היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ראדני סוכות תש"ע

ראדני סוכות תש"ע

73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2700954
בלאט: 1 2

רבי_יונה » 12/10/2009 22:51

דעם יום סוכות העעל"ט איז ראדני געווען א בית הקברות, פיזיש און גייסטיש.

פיזיש:

דאס גאנצע שול איז געווען אויסגעקלעפט מיט ווילדע צעדרייטע און צעהיצטע פלאקאטן איבער פאלאק'ס לאט.
ריזיגע ליילעכער האבן מקבל פנים געווען די גרויסע געסט מיט די נייעס פון די "בית הקברות" שע"י הזאלי קאמפאני.

עס איז געווען א געשמאק אריינצוגיין דארט, און זעהן די "בית הקברות" אראפשרייען פון אלע ווענט.

גייסטיש:
איז דארט געווען פוסט און לער און דעמאראליזירט אז ס'איז פשוט א רחמנות.

די אפגעריסענע "לוח המודעות" וואס ראצפערד וואלט זיך געשעמט דערמיט, האט דארט געהאנגען אויף כח.


די מודעות האבן מודיע געווען, צווישן איבריגן, אז:

* יעדע עידזש איז צוגעגרייט באזונדערע פלאץ אויף די "סטעידזשעס" אדער פלאטפארמערס
* ס'וועט פארן באסעס אויפנעמען מענטשן הושענה רבה קיין ראדני בית הקברות - הין און צוריק
* א גאנצע פעידזש איבער די "נעילת החג" צערעמאניע
* ס'וועט זיין קאלטע געטראנקען א גאנצע צייט ביי די הקפות
* מ'וועט טיילן הקפות'לעך מיט הושענה' זאגערס אבי די "חסידים" זאלן שוין אמאל קומען.



פאפא מיט ראצפערד האבן זיך קיינמאל נישט משפיל געווען צו אזא סטופיד שפלות - און מיט דעם אלע איז דארט געווען בזיונות נוראות.


איך האב צו באקומען בילדער פון די לוח המודעות
און פון די "מעכטיגע "ראדני בית הקברות" אויסשטעל.

ווער עס האט האט בילדער, איז מכובד ארויפצושטעלן.

א דאנק

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:19:46

rebyankel » 12/10/2009 23:00

די קינדער מיט די קארפען קעפ, בראש פינעם נורסערי מלמד א' דאקאהל - דער יעצטיגער פאראפאגאנדע פירער, האבען זיך נישט אפעגשטלעט ביי דעם

דעם TOLL FREE 800 נומבער, פאר'ן וועד האש''ל
אין די ריזיגע סיין'ס אויף די דרויסענדע ווענט פין ביהמ''ד צו באגריסען די ''טויזענטער'' געסט
די מעכטיגע ''בחצרות קדשינו'' לוח וואס מ'האט ארויסגעגבן אז יעדער זאל וויסען די פינקטליכע זמנים פין ''אלע הקפות''
וכו'

עס פארציילט מיך איינער, אז רז''ל האט אנגערופן יחזקאל בראך פין ב''פ, ער זאל ספאנסערן די טיקעטס, פאר די ירושלימער ישיבה קטנה בחורים, {קעסטענבוים (וועלכע פלעגט אמאל צאלען) צאלט היינט נאר פאר וועם ס'דאווענט אין ''זיין'' בעטלאנער שול דמשק '''אליעזר'''}
האט אים בראך גענטפערט: קודם צאל טיקעטס פאר די יודען פין קליימער נאכדעם וועט מען רעדן פין ירושלים.......

זעליג_כהן » 12/10/2009 23:23

I Wish מיך וואלט אזוי אינטערעסירט יעדן דיטעיל פון הופפער...

