די לעצטע פאר וואכן זענען די בני יואל און זייערע פריינט די זאליס זייער אויפגעקאכט איבער די געפערליכע רשעות וואס קהל יטב לב טוט איבער די רביצינ'ס הויז.
צוליב די אלע גערעדעכצער ארום און ארום און די אלע קולות אהין און צוריק ווערט דער עולם צומישט און מ'פארגעסט זיך און מ'פאנגט אן צו גיין אויף די דעפענסיוו און מסביר זיין פארוואס מ'דארף באהאנדלען די חיות אזוי ווי מען באהאנדלט חיות.
וועגן דעם פיל איך וויכטיג קלאר צו מאכן איינמאל פאר אלעמאל פאר די רעקארד, די רביצינ'ס הויז איז אונזער. קהל יטב לב דסאטמאר האט עס געלאזט בויען פאר'ן רבי'ן אז ער זאל האבן א דירה נעבן שול. דאס איז געבויט געווארן מיט קהל'ס געלט. קהל יטב לב האט עס קיינמאל נישט אוועקגעגעבן פאר די רביצין און זי האט נישט געהאט קיין רעכט עס אוועקצוגעבן פאר קיינעם. די וואלדמאן קליקע האט עס גע'גנב'עט פון אונז דורך דריידלעך און שווינדלעך און לעת עתה טוען זיי עס אקופירן און נישט אונז.
יעצט נאכ'ן קלאר מאכן דעם רעקארד קען דער עולם ווייטער פארזעצן צו דעבאטירן מיט די אלע נעבעכדיגע און אויסגעשפילטע בני יואל. אבער נישט פארגעסן פאר איין מינוט, דאס הויז איז אונזערס און יעדע זאך וואס מיר טוען דארט איז א געלעכטער קעגן וואס מיר וואלטן געמעגט און געדארפט טאן ע"פ חוקי דין תורה.
ווען איינער גנב'עט דיין הויז און דערנאך גנב'עט ער נאך דיין וואסער און סוער, און דו גייסט און דו שטעלסט אפ זיינע גניבות, קען איך נאר זאגן איין זאך: גוד פאר יו! קיפ אפ די גוד ווארק!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/10/2009 5:21:33