכן פונעם ריכטער ווערט מען שטרענג באשטראפט,
אלזא, ווען די לויערס האבן די פאריגע וואך דאנערשיג גערופן דעם ריכטער מיט איין געוואלד אז ס'איז סכנות
נפשות, די הייליגע סעפטיק טענק איז אין באלדיגע סכנה, האט דער ריכטער גענטפערט אז קיינער זאל נישט טוהן גארנישט ביז צום נעקסטן קארט דעיט וואס איז א צוויי וואכן אוועק, אפס!!!, א מעכטיגער געווינס, האט ער דען געהייסן
אז מען מיז זיי צוריק געבן עלעקטריק? ניין!!! האט ער געהייסן זיי צוריק געבן דאס וואסער? ניין!!! האט ער
געזאגט אז ביז דעמאלטס מעגן זיי דארט לעגאל דאווענען? ניין!!!, וואס האט ער געזאגט, אז אין צוויי וואכן
גייט במילא זיין א קארט סעשאן נו לאמיר ווארטן אויף געמאלטס, איז דאס טאקע אזא מעכטיגער געווי?,
האבן זיי דען נישט פארלוירן אלע תביעות וואס זיי האבן תובע געווען פון קהל? און איז דען נישט קהל געבליבן
מיט אלעם וואס די זאליבעצענס האבן געוואלט צו נעמען? אבער גיי טענה דיך מיר א קורץ געבינדענעם
זאלי-בני יואל-רעבעצינס, יוסעלע מסור זאגט אז זיי האבן געווינען, האבן זיי זיכער געווינען...
ר' יענקל 11, זייעהר גוט ארויסגעברענגט דיין פוינט, ברויכסט נישט מיין הסכמה אבער פארפאלן עס איז גוט.
אין איין זאך האלט איך נאר אז דו ביסט דיך טועה זייעהר שטארק, דאס אז דו נעמסט אריין דערין די (כלשונך) זאלי'ס-בני יואל, עס איז אַ איינרעדעניש צו זאגן אז די זלונים האבן עפעס ספעציעל איז די מערכה און נאך דערצו פייערן ניצחון אויף צייטווייליגע געווינסן.
יא אזויפיל יא זיי פרייען זיך אז די צד שכנגד איז פארטהון מיט אנדערע און נישט מיט זיי און קלאר אז ווען די ארונים כאפן אַ פליקל פרייד מען זיך אביסל, כאטש דאס.
דיין איינבינדן אין די מערכה די זלונים מיט די בני יואל קומט ווייל דאס איז די ווילן פון די ארונים מען זאל קענען אנווייזן אז די שונאים פון מהר"א האבן זיך צוזאמען געשטעלט מיטט די שונאים פון ברך משה, (אפשר וועט ער זיין ממלא מקומו..)
אבער ווער עס טראכט אריין שכלדיג פארשטייט אליין אז מצד די זלונים וואלט בעסער געווען ווען יחד כולם זאלן קומען זאווענען אין ביהמ"ד ויואל משה.
ס'איז נישט שכל'דיג צו לייקענען א פאקט, ווייל דער פאקט איז אז די גרעסטע
בני יואל'ס זענען היינט צו טאג היושבים ראשונה במלכות זאלי, די מערכה ביי די
רעבעצין איז היינט צו טאג א זאלי מערכה, זיי געבן חיזוק, פיזיש און געלט,
ס'איז נישט קיין סוד אז היינט צו טאג גייט מען נאך געלט פאר די גע'אסר'טע בני יואל
אין אלע זאלי בתי מדרשים, מען איז זיך משתתף ביי זייערע דינערס און מלוה מלכה'ס,
די חברה קדישא ביי די זאלי/פאלאק בית החיים איז צוזאמען געשמאלצן פון זאליס מיט
בני יואל, היינט צו טאג זענען זיי איינס און דאס זעלבע,
יענקעלע
וואס איז געשעהן?
געווענליך ביזטו אויפגעלייגט מיט א גלייכווערטל און א קאמישע משל
דו מאכסט דעם עולם שמייכלן מיט דיין סטיל שרייבן אמחי'
אבער יעצט האסטו מיר אינגאנצן אנטוישט איך האב גאר מורא אז ר' יונה האט דיין ניק
קרעציגע בני יואל, זאליבעצענס, קעלבלעך, בני זוללים, יוזל וו''מ, צוריקגעבליבענע חברה, ועוד
און שרייבסט עפעס די אלע שוין לאנג עקספייערטע ווערטער מיט אזא הויעכע טעמפער אזש
עס קען זיך דאכטן אז דו האסט פארלוירן
דערווייל ביזטו מסביר אז דו האסט גאר געווינען,
וואס גייט דא פאר?
