היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאך איינער באגראבן אין פאלאקס לאט

נאך איינער באגראבן אין פאלאקס לאט

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2704350

חייםהעלער » 18/10/2009 20:32

קען איינער ביטע קאנפירמן אז א עלעטערע פרוי פון ב"פ, מיטן נאמען רייז. איז היינט באגראבן געווארן אין פאלאקס לאט??


לעקסינגטאן » 18/10/2009 20:42

א 60 יעריגע פתח תקוה מיידל

דוד46 » 18/10/2009 21:04

קיין שום פתח תקוה מיידל

די עלטערן ליגן אין בית החיים הישן, או האבן געהאט נאר דאס איינציג קינד וואס איז ליידער נישט געזונט געווען

אבער די כת הגזלנים והחמסנים האבן געפאדערט ניטש ווייניגער ווי 6000 דאלער, כאטש אירע עלטערן זענען געווען אויסגעצאלט און איינגעקויפט און לויט די שטאטוטן איז א נישט חתונה געהאטע קינד אונטער די מעמבערשיפ פון די עלטערן.

אבער ברוך אשר לא השבית לנו גואל, און די הנהלת החברא קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר האבן איר געלייגט אינעם נייעם צוגעלייגטן חלקה. 

זעליג_כהן » 18/10/2009 21:09

ס'איז צרות 

די לעצטע פאר חדשים ביי די זיצונגען פון'ם גלות קהל, האט מען נישט צופיל געקוקט אויף  געלט און יעדע בייפאל ווי קוריאז ס'זאל נאר זיין האט מען אנגענומען מיט'ן חשבון ''מ'וועט עס דעקן פון'ם ביה''ח, דהיי' ארויספרעסן אפאר דאללאר פון משפחות בעת פון א טראגעדיע, ס'דא א חשבון פון א שיינע פאר מאה אלף וואס מ'האט געמאכט ווילאנג ס'איז זיי גוט געגאנגען.

אבער יעצט אהה! וואס וועט זיין? פון ווי וועט מען דעקן? 

ארגינעלער » 18/10/2009 21:14

נעבעך א מגיפה ביי די זאליס נאר יונגע מענטן ל"ע לייגט מעון נעבעך אהין

אין זיי זאגן זיי האבן א גאנצע רעפ שיט פין נאך יונגע מענטשן וואס גיין אהין ליגן
ס'קוקט אויס זיי האבן ערליך מתפלל געווען דער אויף.

זעליג_כהן » 18/10/2009 21:30

ארגינעלער,
 נישט דאס קוועטשט דיר...!


יעקב_שמשון » 18/10/2009 21:46

איך זע נישט אז ס'אל קוועטשן איין אהרויני
אזוי פיל יא די גרעסטע זאליס אפטימיסן האלטן אז זיי האבן פארלוירן דעם בית החיים פאר גוטס

דוד46 » 18/10/2009 22:21

ווער עס האט נאך א ספק וואס עס קוועטשט זיי, זאל נאכאמאל דורכליינען די מרה שחורה בריוו וואס דער ארונישער קהל האט ארויסגעשיקט די לעצטע וואכן איבער דעם בית החיים.

טאטלע » 18/10/2009 22:23

דוד 46
אזוי לויט די שטאטאטען איז א נישט חתונה געהאטע קינד אינטער די רשות פין די עלטערן ?

ממנפ"ש איז זי ווי א קינד
 לויט די תקנות הקהילה לייגט מען נישט קיין קינדער אין ק"י ב"ה נאר איו נו דגערזי

איז זי נישט ווי א קינד איז זעקס טויזענט דאלער זייער ביליג

כנלע"ד

rebyankel » 18/10/2009 23:50

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיין שום פתח תקוה מיידל

די עלטערן ליגן אין בית החיים הישן, או האבן געהאט נאר דאס איינציג קינד וואס איז ליידער נישט געזונט געווען

אבער די כת הגזלנים והחמסנים האבן געפאדערט ניטש ווייניגער ווי 6000 דאלער, כאטש אירע עלטערן זענען געווען אויסגעצאלט און איינגעקויפט און לויט די שטאטוטן איז א נישט חתונה געהאטע קינד אונטער די מעמבערשיפ פון די עלטערן.

אבער ברוך אשר לא השבית לנו גואל, און די הנהלת החברא קדישא דקהל יטב לב ד'סאטמאר האבן איר געלייגט אינעם נייעם צוגעלייגטן חלקה. 