לויט ווי ס'זעהט אויס איז יעדעס מאל וואס מ'שרייט ביי הופפער הקפות הוווייי! זאגט מען זיך איינעם דעם צווייטן ''א נקמה אין זאולי-משה גבאי.....''

rebyankel » 12/10/2009 23:43

דער ליידאק מיט זיין דורכפאל

די דערמאלעזאציע איז דארט אין לשער,
די סטעיזש'ס מיט אלע אנדערע פעולות וואס זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, איז די זשאוק אין שטאט
יעדער ווארפט די שילד אויפן צווייטען,
דאסקאהל האט דאך ציגעזאגט, אז דאס מאל גייט נישט זיין קיין לעכער אין כאטש די סטעיזשעס וועלן זיין פיל.

ביי אלע דריי הקפות האט מען אויסגעשטעלט דעם שול א צווייטע וועג, אין פראבירט זייער מזל, ווייל שוין ביי שמיני עצרת הקפות האט דארט אויסגעבראכען א ווילדע אטאקע דורך רז''ל אליין'ס, ''מחוצפים הללות'' מ'טאר נישט טאנצען ארויף אין אראפ ביי די  זעקסטע הקפה..... אשרי עין ראתה!
שמחת תורה איז אויף מזרח געווען  אריינגערוקט די פארענטשעס/סטעיזשעס ביז נאך די 2 טשילאר'ס..... ווייל שמיני עצרת זענען די פארענטשעס געווען ''דורכזייכטיגע'' אזווי ביי די פרייטוג צו נאכטס טישען!

ביי גשם האט מען ספעציעל געלאזט די הויכע סטעיזשעס אין שול, כדי ס'זאל אויפנעמן ווי מער פלאץ, זעהט אויס אז די ברייטע דורכגענג נאך יעדע 4/5  זיצען שנייד נישט גענג פאלץ!

דאס אריינרוקען די סטעיזשעס אין די ''3'' שטאקיגע פארענטשעס (פין דרום אין צפון) ביז פאר די ווייבער שול, האט געמאכט אז די רינג איז געווען ממש כמעט נאר ארום די באלעמער אזש כ'ווינדער מיך וויפיל טיילנאל רז''ל האט געדארפט נעמען ער זאל נישט ווערן דיזי פין אזא רינגע ראנגע ראזי געלויפעכץ.

א פאפא'נער זאלי האט זיך אויסגעדריקט, ''קוק! מיר  זענען שוין טאקע גרעסער ווי סאטמער''

די דערפרעסקייט האט זיך אויך אנגעזעהן מוצאי יו''ט ביים פיקטשער טיש, ווי די 550 זיצען (5 רייעס אויף ביידע זייטען = 10, פין 5 בענק וואס יעדע באנק האט 11 זיצען (ער נישט די אלטע בענק פין ראדני, וועלכע  זענען געווען צו ''גרויס אין ראדני'') = 55 זיצען אין יעדע רייע, =550 זיצען) זענען קוים אנגעפילט געווארען, די מזרח פארענטש האבען נאר געמעגט שטיין די קינדער, אין די 2 זייטן זענען אויך גאנץ שיטער געווען מיט דפערעסטע בחורים, ווען אין די בעקראנד הערט מען ''אהרן הופער אהרן הופער אהרן'' כו'

אויב גייט עס ווייטער אזוי, דאן גייט ''אלעס ציריק צום אלטען''

חייםהעלער » 12/10/2009 23:57

אדורך גייענדיג די סוכה ביי נעילת החג. הער איך ווי א זאלי/בני יואל זאגט פאר זיין איידעם- יעצט זאגט די רבי תורה, עס איז נישט אינטערסאנט, איך כאפ אינצווישן א ציגרעטל, שיק מיר א טעקסט ווען ער ענדיגט...


