היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מזל טוב סעקשען

מזל טוב סעקשען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2704859

YESWECAN3 » 19/10/2009 20:29

ביטע האלטען דעם אשכול נאר פאר א  מזל טוב! אין נישט פארדרייען

אדאנק!

YESWECAN3 » 19/10/2009 21:53

א הארציגען מזל טוב פאר דמו''ץ סאטמאר בארא פארק שליט''א פארן שידוך שליסען אים בתו הכלה מיט בן
הדמו''ץ מטאש  בארא פארק שליט''א

(דו ווילסט דוקא מ'זאל דיך אויסשפארן? פארוואס שרייבסטו נישט קלאר פון וועמען דו רעדסט?)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/10/2009 2:37:48

NOYOUCANT » 25/10/2009 23:26

איך מיין אז עס דארף צו זיין א ניחום אבלים סאקשאן. ווייל זייט די הודאה האט אים אנגעכאפט א (געבענטשטע) שטימעניש...




תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 25/10/2009 23:46:28

באלאנד » 26/10/2009 02:32

מזל טוב ר' משה שמואל זופניק פטרון המחנה דברי יואל אין סוואן לעיק צום שידוך שליסן פון זיין זוהן כמר אברהם נ"י מיט הכלה בת ר' דוד שלמה בן ר' מענדל קרויס פון קרית יואל.

rebyankel » 26/10/2009 18:17

א מזל טוב פאר אלע זאלי'ס
נאכדעם וואס זיי האבען געווינען נאך א גייסטיש נישט געזינטע נפטרת
(ח''ו, זיי פרייען זיך נישט אז איינער איז נפטר געווארען, נאר אז  זיי האבען געווינען נפטרת פין חסד של אמת....)
ס''ה האלטן זיי שוין ביי 2 יוגערע מענטשן, 2 גייסטיש נישט געזינטע, 1 קינד, איינער קאהן

באלאנד » 26/10/2009 21:19

מזל טוב! א גרויסע שמחה האט ארומגענומען די אהרונים ממש אין די איצטיגע מינוטן. פנחס מיילעך ווייס לויפט ארום מיט פלעשער ברוינפען, שלמה שאמעש טיילט לקח צום באמבאסטישע'ן שידוך. די צדדים זענען איינס מיט איינס, דער הויפט מחותן איז דער "חלה דעקל"...

באלאנד » 26/10/2009 21:39

מזל טוב רעב יאנקל צו זיין טויזענט'סטע תגובה און אזא קורצע צייט! אדרבא ווער עס האט שכל שטעלט צוזאם א שטיקל ליקוט פון די דפח"ח די פערל ווערטער פון רעב יאנקל'ן און שיקט דאס ארום צו אלע לבבות נשברות וואס וועלן ארויסגיין מיט גארבעזש בעגס חיזוק...