אפשר פארציילסטו פינקטליך ווי האט לייפער (דער ווואס פלעגט קער נעמען פין דעם מיידעל ע''ה) געוואלט מ'זאל לייגען דעם מיידעל
אין וואס האט דער שוואגער שפיץ פארפירט

פארצייל אלעס......

לייפער פארציילט פאר יעדן די אמת, ער האט פארשטאנען פארוואס מ'בעט געלט אין ער איז געווען גרייט באצאלען די פרייז וואס מ'האט געבעטן (האט נישט קיין מורא - נישט  קיין 6000, מ'האט געבעטן די זעלבע פרייז וואס די זאלי'ס פלעגן בעטן אין די 9 יאר וואס זיי האבען זיך משתלט געווען אויפן ביה''ח, אזא פאל ווען ס'איז  געשטארבען א בר מינן כדוגמתה)
ער איז נישט געווען אינטערסירט צו מאכען פין א נפטרת מיט וועם זיי האבען  זיך אלע יארען אפגעגבן פאר א שעיר לעזאזל.

רבי_יונה » 19/10/2009 03:07

די זאליס זענען אין זיבעטן הימל, אז זיי האבן דערווישט די 61 פתח תקוה מיידל, נאך גרויס מיה, און עס באגראבן אומזינסט, מען טרינקט לחיים אין אלע זאלי בתי מדרשים.

עס הייסט יעצט אז מען גייט טוישן די נאמען פון די זאליס מיידל שולעס פון בית רחל, צו די נאמען בית העניא היצל... נאך די חשובע 61 פתח תקוה מיידל... אזוי האבן שוין די זאליס א רעביצן זכרונה לברכה...

איצט ענדליך איז שוין די זאלי בית החיים אין א געוואלדיגער מצב, נאכדעם וואס עס איז שוין באגראבן געווארן דארט א נפל זי"ע..., א 61 פתח תקוה מיידל... א אינגעל... דער עכטער מעיאר פון קרית יואל... און פערלשטיין וואס האט געלאזט צוואה אז נאר דארט וויל ער ליגן...

גלייכצייטוג הערשט גרויס שמחה אין פתח תקוה, מיט די פייערדיגע בשורה אז זיי אלע וועלן קענען ליגן אומזינסט אין פאללאק לאט...

ווי אויך קומט די בשורה פון הרב זלמן פאלאק מיט זייין רעביצען, אז זייער סוער פייפ וואס איז גערינען אפען בית החיים איז שוין פאראכטען, אבער זיי טוען מעלדען אז אלע זאליס וואס קומען אויף זייער בית החיים, אז מען זאל מער נישט קלאפן אויף זייער טיר ווייל זיי לאזן קיינעם נישט אריין אין זייער בית הכסא מער...

ברוינפן » 19/10/2009 03:44

רבי יונה איך האב געמיינט דו ביזט קלוגער פון דעם

לאז דיך אפ פון בר מינן'ס, עס איז דא גענוג און נאך לעבעדיגע קעיר צו נעמען

rebyankel » 19/10/2009 22:23

לויט ווי עס קוקט אויס גייען די זאלי'ס גייען אין קאמפעטישען מיט די באקאנטע ''חסד של אמת'' פין ראביי גלוק.
אין יעדע'ן פתח תקווה בר מינן  וועלן זיי געבן אימזינסט אויף פאללאקס בארג


ווער עס האט מיטגעהאלטן די ווי שווער זיי האבען געארבעט צו באקומען דעם מיידעל ע''ה, פארשטייט וואס איך רעדט
עס האט שוין געהאלטן אז די משפחת לייפער האט שוין גערופן ר' שלמה שמש מאכ'ן די טהרה ווייל זיי גייען קויפן א קרקע אין ק''י, אין נאכדעם איז געקומען די רופן פין זיין שוואגער.....

נעבעך!

דוד46 » 19/10/2009 23:03

טאטלע

ווייז מיר די שטאטוטן אז א קינד לייגט מען נישט מיט די עלטערן?

ווען א קליין קינד גייט אוועק פון דער וועלט וויל מען עס נישט לייגן אין ק"י כדי די עלטערן זאלן נישט כסדר אהינקומען, ווייל עס איז נישט קיין ענין אז עלטערן זאלן גיין אויפן קבר פון א קינד.

דא האנדעלט זיך פון א מיידל פון 50-60 יאר וועמענס עלטערן ליגן שוין דארט אין ק"י.

