דאס אז יאוואזשנער רב שליט"א זאל קענען האבן קרוב צו 700 מתפללים במשך די ימים נוראים, און ריזיגן ציבור ביי די הייליגע הקפות, איז א באווייז אז ס'איז דא גענוג פלאץ אין וויליאמסבורג אויך פאר'ן דיין, זאגט מיר דער עסקן.
לויט ווי יענער זאגט מיר האבן זיך גרופירט א גרופע פון חשוב'ע תלמידים און זענען שוין געווען קוקן עטליכע פלעצער. יענער זאגט מיר אז דער דיין האט אסאך גוטע פריינט דאהי און מ'זעט עס כסדר, בפרט האט מען עס געזען דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת וש"ת, און מ'האפט אז חפץ ה' בידם יצליח.