שכלדיג דיין נאמען רעדט פון זיך אליין
איך האב נישט געדארפט האבן אזא נאמען ווייל פארוואס עפעס זאל איך נישט האבן קיין שכל
אבער די מיט דיינע שכלדיגע באשרייבונגען דארפסטו לאזן וויסן פארן ציבור אז די האסט שכל
נעבעך, דער גרויסער העלד איז אנטוישט...
ער האט עכט געהאפט אז מיט די צייט וועט פארגעסן ווערן די איידענטיטיס פון די בני זואל,
לאמיך דיר ערקלערן, לא הרי הארונים כהרי הזאלונים, ביי אייך האט יעדער היתר אדער איסור,
א עקספערעישאן דעיט, דער איסור אויף בני יואל האט שוין עקספייערט, דער היתר פאר שערי
חמלה-אויך עקספייערט, קרעציגע קינדער-לאנג עקספייערט, עירוב פאר גוים אויף ראדני-עקספייערט, איסור צו רעדן מיט יאשקע וואלדמאן (בחתימת הצדיק משארמאש )- זיכער עקספייערט, איסור צו גיין אויף חתונות פאר בחורים - עקספייערט, חיוב פאר בחורים אויפצושטיין לענרנען פארטאגס - לאנג עקספייערט, וכו', אבער ביי אונז אהרונים, בלייבט אלעס ביים אלטן כנוסח שאול פויערשטיין, די טיטלען פון רבינו הקדוש בעל ברך משה זי''ע איז א ניצחי, די קרעציגע קינדער בלייבן קרעציג לעולמי עד, די בני זואל אדער מיטן ריכטיגן נאמען בני המן, וועט אויך בלייבן, יא איך פארשטיי אז דו ביסט דיסאפוינטעד האפענדיג אז ס'וועט נשתכח ווערן כמת מלב, אבער נישט ביי אונז, מיר פארגעסן נישט.
יענקעלע ווי אייביג
די זיסטע פין דעם אשכול, ווי דער אימשכל'ידיגער וויל אפטרייסלען זייער רילעישאןשיפ מיט די בני יואל
אין די צייט ווען זייער רבי אידעפצירט זיך עמטליך מיטן מסור, וואס אפי' אין בני יואל איז דא א שיינע % וואס שטייען ווייט פין אים, ציליב זיין ''היסטאריע''.
וואס דארפט איר מער?
דעם פארגאנגענעם שבת איז אין ראדני ווי עס ווערן ווכענטליך געהאנגען פרישע פאשקעווילן פין שמיציגען צייטונג אדער פין זייער קינדער פארום אויף אלע ווענט, דורך דעם שיק יונגעל א' ה' מ',
אין די שבת איז ציגעקומען נאך איינס ''די שוידערליכע בילדער ווי די רשעות'דיגע פאליציי איזקידעווען (כ'האף ס'גיט געספעלט) אויף די שומרי משמרת הסויער'' (די בילדער זענען די זעלבע ווי דער מסור האט געפאוסט אינען קינדערגארטן),
אזש עס איז געווען א נחת צו שטיין ביי די בילדער אין זעהן ווי די מרי לב שטייען אין שעלטן, דעם..... יעדער מקלל האט פארבירט איבער צו שרייען דעם צווייטען... מיט א בעסער ניוול פה, קעגן די עוקרי הסויער.
ס'קען זיין אז די זאלי'ס אין בני יואל זענען אמאל... געווען ציקריגט, אבער ווען די זאלי'ס האבען אנגעהויבן די מלחמה מיט די קרית יואל'ע קהילה, האבען זיך די ''שונאים'' פאראייניגט, פינקט ווי עמון אין מואב קעגן די אידן (די שאלה איז ווער איז בלק אין ווער איז בלעם...)
אבער וכאשר יענו כן יפרוץ......... טראף דעם ויקיצו מפני בני ישראל
הצד ''השווה'' שבהן
מ'דאווענט/לערנט/עסן, אין א ביהמ''ד & סוכה גזולה
אין מ'מעג מסרב זיין לדין
מ'מעג גיין אין ערכעות אין מרים יד זיין בתורת משה
אין קורצן: מ'מעג טרעטן אויף די תורה, ווען די פארטיי פארלאנגט, מיט די גיטהייסטונג פין די רחניות'דיגע פירערשאפט, ר''ל
יענקעלע: אז מ'שיקט א טרעקטאר ארויסצונעמען דעם סוער, מיט א גאנצע טאראראם, און עס געלונגט נישט, איז עס א דורכפאל.
נאר אזעלכע דורכפעלער.....
טשאמפיאן, קורץ שארף ענד צו די פוינט!