און יעצט רעביאנקעל

אודאי האט הרב לייפער זיך פארבינדן מיטן געוועזענעם שמש, אזוי ווי אירע עלטערן ליגן ביידע אין אלטן בית החיים אין ק"י וואלט עס געווען נישט מער ווי רעכט אז אויך דאס איינציגס פארבליבן קינד זאל דארט ליגן. און אזוי ווי זי האט קיינמאל נישט חתונה געהאט מוז זי אויטאמאטיש באקומען אומזיסטיגע חלקה אלס טייל פון די מעמבערשיפ
 און די אויסגעצאלטע חלקה פון אירע עלטערן.

יעצט קום אויף מיט א פרישן תירוץ.

Palin12 » 19/10/2009 23:17

זייער פשוט, א קינד וואס די עלטערן באצלען מעמבערשיפ איז אינקלאדעד געווענליך ביז די זמן וואס ער האט חתונה

ליידער איז דא די רעדע פון א פרוי וואס האט קיינמאל נישט חתונה געהט ל"ע וועגען געזונטהייט, אבער ווען די עלטערן לעבען שוין נישט איטיליכע יאר דארף דאך איינער באצאלען, זייט אירע עלטערען זענען אוועק פון דער וועלט

הא ראיה אז די ביסטריצע משפחה איז געווען גרייט צו באצעלן 3 טויזענט דולאר, נאר זעקס האבין זיי נישט געוואלט

rebyankel » 19/10/2009 23:19

א חלקה פארקויפט זיך נישט ''פער משפחה''
עס פארקויפט זיך פער ''נפש'',
ביי א געווענליכע סערטיפעקיד פין די חברה קדישא שטייט קלאר נאר ''איש ואישתו'' אין מ'האט אייביג געדארפט צאלען ביי טראגעדיעס פין קינדער ר''ל  וואס זענען סמוך על שולחן אביהם.

איך וועל ענדיגן מיט די תגובה פין גערעכטער
גערעכטער1


 ר' ליפא קויפמאן לרפ''ש זאגט אז ער האט נישט געוויסט אז אביש וויינבערגער אין הלל דוב גאנז זענען אהרונים ווייל ער האט גיהערט אז די אהרונים קומען אין שפיטאל צו קראנקע פארפירן אין סטראשן אז מען זאל זיי געבן געלט פאר א קרקע אין צי עם זענען נאר גיקומען אביש אין הלל דוב גאנז פארפירן אין צווינגען צי געבן געלט פאר א חלקה, {אין אז ער זאל קענען באשטיין צו ליגען אינטערן פלויט}

טאטלע » 20/10/2009 00:27

דוד46
סאיז א תקנה פין חברה קדישא 
אין כהאב פאר דיר נייעס, סזאל נישט פאסירן אבער קיין וומ"ס קינדער לייגט מען אויכעט נישט אין ק"י , ממילא דריי נישט קיין קאפ אז די תקנה איז וועגן די עלטרען זאלן נישט גיין

גיי פרעג דיר נאך ביי די וואס האבן ליידער דארט ליגען קינדער
 איעדעס קינד וואס ליגט דארט וואס אין געוויסע פעלער האט מען געמאכט א אויסנאם ווי למשל ערב שבת ויום טוב נאכמיטאג אין יא געלייגט אין ק"י אפילו די עלטערן זענען מעמבערס האבן אלע עקסטער באצאלט פאר די קינדער אין די עלטרען זענען נישט אינקלאדעד אין די געלט וואס זיי באצאלן פאר די קינדער פאר זיך דארפן זיי עקסטער באצאלן

אין מעמבער שיפ איז נישט אינקלאדעד קיין חלקה אין ק"י נאר אין נו דזערסי

ווי ר יענקל האט דערמאנט ווען איינער קויפט חלקה אין ק"י שטייט קלאר איש ואשתו (כמיין סשטייט וביתו)

די ביסט טאקע אזא שוטה צי זאגן אז זי איז געווען אינטער די מעמבער שיפ פין די עלטערן וואס לעבן שוין נישט
בכלל קינדער מיינט ביי נארמאלע מענטשען סמוך על שולחן אביהם, נישט אין דעם עלטער , ניטאמאל אין נו דזערסי וואלט זי געדארפט באקימען אימזינסט

אויב עפעס איז נאך שווער פרעג

תוקן על ידי טאטלע ב- 20/10/2009 0:39:45