ביי די זעקסטע הקפה האט דער נועם המידות רעבע געכאפט א נערווען בראך און האט זיך גענומען שרייען.
נישט אויף אונז...
נאר אויף זיינע קעלבלעך מיט קולי קולות
קודם האט ער אראפגעווארפען דעם טלית פון קאפ.
די ספר תורה איז שיעור געפלויגן, חיים יושע גאלד בן שמשון יאנקע האט עס שנעל געכאפט.
און ער נעמט זיך ווארפען מיט די הענט און שרייט:
* גייטס ענק אהיים
* זינגטס נישט דא קיין הוללות
* איך דארף ענק נישט האבן !
* איך בין דא אלעבעס, ווער עס וויל נישט זאל זיך גיין !
1) מאנכע זאגן אז ער האט געזען דעם שיטערן שיל איז ער פשוט משוגע געווארן
עס האט אים צוגעטרעטן צו די נערווען נעבעך.
2) אנדערע זאגן אז רעבע שימעלע פלעגט זיך אויך אזוי פירן צו שרייען ביי די הקפות ווי א נערווען קראנקער.
3) אנדערע זאגן אז דער עם הארץ האט פשוט פארמישט מיט ליל אושפין יצחק. ער האט געדענקט אז סוכות בייזערט מען זיך, און דער שוטה האט געמאכט א קליינעם טעות, פון בצר צו בצרה. פון ליל ב' צו שמיני עצרת.
4) ס'איז דא וואס זאגן אז די ניגון וואס מ'האט געזונגען האט אים ברענגט קאשמארן פון הופער און דאס האט צוגעפירט צום בראך.
5) אנדערע זאגן אז ס'איז די בית החיים סינדראם האט יעצט אויסגעבראכן, אויפן זעלבן פארם ווי ביי די "גאנאווים גאזלאנים חאמסאנעם" נערווען אטאקע.
דער תמצית איז: ס'איז דא וואס זאגן און ס'איז דא וואס זאגן אזוי...
wow יונה'לע
אויף אזא גוטס האב איך זיך נישט גערישט...
איך וועל דער זאגן, עס האט אים נאך געקלינגען אין די אויערן די יאמערליכע געוויינען פון דיין רבין ביי די הושענות, אזש ער האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן...
איך האב יעצט גערעדט צי איינעם וואס איז דארט געשטענען ביי די אויסברויך...אין ער האט מיר געזאגט אז ר' זלמן לייב האט געשריגען אז ווילאנג מען ברענקט עם נישט דעם זעלבען לא לנו קאפעל... ווי זיין ברידער טאנצט ער נישט ווייטער
[בילד – נישט אפגעהיט]
דו נענועים אויף א סטעדזש א גאונות פון א חלה דעקל
א מאסט צו הערן אבער הערטס ביז די ענדע נישט אראפלייגן!!!!!
ל''ע אין אזא טאג נישט צו גיבן די פילן איז מסוכן!!!
שמעו ותחי נפשכם.
קאלט שוין, 718-305-6942 דאן ווען ער הייבט אויף, דריקט 1 דאן 4 דאן 1 דאן 9 דאן 6 און 6
דער מוח וואשער איז דא....
א סטעידש ביי נענועים.. קענסט אים אפפרעגן?? והא ראי' אז דער רבי איז העכער די מענטשן...
פאלט אים ניטאמאל ביי אז דאס איז סאטמאר ביפיו, און אז איינער האט געכאפט אזא נאנטער בילד זיצט ער אויף דער ערד ווייל אין סאטמאר ארום דעם רבי'ן ביי די נענועים איז געשטופט און געהארגעט, און אין די צוואנציג פיס פון רבי'ן קען מען נאר זיצן אויף דער ערד ווייל טויזענטער מענטשן אין גאנצן ביהמ"ד ווילן זעהן די עבודת הקודש, נישט אזויווי דער נעילת החג רעבע וואס ביי נענועים איז א שפאציר גארטן ממילא קענען ראפילו די ארומיגע שטיין אויף די פיס ווייל זיי שטערן קיינעם נישט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס קוקט אויס ווי דער יונה'לע פארדייט נישט קיין אנדערע מיינונג
דאס איז ריכטיג 1+1=חלה דעקל!
