אין די לעצטע צייט זענען די אנהענגער אין די זאלי/פארטיי באטראפן געווארן פון א פלייץ פון גענעראל פארזאמלונגען וועלכע ברענגט א צומישעניש אויף אלעמען, פון זייער ויואל/משה געצעלט ביז דער חרדים פעסטונג ווען צום מיקראפאן שטעלן זיך צו פארשידענע רעדנער קעמפער, בעלי דמיונות, וועלכע טוהן מוטיגען די צושטורמטע געמיטער ביי אירע אנהענגער און מתפללים, צוליב א לעצטיגע סקאנדאל וועלכע איז ערשינען אויפן האריזאנט מיט א געוויסע פאפולערע אומשילדיגע סוער סיסטעם וועלכע איז במחתרת בעערדיגט געווארן אינטערן שאטן פון די רעביצין ביהמ"ד וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם הינטערגרינד פונעם בית המדרש הגדול אין קרית יואל.
דער סוער-סקאנדאל ציעט די אינטערעסע פון אזויפיל מענטשן אזש עס האט געווינען פאפולעריטעט ביי דער רעקארד-פאבליקאציע וועלכע ערשיינט אינדרויסן פון קרית יואל ווען דער ענערגישער בעל הצלת יוסף טוט זיי סערווירן מיט נערהאפטיגע אינפארמאציע ארום די היסטארישע סוער געשעענישן.
א שטארקע דיזינעס נעמט אין די איצטיגע טעג ארום די סוער-אנהענגער וועלכע זענען טיף צוטרייסלט איבער די וואוילזיין פונעם סוער, פארשידענע מיטלן ווערן אינטערגענומען צו ראטעווען דער צושטאנד, ווי הענגען פלאקאטן מיט פארשידענע האר-אויפשטעלענדע בילדער איבער די ווילדע הייליגע גיפים וועלכע בלאקירן דער שאוועל פונעם טראקטאר וועלכע ווערט געפירט דורך אן אמעריקאנער גוי זיכער אן אנטיסמיט, נוסח ציוניזים, צו די בליצן פון די פאטאגראפיע מאשינדלעך און צו די געלעכטער פון די ביישויער, אזש ביז רופן די פאליציי וועלכע ווייסן וויאזוי צו רעאגירן צו אט די סארט באטרעפענדע סוער און אירע בעלי בתים מיטן איגנארירן די היסטערישע טעלעפאון רופן, אדער גאר אן די מינדעסטע בושה אריינשטעלן האלצערנע מציבות פאר דוד בן פעסיל מארגענטינא, אזש ביז גאר עפעס א מיסטריעזער אהרן חארינער, וואס דער מצבה-שרייבער אליין ווייסט אויך נישט דער וויץ דערפון...אין די דערדרוקענדע בית יואל צושויער קייקלן זיך פאר געלעכטער ווי איינער זאל ווען האבן געזאגט: איינס פלאס איינס איז.........??? א חלה דעקל...!
מאנכע פרובירן נאך צו דערגיין וואס עס זענען די אמת'ע מאטיווען פון די גענעראל פארזאמלונגען ווען מען נעמט צונויף א ציבור אידן און מען קייט איבער היסטארישע געשעהנישן אלעס אדאנק דער סוער-איינפלאנצונג, ווען אין די זעלבע צייט טוהן די מוסרים, גנבים חמסנים וכו' אויסרייסן דאס פינטעלע סוער...אן קיין צוריק האלט...
אידישע קינדער קוקן אין די איצטיגע ארויס אז דער דאטום נאוועמבער 2 זאל ברענגען דאס געוואונטשענע...
פרטים יבואו!