ברוינפן » 13/10/2009 00:06

מענין לענין באותו ענין

א טאטע לויפט נאכען זמן מיט זיין אינגל צו ר' זלמן לייב'ס נעילת החג טיש און דער אינגעל רעגט זיך און ער פרעגט זיין טאטע. טאטי פארוואס מיז איך גיין דארט איך וויל מיך ליבערשט שפילען אינדערהיים, און דער טאטע ענטפערט אים, מען מיז גיין ווייל אזוי וועסטו אריינגיין אין די גורל פון אלע קינדער וואס גייען צו די טיש

YESWECAN3 » 13/10/2009 00:23

ברוינפען!...יעצט האסטי באמת ארויס געברענקט דיין נייטראלקייט....

YESWECAN3 » 13/10/2009 00:24

יונהלע...פארוואס פארגינסטי אינז נישט?..אבי מיר האבען שוין א בית הקברות...

rebyankel » 13/10/2009 00:46

וואס קרענקט זיי?

שטעלט ענק פאר :
פאר 10 יאר ציריק, האט דער משתמש געברענגט קיין וומ''ס א נידריגע ליידאק פין ירושלים, אין אים אויפגענומען פאר רב........
אין מ'האט פארשיקט פין גרויסען ביהמ''ד יעדע נארמאלער מענטש, אלע סאטמערע חסידים,
טייל האט מען ארויסגעטראגען, טייל האט מען פאשיקט דורך אריינברענגן דעם ליידאק מיט שלעגערס אין מנוולים אין נידריגע מענטשן אלטע בחורים אין גרושים צו פירן אין שרייען אין שול, וכו' 
ביז דער ליידאק האט ארויסגעווארפען דעם ראה''ק בכח הזרוע, אין אים ארויסגעשטויסען פין די ראדני אפיס,

זענען די ראה''ק געגאנגען אין גערופן דעם ליידיג אין זיינע שליחים לגניבה צו ''די''ת''  ווי די הלכה פארלאנגט.
אין פארשטייט זיך אז ער בשו''א נישט געוואלט קומען,
איז קהל געגאנגען אין בלית ברירה גערופן די גזלנים אין קארט ''ברשות בי''ד'' כדי צו צווינגען די כת צו קומען צו די''ת, אין ווען דער ריכטער האט געפרעגט פינעם כת פארוואס זיי ווילן נישט די''ת האבען זיי גענפערט {עס איז דאן געווען די ערשטע מאל, היינט צו טאגס האבען זיי שוין גענטפערט אין בג''ץ אין און ב''פ וכו' בערך די זעלבע לשון} ''מיר ווילן די קארט זאל פסקנ'ן...... '' מיר ווילן נישט קיין בית דין''
ציליב דעם האט מען ברשות בי''ד געפענט א געהעריגע קעיס אין געריכט,
האבען די גזלנים אנגהויבן צו טענ'ן אז דאס א רעליגיעזע אישו אין די קארט טאר זיך אריינמישען, {דעמאלטס פארוואס גייען זיי נישט צו די''ת כאטש??), אין קארט האט זיי נאכגעגבן,
אין ''אלעס איז געבליבן ביים אלטן''

(א פסק וואס זיי זעהן היינט אז עס גארנישט אזוי גיט פאר זיי, ביה''ח אין ב''פ יוכיח, ספעציעל אז זיי קענען נישט באקומען קיין פערמיטס אין קיין מארגעזשעס אויף קיין איין בנין וואס באלאנגט פאר קהל יטב לב)
למעשה היינט צו טאגס, זיצען זיי בגניבה אין די בנינים פין קהל יטב לב, אין די פיליעריגע סאטמערע חסידים האבען געמיזט בויען א נייע {טאקע א גרעסערע} ביהמ''ד (אזווי די ארטארדאקסן האבען געמיזט טוען, ווען די נעלאגען האבען איבערגענועמן די מאכט אין רוב בתי מדרשים אין אונגערן)