האט רז"ל געשריגן און פארפירט אינמיטן די הקפות?
יא אדער ניין !
אלע 750 מענטשן אין ראדני האבן עס געזען און געהערט !
הער אויף לייקענען. שעמסט מיט דיין רבי'ן דאס איז דיין פראבלעם.
יונה'לע
עס איז נישט געווען קיין 750 מענטשן
קוים 100 מענטשן
ר' יונה סטאפ!
איך פארשטיי מיר האבן א אנדערע מיינונג,
אבער ווען די רעדסט פון דער נאבעלע מראה, וואו ר' זלמניו, האט זיך צושריגען און מיטן די הקפות, אזוי זיין צווילינג ברידער ליפאלע, ביי יוסף שפיעל, און פסח תשנ''ט, און ווען הרה''ח דוד עקשטיין איז געקימען צום טיש פון ברך משה זי''ע, און ווען זלמן לייבלע האט אים א וועק גענימען זיין פלאטץ ביים באגלייטען תשנ''ד, און נאך און נאך, רינט פאר די זאליבאנער שוים פון די פיסקעס!
דעריבער האב רחמניות און ברענג עס נישט ארויף אזוי ברייט נאכאמאל!
איינער שיקט מיר אין אישית אז די צווייטע טעם איז די עכטע.
יענער זאגט אז ס'קען זיין נאך טעמים. אבער די צווייטע ווייסט ער קלאר אז ס'איז אזוי.
דוד, אפשר ווייסטו?
אדער אפשר האט עס צוטאן מיט עטרה?
אהההההההההה
דא האט זיך אנגעהויבן א געמעקאכטס! קענסט מיר זאגן וואס איז ראנג מיט די נאמבער ווי מען הערט דעם קדוש שרייען וווייייי וועעעעעעע
שעמסט דיך דערמיט? אקעי, וועל מיר מאכן א גוטס
אי''ה
זעט אויס אז ר' כסיל הערש האט אים דערציילט אז אויך אין קראלי האט מען אזוי געכליפעט
ניין דוד עס האט נישט, די עטרה באלאנגט אויסדריקליך פאר זלמניו דער שטאט'ס משיגענער, קענסט פרעגן שייע יענקעל שטויבער, וואס שרייט ביי יעדע ברית מילה וואו ער געפינט זיך נאר מיט קולי קולות ''ניתגלע עטרהאאא!!! או או או או!
אדער אויב די געדענקסט אז דער זלמניו האט אונז פארקויפט אז דער רבי דער ברך משה וויל נישט קימען צו די חתונה פון א איר אייניקעל, ווייל דער ''עטרה'' וואב האט געדארפט פארן קיין יושנה, איז בטעות געפארען צו א ווערהאז און קווינס,
עס וואלט געווען א גלייכע זאך ווען איינער קען מאכן א קליפ ווי מען קען הערן די כליפעריי ביים הספד פון רבינו הק' בעל ברך משה זצוק"ל און די כליפעריי הושענא רבא
עס וואלט געווען א בעסט סעלער קליפ, עס וועט זיך זיכער בעסער פארקויפן ווי די טיקעטס צו די ווידיא פרעזענטעישן פון די פריעדריגע רבי'ס דעם חול המועד
די תגובות ווערן פשוט פארשוואונדן ווייל...
1+1= א חלה דעקל
דוד און זעליגל
ביטע מאך משוגע אין נוירסערי פורום.
דא קענסטו ענטפערן ווי מענטש, אדער שווייגען ווען דו שעמסט דיך.
