היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זייט ווען קוקן אמעריקאנער אידן אויף כשרות

זייט ווען קוקן אמעריקאנער אידן אויף כשרות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2705361

יענקי123 » 20/10/2009 18:18

איך זעה דא די גאנצע צייט גאנצע אשכולות וועגן דעם נושא פון כשרות ביי די טשיקן און ביי די פלייש, יא מהודרת נישט מהודרת, ארוינים זאלוינים.

מיין קשיא איז זייט ווען קוקט מען אויף כשרות ?, מ'זעהט אמעריקאנער אידן וואס קומען קיין ארץ ישראל, אידן פון אלע קרייזן "סאטמער ארונים" "סאטמער זאלוינים" באבובער ויזניצער סקווערער וכו' וכו'  מ'זעצט זיך אריין אין רעסטוראנטס וואס אפילו גאנץ מאדערנע אידן שעמען זיך צו גיין דארטן עסן און זיי זיצן און פרעסן מכל הבא ליד, איך רעד שוין נישט וואס מ'גייט אריין דארטן און ס'איז פון מיט פריצות אסאך מאל גייען זיי אריין מיט קינדער אדער בחורים, און ווען מ'זאגט זיי ווערן זיי אזוי אנגעבלאזן, די זעלבע זאך מ'גייט עסן אין האטעל צו ס'איז פרישטיג וואס ס'איז פיל מיט חששות פון מעשר ערלה וכו' צו ס'איז סאפער די ערגסטע פלייש, און חלילה מ'זאל זיי זאגן עפעס, סטייטש ס'שטייט דאך כשר.

און דאס איז ביי אלעמען, ממש איינציגע וואס זענען זיך נישט מטמטם, רבותי ס'שטייט ונטמתם בם.

מצאתי לרבינו בחיי ז"ל בביאורו לתורה שם ויקרא י"א מ"ג שכה כתב "ולא
תטמאו בהם ונטמתם בם ונטמתם המלה חסרה אל"ף שהוא לשון טמטום
והטעם שהלב מטמטם באכילת הדברים האסורים ואין רוח הקדש שורה בו.

רבותי מ'טאר נישט עסן אין כמעט אלע רעסטוראנטס אין א"י. און מ'טאר נישט עסן אין קיין האטעל אין ארץ ישראל אחוץ אין די פאר פרומע האטעלן. האט רחמנות אויף אייך און אויף אייערע קינדער.

איזראלי » 20/10/2009 22:16

שפתיים ישק אמת ויציב כל מילה שאמרת ויותר ממה שכתבת ישנה כאן

יענקי123 » 21/10/2009 18:10

לאמיר האפען אז די פאר ווערטער וואס איך האב דא געשריבן פון הארץ ארויס וועט באמת ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן און איר וועט פארשטיין אז ס'וועט גאר נישט שאדן אויב איר וועט נישט עסן יעדן טאג פלייש.

rebyankel » 21/10/2009 18:21

100%
אבער אין אמעריקע, דארף מען אויך שטארק אכטונג געבן.

Ziskeit » 21/10/2009 18:55

אין אמעריקע עסט דער היימישער עולם בעיקר אין היימישע רעסטוראנטן וועלכע האבן גוטע השגחות.

אין ארץ ישראל האט כמעט יעדע רעסטוראנט א השגחה, און אמעריקאנער וואס קומען אהין ווערן פארבלענדעט און כאפן זיך נישט אז רוב פון די השגחות זענען אבי געזונט.