איז אזוי:  די בית המדרש אויף ראדני, וואס איז שוין אין אינזערע צייטען געווען לאנג אויסגעוואקסען, אזש מ'האט שוין אנגעהויבען צו בויען א נייע בית מדרש, קען ער ניטמאל אנפילן האלב דערפון אפי' ביי הקפות 
(ווער עס געדענקט די הקפות ביי רבינו בעל ב''מ ז''ל פלעגן די מעריב פארענטשעס זיין אין פאליש, אין דרום אין צפון איז געווען ביזען וואנט, אין מזרח איז געווען כמעט ביז'ן ארון קדוש, אין מ'איז געווען צידריקט פינקט ווי ביי די הקפות אין גרויסען סאטמאר ביהמ''ד אויף הופער)
אין פילט אן די וואנט מיט שענק, מאכט ברייטער די פוילען (אין די זעלבע צייט וואס מ'האט אין ביהמ''ד אין ק''י אפגעשיילט די פוילען) מ'לייגט צו דורכגענג נאך יעדע 4/5 זיצען, אין מ'ברענגט אריין טישען אין ביהמ''ד, וכו'י וכו' אין די בושות אין לשער.
די זעלבע זאך טוט ער ביים פיקטשער טיש, אין ''נייעם ביהמ''ד'', ווען ער ריקט די פארענטשעס נאר ביז די גאלערייען, אין רוב היכל ווערט פארנועמן דורכ'ן ריזיגען לאנגען-16 פיסיגע ברייטע טיש, אין פראבירט אויפצונמען ווי מער פלאץ, אין האפענטליך וועט כאטש דער פיקטשער געלונגען.

יעדער פארשטייט אז דאס איז דער גרעסטער סעמפל פין א ''לוזער'', ער גנב'ט אין ער האט נישט וואס צו טוהן דערמיט

פינקט ווי ווען א גוי גנב'ט א פאר תפילין, אדער ווען א ע''ה גנב'ט א ש''ס, אין ווען א פרוי גנב'ט א מענערישע רעקל.

דאס ברענגט אז יעדער מענטש קוקט אים אן אזוי נידריגע אין ביליג,
ספעציעל אז דער עולם מיט וועם ער טאנץט הקפות איז פין אזא נידריגע אין ביליגע סארט, (די פאר ערעסטע וואס ער האט לויפן צו פרידמאן/פילאפ/וכו'), כמעט קיין עלטערע מענטש צו געפינען, אין וואס יא, האבען אויף זיך רעקארדס פין......

די בזינות האט נישט קיין טרייסטען!

אבער, רז''ל ס'דא א וועג ציריק, שטעל דיך צו ''דין תורה'' אין בעט איבער די אלע יודן וואס לעבן נאך, אין די וואס זענען שוין בעלמא דקשוט,
 בעט איבער דיין הייליגען טאטען, בעט איבער דיינע ברודער אין שוועסטער, הער דיך אויף צו חבר'ן צו הולכים בערכעות, מוסרים, מנוולים וכו'י אין הקב''ה וועט אננעמן דיין תשובה.



תוקן על ידי rebyankel ב- 13/10/2009 0:49:47

ברוינפן » 13/10/2009 01:02

YESWECAN
איך בין נייטראל, אמאל אמאל א גוט ווארט שאט נישט

חייםהעלער » 13/10/2009 01:04

אזוי נייטראל ווי חיים יהושע?

ברוינפן » 13/10/2009 01:07

נייטראל אז איך בין א חסיד פון מיין רבי, אבער א גוט ווארט קען איך אננעמען אויף ביידע רבי'ס אפילו א קליינע טשעפעלע

1נארמאלער » 13/10/2009 02:26

זיצנדיג אין קראלע'ר מקוה שמח"ת צופרי, הער איך ווי עפעס א 50 יעריגער זאלי [לייען: שונא] וואס ווייסט נישט אז מ'טאר נישט אלעס זאגן הויעך... רופט זיך אזוי אן צו א אינגערמאן דארט (אויך א זאלי): איך בין געווען נעכטן ביי ביידע הקפות, למעשה זעה איך אז דער אהרן האט א היבש גרעסערן עולם.. הא?.. , דער אינגערמאן איז אודאי נישט שטיל געבליבן, און געענטפערט ווי א זאלי... הערט זיין ענטפער: נאך א מזל! ס'טאר נישט זיין קיין צו גרויסער עולם, ווייל ווען די רבי'ס האבן צו פיל מענטשן, שמייסן זיי.

