אין לאנדאן ביז יעצט האט די סאטמער תלמוד תורה געווארן אנגעפירט דורך די זאליס בראש פין שלום ציג
אין די מיידל סקול איז אנגעפירט דורך אהרוינים.
למעשה האט דער שלום ציג געפילנדערט פין אהרוינים געלט געבעטן פין א יונגערמאן 40 פונט א וואך
דאס הייסט 160 פונט א חודש, וואס אין דאללער איז עס 360 דאללער א חודש
אויסער דעם איז שלום ציג גאר א שלעכטער מענטש וועם מען האט מיט אים נישט געקענט פארהאנדלן.
אינמיטן זיממער האט הרב החסיד ר' ישעי' וואלף באצלט פאר א נייעם בנין 2 מיליאן פונט
מען האט יעצט נאך סוכות געפענט א ניי תלמוד תורה ביז כיתה ד' 210 קינדער בלי עין הרע.
ביז יעצט האט געלרנט אין גאנצען ת"ת 600 קינדער אין די אהרוינם האבן ארויס גענימען ביז נאך כיתה ג' 210 קינדער
אין ציגאב האבן זיי מיט גענימען די בעסטע מלמדים.
געבליבן ביי די זאליס זענען די יעקרעס פין לאנדאן ווי למשל די שנעק'ס הערצקע'ס בינדיגער'ס מאטיאש'ס פאזנע'ס שטערנ'ס ברויער'ס וואס לא פגע ולא נגע מיט סאטמאר זיי לערנען דארטן ווייל דארט קענען זיי טיען וואס זיי ווילן.
די פלאן איז יעצט אז טאמיר אלעס וועט גיין פלאן מעסיג צי עפנען איבער א יאר פאר די עלטערע קלאסן אויכט וואס דאס איז א ערך פין נאך 150 קינדער.
ביי די זאליס אין לאנדאן איז פינסטער זיי האבן זיך אויף נישט געראכטן זיי האבן געמאכט אסאך געלט פין שכר לימוד אויף די אהרוינים, ווייל אין די לעצטע 2 יאר זענען די בערגער'ס גוט אין די קרקע
( בעריש בערגער איז האט נעבעך צי דעם געכאפט א נערווען בראך פין פארלירן אזוי פיל געלט )
די לצים זאגן אז שלום ציג שרייט ווי א אקס...
תוקן על ידי פאראלעל ב- 16/10/2009 0:54:45