איך וואלט געוויסן וואס די "טאראראם" איז געווען בעפאר אלע קרעציגע בני יואל/זאליס זענען זיך נישט צוזאמגעלאפן זיך אינטערלייגן דעם טרעקטער צו ראטעווען זייערע רעביזירוינעלבראכע הכנות איז גארנישט געוועזן קוקטס אויף זייער ווידיאו זעהט מען א טרעקטער אן קיין איין מענטש אנפאנג
סא קאט די קרעפ סאיז גארנישט קיים טאראראם געוועזען און נישט קיין דורכפאל
אדרבה Wait & See
טשאמפיאן, ווען דו שטייסט ביים רעסטוראנט און דו שטרעקסט אויס די האנט איבערצונעמען דיין פארציע, און דער מאן דהוא דארט זאגט דיר "האלט א מינוט, דיינס איז נאכנישט גרייט..." איז עס דיר א "דורכפאל"? דו"ק ותשכח.
מנחם מנדל: משל למה הדבר דומה, איך קום אריין אין רעסטוראנט מיט אפאר הויכגעשעצטע ביזנעס פארבינדעטע, איך רייץ זיי אויף אז איך האב דא גיטע קאנעקשאנס, און דא קומט א סעודה כיד המלך, דער עולם וואשט זיך, זעצט זיך אוועק אויף די פלעצער וכו', איך שטרעק אויס מיין האנט......... און דער מאן דהו זאגט מיר, אנטשולדיגט קום צוריק מארגן.....
גרינג: יעדער האט פארשטאנען אז עס גייט זיין א טאראראם.
מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי
טשאמפיאן רעדט בלויז פון דעם איינעם אינצידענט פינעם סוער טאנק, וואס אין דעם האבן די ארויניס געהאט א דורכפאל
ווידער יאנקעלע רעדט פונם גאנצן ענין בכלליות, וואס אין דעם זענען די זאלויניס די פארלירער.
| rebyankel כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
נאר אזעלכע דורכפעלער.....
אמן
|
|
לעת עתה ברעכן זיך די בני יואלניקערס דעם קאפ וויאזוי צו פיינענצירן דעם קארט קעיס, זיי וואלטן שוין אויפגעגעבן און פארהאנדלט מיט קהל, נאר די זאליס העצן זיי און זאגן צו די לויער געלטער אבער לעת עתה האבן זיי נאך נישט געזען קיין איין גראצער, זייער לויער האט זיי קלאר געזאגט אז זיי האבן גאר א שוואכן טשענס צו געווינען, און מאחורי הפרגוד הער איך אז זיי האבן שוין געשיקט שליחים
מיט א בקשה זיך אראפ צו זעצן צו פארהאנדלען, ונזכה ונחי' ונראה.
כ'הער אז זיי פייטן זיך צווישען זיך
קויפמאן שרייט מ'זאל פארהאנדלען, אין וואלדמאן שרייט מ'גייט פייטן מיט סויער אין נעגל וואסער
| טשאמפיאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | מנחם מנדל: משל למה הדבר דומה, איך קום אריין אין רעסטוראנט מיט אפאר הויכגעשעצטע ביזנעס פארבינדעטע, איך רייץ זיי אויף אז איך האב דא גיטע קאנעקשאנס, און דא קומט א סעודה כיד המלך, דער עולם וואשט זיך, זעצט זיך אוועק אויף די פלעצער וכו', איך שטרעק אויס מיין האנט......... און דער מאן דהו זאגט מיר, אנטשולדיגט קום צוריק מארגן.....
|
|
צוערשט מוז איך דיר זאגן: ביסט א גוטער דיבעיטער.
און צום ענין, דיין דמיון האט צוויי מיס-פארבינדונגען צו אונזער מעשה. ערשטנס, מ'האט קיינעם נישט אויפגערייצט, מ'האט נישט גערופן קיינע ביזנעס פריינד, קיינער האט נישט פארגעזאגט אז "היינט קומט עס! היינט גייט מען באזיגן די שונאים!" ניין, סך הכל האט מען אויסגעטשעקט די מצב וואו מ'האלט און מ'איז געוואויר געווארן אז מ'וועט מוזן צו-ווארטן אביסל (א "קליין" ביסל), נו, קיינער יאגט נישט.