ודברי פי חכם חן.   (דאס איז טייטש א זאלי!)

צביהירש » 13/10/2009 03:48

ס'איז טאקע זייער נישט גוט דער מצב אבער מכל מקום, מיט די אלע פראבלעמען איז נאך אלס בעסער ווי אין די צייטן ווען מ'האט פון די הויכע פענסטער יעדן ערליכן יוד גערודפ'ט און אויף אסאך אידישע קינדער געהייסן ווארפן שטיינער. לפי פקודת האדמו"ר הידוע וועלכער האט גע'דרשנ'ט אז מ'דארף שרייען כוהנים ארויס און פאר'ן קאשויער רב ז"ל עפרא לפומי' וכו'.
היינט צו טאג קומען זיך אלע חסידים צוזאמען אויף א דעמאקראטישן אופן סיי אין ראדני, סיי אין הופער, יעדער ברענגט זיך זיינע חסידים. נאר זיי פארגעסען וואס דער הייליגער דברי חיים ז"ל האט געזאגט אויף די היינטיגע רעביס ווי ס'ווערט געברענגט אין די השמטות אויף פרשת ויקהל. 

פרוכטבאר » 13/10/2009 15:24

למעשה, ווער האט ראדני?

פארשטיי » 13/10/2009 15:35

יא! די זאליבאנער האבן פארכאפט די מאכט און ראדני!

ע''כ איז וואס? וואופול געלט האט דאס אפגעקאסט פאר די זאלי קאמפאני 6 מעלוינעס? איז עס ווערט געווען? וע''כ וואלט דען נישט בעסער געווען ווען די זאליס לאזען דעם אלטען ראדני שוהל פאר די וואס קענען עס אנפילען? און דער זלמניו זאל בלייבען און סיגוט ב''פ,? עס לוינט זיך טאקע פאר יעדע שמחת תורה צו צאהלען שווערע געלטער פאר אונשענירען און ארכיטעקטען אז זיי זאלען פארקלענערן דעם ביהמ''ד ביז צו א מאקסמום?

או.. שיעור פארגעסען..... אוי ... יא! ווער האט דעם בית החיים?

רבי_יונה » 13/10/2009 18:00

די לוח המודעות איז דאך ממש דאס ליצנות אין די שטאט.

זייט 1:

[בילד – נישט אפגעהיט]


זייט 2 האט מען מקדיש געווען פאר די "נילעס האכאג" צערעמאניע

[בילד – נישט אפגעהיט]


קהל ראצפערד קען זיך קומען לערנען פון די זאליבאנער

רבי_יונה » 13/10/2009 18:03

קאלטע געטראנקען
מ'וועט טיילן זאגער'לעך, פאר שמיני עצרת און פאר שמחת תורה
מ'וועט טיילן סידורים און געזעגענען פון די סוכה זאגערס

נישט שטערן די גרויסע קינדער,
נישט שטערן די קליינע קינדער מיט די טאטעס
די בחורים וועלן שטיין אויף דרום און צפון זייט.

נעבעך... זיי זאגן פונקטליך אז מ'זאל טאנצן שירי שמחה נאכן באגלייטן !

און זיי וואונדערן זיך נאך פארוואס זייערע קעלבלעך קומען נישט!

רבי_יונה » 13/10/2009 18:10

מ'וועט געבן קידוש צו מאכן אין ראדני א גאנצן טאג שמחת תורה.
ברייטע סעודות אין די סוכה


אין הופער גיט מען דיר שווייץ און שטויסעס
אין ראדני גיט מען עסן, טרינקען

און ראדני פוסטעוועט פון הושענה רבה ביז נאך שמחת תורה
איר פארשטייט עס?

