היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "פאלאקס לאט" קאנקורירט מיט חסד של אמת

"פאלאקס לאט" קאנקורירט מיט חסד של אמת

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2705395

רבי_יונה » 20/10/2009 19:45

עס טוט זיך א כאפצעם ביי די זאליס, נישט אויף לעבעדיגע נאר אויף מתים !

יעדע נפטר וואס האט נישט באלאנגט אין ערגעץ
נישט געווען קיין מעמבער אין ערגעץ
נישט געצאלט קיינמאל קיין מעמבערשיפ
האט ליידער געהאט א שווער און מיטגעמאכט לעבן

איז אמאל אנגעקומען אין "חסד של אמת"
ווייל שאול פערלשטיין האט זיך נישט געקימערט מיט אים.

היינט צי טאג ווען שאול פערלשטיין איז דעפרעסט
נעמט ער אן כל .... וכל ..
אומזיסט און דערמיט דערלאנגט ער א מעכטיגן זעץ פאר "חסד של אמת" וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג.


דעם מוצש"ק ווען דאס מיידל רייז איז ליידער נפטר געווארן, האט נישט קיין צווייטער ווי רז"ל געקאלט זיין שוואגער, אב"ד ביסטריץ אז ער מוז לייגן דאס מיידל אין פאלאק'ס לאט, כאטש וואס אירע עלטערן זענען נטמן אין ביה"ח דקרית יואל.


איינער זאגט מיר אז די וואך האט מען געגעגעבן קידוש אין ראדני יעדן טאג (!)

פארוואס פרעג איך אים.
ווייל מיר האבן ב"ה געהאט א טויטען יעדן טאג ביי פאלאק !   !   !

שכלדיג » 20/10/2009 19:53


להבדיל בין חיים לחיים.
עס דערמאנט מיר די שמחה און לחיים וואס מ'האט געפייערט ביי די מחנה הארונים נאך יעדן ציגל וואס מ'האט געבויעט אין 14 הופפער.

רבי_יונה » 20/10/2009 19:58

יפה דברת !

ביי די ארונים פרייט מען זיך ביי  יעדן ציגל אויף א נייעם בנין.
ביי די זאליס פרייט מען זיך ביי יעדן טויטן אין פאלאק !


אויב דאס איז שכל, דאן גיב אכט זאלסט נישט עס נישט צעטרעטן !

העלד » 20/10/2009 20:21

רבי יונה
איר מוזט אונז פארשטיין דיין רבי לייגט אוועק אונזערע מענטשן מיט זיינע הקפדות
און פארן באגראבן בעט ער נאך גרויס געלט 2 קוילן מיט איין שאס, יושר?

האבן מיר געעפענט אליין א בית החיים ווי מיר וועלן מאכן די געלט
און אזוי וועט דיין רבי שוין נישט גלוסטן קיינעם אוועקצולייגן מיט זיינע הקפדות
ווייל ער וויל דאך נישט אויפבויען פאללאקס לאט
אזוי לעזן מיר ביידע פראבלעמען, און וועגן דעם געבן מיר קידוש איעדן טאג

רבי_יונה » 20/10/2009 20:52

דערפאר גיט מען קידוש ביי ענק פאר יעדן טויטן?

העלד » 20/10/2009 21:05

נישט אזוי האסטו פריער געשריבן מיט גרויסע אותיות?
האסט שוין פארגעסן?

תימענער » 20/10/2009 22:04

מי יתן וחפץ ד' בידם יצליח .

פארשטיי » 21/10/2009 15:30

ישעי קרויס פראקאלאמירט!

אונז וועלן אזוי לאנג פייערען ניצחון, און מיט פרייד קלאפען מיט די הענט, ביי יעדע אומגליק, זאל זיך נישט מאכען, ביז עס ווען ליגען און פאלאקס לכה''פ 300 מיתים, מיר האפען אז וועט זיין און גיכען! 

נאך עקלערט ר' ישעי שליט''א דער פארזיצער פונעם מעכטיגען ''ארץ החיים קאמפיין'', אז מיר האפן  אז משיח זאל נישט אונטראפטען, און שטערן די אויפבלי פון פלאקס, מיט תחית המתים,  

רח''ל! עס איז פיקטיוו, אבער ווער ער רעד צו א זאלי און די דאזיגע טעג, שמעקט עפעס אזא מין גרוך פון אים!

וויינשטאקל » 25/10/2009 04:37

מזל טוב! די זאליס האבן ב"ה היינט די זכי' מכניס צו זיין נאך א מאנגא אינעם נייעם פאללאק'ס בית החיים. עס ווערט ערווארטעט מארגן נאכן דאווענען ברייטע "מסיבת לחיים'ס" אין אלע זאלי צענטערן איבער די גארער וועלט. בפיקוחו האישית פון כ"ק מרן הגה"ק משפיטיווקא זאל זיך מערן און פריידן.

ברוינפן » 25/10/2009 06:26

וויינשטאקל, שעם דיך וויאזוי דו רעדסט, א מת איז קיינמאל קיין שמחה, ספעציעל וויאזוי דו שרייבסט (מאנגא) איז די ווייטאג פיל גרעסער, קיינער זאל נישט געפרובט ווערן דערמיט

וויינשטאקל » 25/10/2009 07:18

ברוינפען זעהט אויס אז די רעדסט קיינמאל נישט מיט קיין זאלי. אדרבא פארצייל יעצט פאר א זאלי אז זיי באקומען נאך א טויטן היינט נאכט וועסטו זעהן און שפירן וואס מיינט ריכטיגע שמחה של מצוה (חסד של אמת...)

ברוינפן » 25/10/2009 07:39

נישט יעדע זאך פאסט איבער צוזאגען, אז יענער האט נישט קיין שכל און ער פריידט זיך,דאן דארפסטו נישט זיין דער וואס טראגט עס ווייטער

rebyankel » 25/10/2009 22:44

וויינשטאקעל
כ'מיין די מאכסט א טעות,
די ווייסט אפשר ווער דער נפטר איז?
אדער קען  זיין אז חסד של אמת האט עס צום סוף באקומען?

לאגיש » 25/10/2009 22:48


עפעס א נישט געזונט מיידל (דאון סינדראם) מיט'ן נאמען פיש, 26 יאר, פון וויליאמסבורג

מפי השמועה.

בלומבערג » 4/11/2009 02:09

ברוך דיין אמת
היינט נפטר געווארען און קרית יואל מרת גוטמאן ע"ה
מוטער פון ר' מרדכי נ"י
נדבן פון די מקוה און סאסמאנס און ק"י
- שוויגער פון אונזער באליבטען מיילעך שטערן
די זאליס האבן נישט גיהאט קיין הוה אמינא
- ווי זיי האבן זיך דערוואסט האבן זיי כדרכם פראבירט מיט זייער פאליטקעל פרעשער און ר' מרדכי גוטמאן האט   זיי קאלט בלוטיגט אפגיווארפען -
 אלעס פיין און וואל אבער מיין מאמע וויל איך באהאלטען און א בית החיים נישט און קיין בעק יארד

וועקי » 4/11/2009 02:15

ביזדערוויל ליגן נעבעך נאר פתח תקוה  מיט המספיק פעישאנס .......