איך וויל דא, טאקע דוקא דא אין די עפענטליכקייט, פרעגן א שאלה פון איינע פון אונזערע שרייבער.
ב"ה דער פורם שטייט שוין עטליכע יארן לשביעת רצונם פון די היימישע אידן וועלכע ווילן כאפן א לופטער אינמיטן די ארבייט און זעהן אביסל וואס עס טוט זיך אויפן היימישן ערד קוגל.
אנדערש ווי די זאלי פורם וועלכע איז נישט צוגעפאסט פאר קיין שום באזעסענער מענטש דארט אריינצופאלן, ס'איז ממש אוממעגליך. "בעביש" "קינדיש" "נאריש" זענען נישט די ריכטיגע ווערטער אויף זיי. ברוך שהבדלנו.
דא ב"ה איז פארהאן עטליכע גוטע בא'טעמט'ע שרייבער, נושאים ווערן גאנץ שיין צונומען, פיל מאל זענען די מיינונגען אפילו קאלירפול (מעג ווען אפשר זיין מער), און א איד ווי איך שפירט זיך זייער פיין דערמיט.
אבל דא עקא
עס זענען פאראן אייניגע היימישע שרייבער דא וועלכע איך שעם זיך צו זיין אין איין פורם מיט זיי!... פשוטו כמשמעו. איך האב נישט קיין געדולד יעצט נאכצוגיין אלע מאמרים דא און אנצייגן וואס איך מיין, אבער איך וועל מיך שטעלן אויף א זאך וואס איז יעצט פריש:
אלעס האט מיטגעהאלטן היינט וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביי די רעביצין זכרוינעליבראכע'ס שול אין קר"י, היינט ווערט יעדע מינוט געאפדעיט די טעקסט מעסעדשעס, יעדער האט געוויסט יעדע מינוט וואו סהאלט, עטליכע שעה איז מען געשטאנען אנע פארשריט, ווען אין די צייט האבן די לויערס פארהאנדלט אינאיינעם מיטן דשאדש, און לבסוף האט דער ריכטער געזאגט אז מזאל צו-ווארטן ביזן קומענדיגן הירינג (צוויי וואכן ארום), און די טרעקטער איז אוועק געפארן.
קום איך ארויף אינדערצווישן אויף היידפארק, און יונה שרייבט נישט מער און נישט ווייניגער אז דער סוער טאנק איז שוין אויסגעגראבן. די גלייכווערטלעך האבן ווי פארשטענדליך נאכגעפאלגט, פאלאק'ס לאט, צדקה תציל וכו' וכו', נאך שרייבער האבן שוין אויך געגלייבט אז די מעשה איז אזוי און האבן שוין אויך צוגעגעבן צום פייערונג..
שטעלט זיך די פראגע: וואס איז דיין ציל מיט פארקויפן אומגעזאלצענע לאקשן פארן עולם??
יעדער "וואס האט געוואלט וויסן" וואס עס טוט זיך דארט האט געקענט וויסן, פארוואס פונקט דו האסט נישט געקענט וויסן? און ווידער אויב האסטו נישט געהאט די מעגליכקייט צו דערגיין די מינדעסטע אינפארמאציע וואס דארט טוט זיך, וואס שרייבסטו?? מי בקש זאת מידך??? האסט עמיצן א טובה געטוען? ניין!! אדרבה! האסט מצער געווען אידישע קינדער! (נישט ווייל איינער קלאגט אויף זייער סוער... אבער סאיז אומבאטעמט געוואויר צו ווערן אין איין מינוט אז מהאט געלעבט אין א דמיון די לעצטע צוויי שעה, און אויך איז אומבאטעמט צו זיין א ליינער אין א פורם וואס אזאנע פאסירונגען ווערן אזוי פאלש געדעקט.)
ווען דאס וואלט געווען א איינמאליגע פאסירונג, החרשתי, אבער אז יעדן צווייטן טאג זעה איך דא ענליכע זאכן, ווער איך בייז. פארוואס זאלסטו נישט לאזן דעם פורם געשמאק? פארוואס פעלט דאס אויס דו זאלסט דא אנפירקלען טעגליך מיט הבלים, אמאל מיט ליגנט און אמאל מיט פאבריקאציעס און אמאל מיט סתם אומ-באזעסענע געשרייבעכצער?
דיינע בריוון פון עדה זענען אויך פונקט גענוג צו פארדינען דעם פארציע!
איך ערווארט נישט קיין ענטפער, איך ערווארט אבער א טויש!
יישר כח למפרע.