רבי_יונה » 13/10/2009 18:57

ראדני בית הקברות
די מודעות שרייען אראפ, ארצות החיים.

זכור את אשר עשה לך עמלק
באצאלט 1800 דאלאר
באצאלט 1200
באצאלט פון מעשר געלט
בהוראות הבד"צ (לישקע פורים בית דין)
בריוו פון רז"ל


זכור אשר עשה לך
לייענט דורך זייער בויך וויי. ס'איז א נחת !

[בילד – נישט אפגעהיט]


די מודעה איבער די בית החיים "מפעל ארץ החיים", ביז משיח וועט ק ומען
בזיון המתים, בזיון הזאלי, וכו'
יעדער וועט קענען לייגן בודקעלעך..
[בילד – נישט אפגעהיט]



הארץ רייסענדע בריוו פון זאלי און דעם פורים בית דין
און אינטן זען מען די ריזיגע מודעות וועלכע האבן באשיינט דעם ראדני בית הקברות איבערן יום טוב סוכות

עשה למען שוכני עפר...

[בילד – נישט אפגעהיט]




איינס פון די "יום טוב'יגע סיינס" אין ראדני בית הקברות
עס באשיינט פשוט דעם יום טוב  אזעלכע מעכטיגע מודעות

[בילד – נישט אפגעהיט]


די זאליס האבן געווארפען יואלי שטערנבערג, ווייל ער איז א בטלן... שטערנבערג איז א בטלן אז ער נישט געקענט גוט אויסשטעלן דעם טיש אז עס זאל אויסקוקן מעכטיג...

יעצט האט מען אויפגענומען א נייעם חכם דאסקאל, עפעס א מעכעליסט.
דער דאסקאל איז מכלאפעשט א מייסטער אין די פאך פון אריבערברענגען די מענטשן קיין ראדני איינמאל פאר אלעמאל. און גוט אויסטשטעלן ראדני אז עס זאל קנאקן אפילו אן מענטשן

דער דאסקאל האט אנגעהויבן מאכן די משוגענע מודעות אינאיינעם מיט ליפי קרויס און פיצי יאקאבאוויטש
ער איז דער אינזשעניר פון די מעכטיגע סטעידשעס און וועט אויסשטעלן ראדני, אז קיינער זאל נישט כאפן אז ס'איז בכלל ליידיג... פארדעם איז דאך דאסקאל דא, צו מאכן אזעלכע שטיק אז עס זאל אויסקוקן פול !

וואס האט ער געטאן?

די ערשטע נאכט האט מען אראפגענומען די "ברעטער" פון די פארענטשעס.. און דער דאסקאל האט זיך גענומען שרייען מיט משוגענע און באנימענע קולות...
"סכנות נפשות"...
"סכנות נפשות"...
נישט שטיין אויף די 7 שטאקעדיגע פארענטשעס וויייל ס'איז סכנות.

איין פראבלעם געלעזט !

וויאזוי די הקפות האט אויסגעזען די ערשטע נאכט איז איבריג צו זאגן. אין איין ווארט:
חלשות.

א טאג דערויף, דאס הייסט ביי די מיטל-נאכט הקפות
האט דאסקאל גענצטליך אראפגעומען די ריזיגע 7 שטאקיגע פארענטשעס !

WOW
חכמת שלמה ! פון דעם דאסקאל

ער האט אראפגענומען די גאנצע פארענטשעס און געלאזט נאר די 3 סטעידזשעס
יעצט האט מען שוין נישט קיין פראבלעם מיט צופיל פלאץ !

מ'האט אלעס אוועקגענומען !

אזוי האט אויסגעקוקט די ראדני בית הקברות יום טוב סוכות
און ווען איר יעצט א זאלי שעלטן, ביטע זיי אים דן לכף זכות !

מיט אזא צעשטערטן און דעפרעסטן בית הקברות יום טוב,
מיט אזא צעדרייטן לאשיק ווי זאלי אלס רעבע
וואלטן מיר נישט געווען בעסער !