איי איי איי ר' דוד, אונז שפיר מער דיין ווייטאג, נאר וואס זאלן מיר טאן אז ביי רבינו שליט''א האבן זיך געזעגענט טויזענטער יודן, פאר די הייליגע טעג יעדער האט אויסגעגאסען זיין צער און ווייטאג, פאר רבינו שליט''א, און רבינו שליט''א איז מיצר בצער של אחינו בנ''י, און ער האט איינגעריסען פאר ישיעות און רפיאות, ביי די הייליגע הוש''ר דרשה,
משא''כ דיין שטריקעלע האט געזעגענט א פאר יאקאבאוויטשליך, מיט יודע גרין, דער מ''מ און תלמוד פונעם אומפארגעסליכען שלמהלע קארלירבאך, זכיתן יגן ואנחה אויף אלע זאליבאנער, דעריבער איז אים נישט אזוי געקימען צו וויינען!!
זייער איינציגע ענטפער איז
חלה דעקל
סטעידזש
ברענקס זו
עטרה
ברוקלין ברוק
און נאך אזעלכע בעיבישע תגובות
די בזיונות וואס דער לאקאלער נועם המידות ציפט?
האט איר אביסל למה נגרע !
איך הער אז ר' אהרן האט זייער געוויינט אין האט זיך געשטעלט אויף די פוסק וואס מען זאגט ביי ראש חודש בענטשען..מי ברעש ומי במגיפה אין האט געטייטשט אז סאיז דא
באראש איז נעבעך דא א מגיפה..........
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 13/10/2009 20:48:16
א חידוש אז די אנשי כנסת הגדולה האבן נישט מתקן געווען די ברכה פון שלא עשנו זאלי ביי ברכות השחר!!
ביזט גערעכט יונהלע
אנטשטאט צו רעדן פון א אזעלכע שטותים ווי א סטעידזש ביי די נענועים, א חלה דעקל, נענועים מיט די ספר תורה שמחת תורה ביינאכט, כליפען ווי א חסר דעה, איז ענדערש צו רעדן פון אזעלכע געהויבענע ינים ווי הוללות ביי די הקפות, גזלנים חמסנים אא"וו.,
ר' יונה ענפער זיי פשוט! חלה דעקל!!!! שוין!! אלעס פארענפערט! ר' זלמניו האט האט געהאט קרוב צו א ביליאן פארשוינען ביי קפות! די שקל שלם דיגע דברי תורה האט שטארק אויסגענימען ביי די וויטשליך! וואס נאך? יא! די נעילת החג פיקטשערס זענען גלינגען! און בן פראדעל'ס נאז איז אראפ געלאזט נאטירליך נישט חלולה ווייל ער איז אנגעזעצט! וע''כ חלה דעקעל!
תוקן על ידי פארשטיי ב- 13/10/2009 21:35:39
די זאלי'ס זענען מורא'דיג ווילד אויף דעם אשכול, אין זייער קינדערגארטען האבען זיי געפענט א ''קאנטער אשכול'' קעגן רבי יונה..... (האסט נישט מורא?)
ווי דער חכם פירט אויס:
איך מיין אז ווער עס האט די יאר מיטגעהאלטן די הקפות און האט צוזאמען מיט די אנדערע טויזענטער חסידים צוגעזעהן די הקפות און בפרט די עבודה ביי די נענועים ווי טויזענטער אידן זענען געשטאנען צוזאמגעשטופט כאיש אחד בלב אחד און געטאנצט מיט א זעלטענע התלהבות, די טויזענטער אידן וואס האבן געהאט די זכי' דאס מיטצוהאלטן וועט דאס קיינמאל נישט ארויסגיין פון די ביינער
ווי טויזענטער אידן זענען געשטאנען צוזאמגעשטופט כאיש אחד בלב אחד און געטאנצט מיט א זעלטענע התלהבות
מיר זענען אזו ווילד אז מיר האבען געבטען דער מנהל זאל אראפ נאמען אלע ענקערע תגובות..האסט נישט באמערקט אז פין די 40 תגובות פין די אשכול איז פליצלינג געווארען 17 ?...
חלה דעקל, סתם דרייען א קאפ, וואשן מאשין.