היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס פארלאנגען פין בן פראדל א אפאלעזשי

זאליס פארלאנגען פין בן פראדל א אפאלעזשי

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2702370

ארגינעלער » 15/10/2009 02:10

ביי די זאליס איז געועון א שטיעלע איבערקערניש היתכן בן פראדל איז געגאנגען צי שעה טובה אין געגעבן א אינטערוויא
פאר דעם גאסיפ מאגעזין, זיי פארלאנגען פין בן פראדל ער זאל אריין לייגן אן אנטשולדיגנוג אין דער איד

וועלן מיר מארגן זעהן ווער ס'ועט אויספירן

שכלדיג » 15/10/2009 04:08


לעניות דעתי דארף ער צום ערשט בעטן סליחה ומחילה פון זיין אייגענע כבוד, פאר'ן זיך אזוי מבזה זיין ברבים.

ער האט קיינעם נישט געשטעפעט אדער געהויבן, נאר זיך אליין מיאוס פארשעמט מיט נארישע ענטפערס און קינדערישע אויפגעטועכטצער.

משה ס'פאסט נישט פאר דיר, האסט מיך שטארק ענטוישט.

איזראלי » 15/10/2009 11:21

וואס ווילסטו נאך א פלאש גוטע ''שיבאס ריגאל' קען מען נישט בעסערס און נאך דערצו דער נאריש'ער אכסניא ווי ער האט געגעבן דעם אינטערוויא .

rebyankel » 15/10/2009 18:18

כ'געדענק ווען ער האט געשריבן אין שמיציגען איד, אז דאס וואס מאנכע זאגען בשם פין רבי'ן אז מ'טאר נישט פאר קיין מירון אויף ל''ג בעומר איז ליגענט אין ס'גאר א זכי' צו זיין דארט,
איז געווען איבערקערענישען אין ראדני ווייל ער זאגט אנדערש ווי פילאפף, ס'דעמאלטס געווען פארשקעווילען אין ראדני קעגן זיין שמיציגען איד.
למעשה איז דעמאלטס געבליבן אז ער גייט אריינלייגען א התנצלות, אויף וואס פילאף ווארט נאך היינט.

דער געוועזענר משתמש פאר זיך איז נישט סובל דעם גאנצען רעביזיכרוינעליווראכע ניגון, ער וואלט געקענט באשטיין מ'זאל יא האלטן פין רז''ל אין ער זאל כאטש דארט קענען זאגען פקודת בשם דעם רבי'ן (אין מ'זאל נישט לאכען אין ראדני)
ווען ר' אברהם חיים ליכטענשטיין האט מיט די הילף פין אראבישע זאלי'ס געמאכט א פראטעסט דעם חוה''מ פארענט פין ראדני שול קעגן די ליבאוויטשער בחורים וואס האבען פארקויפט די קה''ת ספרים פין בעל התניא וכו' האט דער געוועזנער משתש דווקא געקויפט דארט ספרים (כ'דארף אייך נישט זאגען וויאזוי ס'האט דארט אויסגעקוקט נאכדעם).

אבער משה ס'שוין צו שפעט, יעציט קענסטו טאנצען מיט די אלע צבועים, מיט די דורכגעפוילטע פין אינעווייניג, אין מיט די אפפאל פין כלל ישראל אזש מיט יוסל וואלדמאן,
נאר זיי קלעבן צו דיר.