אבי די עטרה איז צוריק קיין יושנה

Isacmandel » 13/10/2009 19:03

יונה
סופער דזשאב

איך האב געזען מודעות אז באסעס וועלן אויפנעמען און אהיימפירן דעם עולם הושענה רבה.
ווער האט עס זאל עס ביטע ארויפשטעלן

אגב, איך האב געזען די סטעידזשעס, ס'אידאך געווען אזא דזשאוק אז עס לאזט זיך נישט גלייבן

דוד46 » 13/10/2009 19:28

יונה'לע

יעצט האסטו טאקע געכאפט א נערוון אטאקע

די מודעות האבן דיך ממש אראפגענומען פון די פיס

ברענגסט שנעל א דאקטער, אבער שוין...

רבי_יונה » 13/10/2009 19:32

דער יונגערמאן איז דאסקאל.

ס'איז דא גרויסע שאנצן אז ער וועט יעצט באצאלן מיט זיין קאפ, פינקט ווי יואלי שטערנבערגער.

[בילד – נישט אפגעהיט]



פאר אזא דורכפאל דארף ער באקומען א מעדאל.

דוד46 » 13/10/2009 19:34

לעבן זאל די רעוואלוציע!

א מעדאל פאר הרב דאסקאל פאר די הערליכע ארבעט וואס ער האט געטאן אזוי אויפצורעגן די אהרונים מיט יונה'לע בראש

בראווא!

YESWECAN3 » 13/10/2009 19:43

יונהלע...ווי לאנג אינז שריי מיר זכור אשר עשה לך אין ראדני אין ענק שרייען עס אויף קענט עוו. אין דער קראסנא בית המדרש שטיי איך גיט.. 




תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 13/10/2009 19:44:36

זעליג_כהן » 13/10/2009 19:58

אנשטאט ענטפערן,

ווי יעדער וואס האט א של-ראש אויף זיינע פלייצעס פארשטייט אליין, ווען דאסקאל מאכט ווען א דורכפאל וואלט יונה נישט גערעדט פון אים, און ער וואלט אים נאך אפשר צוגעשיקט בלומען, מכ''ש נישט צעשמירט מיט בילדער...... 

אם כן אשריך ר' יואל, אנגעהויבן פון'ם אושפיזא דמשה, יארן שוין נישט געווען אזא הערליכע טיש, דאסקאל חוץ קארדענירן איז ער א מהנה לד' מגרונו, א הערליכע פעסטע שטימע!, מיט זיין נייע קאפעלע, בראש מיט החזן יששכר גוטמאן, יעדער איז באמת ארויס פון התפעלות, בכלל זיין קאארדענירן די פארענטשעס מיט די טויזענטער בחורים און יונגעלייט, איישר חילך!

ווער רעדט שמחת תורה אזא סופער דזשאב אראפגעלייגט, אומגלויבליך, אפי' מיט דעם פרט וואס יונה'לע איז דא ביזי די פלאטפארמעס (קודם האסטו ממש אריינגעגיבן 'תחיית המתים' אין די ארונים זיי זענען אלע געווארן העפי עס צו הערן -אבער זויער ביז גאר נאכ'ן קומען קוקן און זעהן אז ס'שטייט דערויף 3 שורות מענטשן אוי א האלץ וואס איז אזויווי 2 א האלב שטאק פארענטשעס...)  בקיצור אן עסקן וואס סאטמאר האט נאכנישט געזעהן אזאנס אין יארן!

נאכאמאל א יישר כח! 

רבי_יונה » 13/10/2009 20:02

זעליגעל.

פארוואס האט ער נישט געלאזט נוצן די פארענטשעס די ערשטע נאכט?
הא? איז עס טאקע געווען סכנות נפשות?


2) פארוואס האט מען אוועקגענומען די פארענטשעס די צווייטע נאכט?
הא?

