די חברה כאפן נישט אז מיט יעדן פרישן אומשכלדיגן איסור וואס זיי געבן ארויס מאכן זיי נאר א חוזק פון איסורים, אזוי אז ווען ס'וועט אמאל קומען אן אמת'ע פירצה אויף וואס מען וועט באמת דארפן מוחה זיין וועט דער עולם לאכן דערפון.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מיכאל שניצלער'ס טעיפס איז ערגער פון לחיים ברידער אדער אנדערע סימילער טעיפס וואס זענען ארויסגעקומען די לעצטע פאר יאר?
אה יא, מיכאל האט זיך געוואגט אנצופאנגען מיט זיי, ער האט געמאכט א ניגון איבער זיי און זייערע פארדרייטע מוחות. וויאזוי זיי זענען ביזי מוחה צו זיין אנשטאט צו העלפן אידן.
אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען.
מיין ערשטע ריעקשאן נאכן הערן אז סאיז דא א איסור איז געווען אז איך בין געלאפן אין סטאר קויפן א סידי פון מיכאל.