קטונטי שרייבט אין אנדערע אשכול
איך וויל"נאכאמאל" מעורר זיין אונזער באליבטער מנהל. איך וועל נאר
ווידערהאלן וואס איך האב שוין איינמאל געבעטן. וואס זינט דאן איז עס געווארן פיל
ארגער!! {עס האבן זיך צוזאם גענומען א גרופע זאליס (זעליג'ל ודומה לו.. פארנומען
מיט צפיות און נאך אזאנע שטותים..) וואס זייער גאנצער ציל איז נאר אראפצובצוברענגן
דעם הויכן ניווא פונעם שטארק רעספעקטירטן פארום "כל העולם כולו" . איך זאג אייך,
איך ווייס ערשט האנטיגע אינפארמאציע אז די זאליס האבן זיך גענומען פאר א ציל צו
מאכן דעם פארום "קינדיש און נאריש"... אויב לאזט מען דאס צו, וועט עס ביז א קורצע
צייט אויסקוקן ווי זייער אחים אנחנו.... ) } ראה הוזהרתיך! אונזער פארום ווערט
לעצטנס פארפלייצט מיט צענדליגע אומנויטיגע (מילד געזאגט..) אשכולות דורך א שלל פון
קינדערגארטן קינדער (דוכט זיך ס'פעלט נישט אויס קיין נעמען...) און עס איז די
העכסטער צייט צו נעמען שריט דערצו! בשם אלע חברים און אונזערע טויזענטער שטענדיגע
לייענער!
איז ער נישט גערעכט?
קוק ווי די זאלי'ס האבען זיך היינט צילאזט!
קיין איין תגובה נישט צו די זאך!