אזוי ווי די הייליגע בני יואל איז אריין אין געריכט אן א שום היתר בית דין
און האבן בכלל נישט געשיקט קיין הזמנה ווי אידן פירן זיך.
נאר האבן ערקלערט אז דער גוי'אישער ריכטער וועט דן זיין אין דעם אידישן סכסוך,
האט דער גוי'אישער ריכטער טאקע היינט, יום ב' נח תש"ע, גוט אנגעזידלט די מפירי ברית, די שטויבער'ס, מארגנשטערנ'ס, וואלדמאן'ס, מאיר דייטשלעך און אלע אנדערע מרימי יד בתורת משה, פאר'ן נישט אויספאלגן דעם "יש דין בישראל", ווי יצחק לייב וויינגארטען האט געלערנט פשט מיט יאשקע משומד אויפן טעלעפאן, אויף די טעיפס וואס משה בן פראדעל האט געבאגט אין די נ' יארן.
איצט וועט מען זעהן אז "יש דין בישראל"... און די פארשימלטע בני יואל וועלן יעצט אויספאלגן דעם "דין" און אויפעסן זייער געווינס.
זאליס / בני יואל קאנטעמפט אוו קאורט. (יש דין בישראל)
וואס איז געווען היינט אין קאורט?
מענדל, לערן דיך אויס דא אויף היידפארק וועט מען קודם שרייבן 100 סארקאסטישע איבערגעטריבענע נייעסער אין לאזן דעם המון געסן וואס די טריקענע פאקטן זענען געווען ביז איינער וועט זיך מרחם זיין אין שרייבן די מעשה דברים כהוויותן,
דאס איז איינער פון די שווערסטע מיטמאכענישן דא אויף היידפארק.
ממש כפרות עוונות
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 19/10/2009 19:27:40
יעס... גיי... צוריק... פון... וואו... דו... קומסט... חחח.... גוט..... (א רפואה שלימה).
סקאט, ס'איז די שולד פון בלויז אפאר אייניגע שרייבער. מ'דארף זיי אויסרוימען פון דא און דערנאך וועט זיין סדר.
אגב וואס דער מנהל איז ווייס איך נישט, אבער איך וואלט געהאלטען אז עס איז שוין העכסט צייט, דעם בר מינן ר' יעס'ן אביסעל צו באגרעניצען!!!
בור קרה ויחפרהו, כפשטו
ער איז געגאנגען צום שופט מיט א פרישע הרמת יד בתורת משה אבער דער וואס איז לב מלכים ושרים בידו האט אנדערש געפירט....
הקב''ה ימדו תועים בינה
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 19/10/2009 20:27:33
די זעלבע וועט איצט געשען!
אבער מיט זייער אויפרינג, וואו אזוי זיי פירען זיך אויף אויפן דרך פון דער בעל הצלת יוסף, זעט נישט אויס אז דער געריכט ווען צווינגען דעם וויליזש זיי צו געבן א פערמיט!
דעריבער גייט אן!
איינער ווייסט צו סאיז דא עפעס אן אפשען אין היידפארק
HIDE ALL MESSAGES FROM USER YESWECAN3
אדער ענליכס,
דער מענטש איז סתם א נערווירער.
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 19/10/2009 20:48:59
|
די האסט א ברירה בכלל נישט צו קוקן אין הייד פארק, ווייל אלע שרייבערס דא מיט דיר אין מיר אינאיינעם, זענען די זעלבע נערווירער.
איך האף אז די פארשטייסט וואס איך מיין אז איך זאל דיר נישט דארפן פארשעמען מיט אלינק
תוקן על ידי נוטראלער ב- 20/10/2009 0:58:50
|
די פרעגסט פארוואס אדער וואס פאר א היתר זיי האבען?
פארוואס? ווייל זיי ווילן נישט פארלירן די גאנצע הויז, וואס זיי האבען פשוט ''בגניבה''
וואס פאר היתר? די זעלבע וואס די זאלי'ס האבען אין ב''פ/מאנטריאל/ב''ב - בג''ץ/ביה''ח, וכו'
ברעקינג: געריכט ווארפט ארויס טי.אר.או. פארלאנג פון בית יואל
דער ריכטער האט היינט דינייט די מאשען וואס די "רעבעצין שול" האט אריינגעגעבן אין א עמערדזשענסי פארלאנג אז מ'זאל זיי צוריק לאזן ניצן די לעקטער און סוער דערווייל ביז די קומענדיגער געריכט דעיט.
נפול תפול.
(סאטמער100:)
זיי אליין זאגן אז עס איז געווען א חילןל השם ווען די קארט האט געפרעגט פארוואס מ'קומט זיך נישט אויס ביי א בי,ד איך האב געהערט ווי שלמה קויפמאן זאגט פאקר איינעם אז ער פארשטייט נישט פארוואס ס'גייט אן פאר די זשאש צו מ'גייט יא צי די"ת אדער נישט
זיי האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה, גייען אין געריכט אן קיין רשות בית דין, און נאכדעם שטעלט מען 'הגה"צ' מנשה פיליאפ שעלטן דעם געפערליכן קליפה וואס דער מקור קומט גלייך פון די ציונים און קריסטן, באנאזאם מיט דער קליפה פון די קאוניסטן. (עס לוינט זיך צו ליינען זיין דרשה, אייער שמייכל וועט נישט אראפגיין פון די לעפצן פון אנפאנג ביזן לעצטן ווארט - גערענטירט.)
אינטערסאנט אז די זעלבע מענטשן וואס ווילן זיך פאררופן אלס די היינטיגע ממשיכי דרכו פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, זאלן זיך אויפפירן אזוי געמיין און מרים יד זיין אין תורת משה רבינו ע"ה לעיני השמש.