צווייטנס, והוא העיקר, דארפסט פארשטיין אז ס'ווענדט זיך וואס דער שונא וויל דא עררייכן. משל למה הדבר דומה, מיין חבר זאגט מיר איין טאג: משה האט דיר גוט מסדר געווען! ער האט אנגעדרייט א מעשה אויף דיר ביי דיין בעה"ב און ער גיט דיר מער נישט קיין געהאלט! נעם איך מיין חבר מיט מיר און מ'גיימיר צו צו מיין בעה"ב און איך זאג אים: איך וויל מיין געהאלט פאר דעם חודש, זאגט ער מיר: ס'איז נאכנישט די צייט, קום צו מיר מארגן. מיין חבר לויפט צו משה'ן מיט איין אטעם, דו פאפער! זיין בעה"ב האט נישט קיין שום פלאן צו אפהאלטן אדער בכלל טוישן זיין געהאלט, ער זאגט אז מארגן זאל ער קומען. משה קוקט אים אן, וואט גאואינג אן וויט יא?! האט ער אים געגעבן צו נישט? כ'האב דיר געזאגט אז ער איז א פארטיגער!. מיין חבר פרובירט אים מסביר צו זיין, אמת, ער האט אים נישט געגעבן, אבער ער פלאנט אים צו געבן פונקט ווי ביז היינט, גארנישט האט זיך נישט געטוישט. אבער משה האלט זיך בייז זיינ'ס, "ער האט עס נישט באקומען! איך בין דער זיגער"?
כאפסט?... מ'קען איבערפרעגן..
עפעס כאפט מען נישט דעם פוינט,
סיי וויאזוי זענען זיי די פארלירערס,
ווייל דער פסק פונעם ריכטער איז באשטעטיגט געווארן
דורעכן אפעלעט קארט, און וועט לכאורה נישט צוריק געדרייט ווערן,
סא, אפילו אויב סוף כל סוף וועלן זיי יא באקומען א פערמיט פאר א שוהל,
זענען זיי נאך אלץ די לוזערס ווייל דאס וועט זיי זיכער קאסטן אויסער אסאך
געלט פאר לויערס, וועט דאס זיי ברענגען אסאך צרות יגון ואנחה,
און נאך דערצו דארפן צאלן זייער אייגענע יוטיליטיס,
און מען רעדט שוין נישט אויב זיי וועלן טאקע נישט באקומען קיין פערמיט
און דאס קענען נוצן נאר פאר א דירה, דאן איז עס דאך א מעכטיגער
פארלוסט, דאס מיינט קהל האט גארנישט דערלייגט,
זיי קענען ווייטער נוצן דעם דאך און דעם בעיסמענט על אפם וחמתם,
און די זאליבעצענס האבן אסאך פארלוירן,
אזוי אז ס'וועט זיך זיי שוין נישט גליסטן צו טשעפען מיט קהל,
נו, ווער איז דער געווינער און ווער איז דער לוזער?
יעקעלע11
די אישו איז נישט דאס און נישט דאס, די ריעל אישו איז (און דוד איז גרייט אויפצוגיבן אלעס, אויב מ'גיבט אים דאס נאך) אז מהר"א האט נישט קיין פרייוועט רום הענדי - מילד גערעדט - 'אזוי ווי אלע האבן' און די פראבלעם איז נאך א סך טיפער, וויל אפי' ווען ער קומט אויף ווילי האט ער דאס אויך נישט, ס''ה האט ער כאטש דא א פרייועט ענטרענס, אבער גארנישט דערינען......
און דאס זעהט נישט אויס ער זאל קענען געווינען.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/10/2009 1:38:21
די אישו איז וואס אויף וואס די בני יואל/זאליס זענען געגאנגען אין קארט.......
ווי יענקעלע11 זאגט
עפעס כאפט מען נישט דעם פוינט,
סיי וויאזוי זענען זיי די פארלירערס,
ווייל דער פסק פונעם ריכטער איז באשטעטיגט געווארן
דורעכן אפעלעט קארט, און וועט לכאורה נישט צוריק געדרייט ווערן,
סא, אפילו אויב סוף כל סוף וועלן זיי יא באקומען א פערמיט פאר א שוהל,
זענען זיי נאך אלץ די לוזערס ווייל דאס וועט זיי זיכער קאסטן אויסער אסאך
געלט פאר לויערס, וועט דאס זיי ברענגען אסאך צרות יגון ואנחה,
און נאך דערצו דארפן צאלן זייער אייגענע יוטיליטיס,
און מען רעדט שוין נישט אויב זיי וועלן טאקע נישט באקומען קיין פערמיט
און דאס קענען נוצן נאר פאר א דירה, דאן איז עס דאך א מעכטיגער
פארלוסט, דאס מיינט קהל האט גארנישט דערלייגט,
זיי קענען ווייטער נוצן דעם דאך און דעם בעיסמענט על אפם וחמתם,
און די זאליבעצענס האבן אסאך פארלוירן,
אזוי אז ס'וועט זיך זיי שוין נישט גליסטן צו טשעפען מיט קהל,
נו, ווער איז דער געווינער און ווער איז דער לוזער?