רבי_יונה » 13/10/2009 20:04

פאר די ארונים וואס זענען נישט דארט געווען, פעלט אויס מסביר זיין אז זאלן פארשטיין.

די ערשטע נאכט איז געווען פארענטשעס, אבער די ברעטער צו שטיין דערויף האט געפעלט !
סאו פארענטשעס איז דא, אבער נוצן צו שטיין דערויף, דאס נישט ! ס'וועט דאך נישט זיין פול, און ס'וועט זיין בזיונות.

איז דאסקאל אויפגעקומען מיט א הימלישע המצאה, מ'וועט נישט לייגן קיין ברעטער דערויף און מ'וועט שרייען סכנות נפשות !

זעליג_כהן » 13/10/2009 20:05

וואס האט מען אוועקגענומען?

חלה דעקל, מיר האט איינער פארקויפט אז אין הופער איז בכלל נישט געווען קיין פאררענטשעס צוליב'ן גאר שוואכ'ן עולם, אבער, איך מוז עס נישט גלייבן ווייל 1+1 איז ביי מיר 2.............

רבי_יונה » 13/10/2009 20:09

פוסטע שקר. קיין שום סטעידזש איז נישט געווען.

מנהל ביטע נעם אראפ די נארישע בעקערייען תגובות.

רבי_יונה » 13/10/2009 20:10

די מעריב וואנט פארענטשעס האט געפעלט די צווייטע נאכט
און דער שקרן שעמט זיך דערמיט, לייקענט ער.

ביסט א שקרן.

רבי_יונה » 13/10/2009 20:11

ווען נישט די בילדער פון די ראצפערטער לוח המודעות וואלטן זיי דאס אויך געלייקענט.

זאג נאר די באסעס פאר הושענה רבה לייקענסטו אויך?

Isacmandel » 13/10/2009 20:14

זעליג.
דו מאכסט א טעות.

אין הופער איז קיין שום סטעידזש נישט געווען.
דער רבי איז געשטאנען אויף די ערד, פינקט ווי די איבריגע טויזענטער מענטשן.

פארשטיי » 13/10/2009 20:25

זעליג לעבן! איך וויל מיך נישט ח''ו נישט ביליג מאכען און אריין גיין און א דעבאטע מיט א לאו חכים טובא ולאו טיפוש זוטא,כמו כש''ת , 

אבער! ביים הייליגען סאטמארער רבי'ן זאל זיין געזינט האבן זיך דער פארגאנגענע צווייטע טעג יו''ט דורך געדרייט כמעט 10.000 מענטשען, אוןם זיי אלע האבן געזען רבינו ''הגה''ק'' שליט''א (ברוך שם כבוד פארמעגליך לעולם ועד) שטיין געהעריג אויף דער ערד אונאיינעם מיט זיינע צענליגע טויזענטער חסידים, דעריבער פארוואס פאר דרייסטו א ספאדיק?????, 

גיי טאנץ ביי זלמניו אויף די סטעדשעס און אלטען געגנב'עטן ביהמ''ד, אונאיינעם מיט די ''וויטשליך'' און לאז לעבן די מענטשהייט!

Isacmandel » 13/10/2009 21:24

דאס איז די בעסטע פיקטשער.
א ריזיגע סיין וועגן א בית החיים אום שמחת תורה


[בילד – נישט אפגעהיט] 


ווען איך וואלט געווען א זאלי וואלט עס מיר זייער נישט געשמעקט צו זעהן.

ווילסט בעטן געלט פאר די בית החיים, אקעי
אבער נישט דאס דארף זיין די "טאן" פונעם יום טוב.

rebyankel » 13/10/2009 21:38

פארשטיי באמערק אז נאר די ענטפרסט פאר די טיפשום
בנפול אויבך אל תשמח לאז זיי געמאכט, קיינער האט זיי נישט געהייסן צו לעבן אין דמיונות.

rebyankel » 13/10/2009 21:40

יש''כ מנהל,
זאלען זיי אנ'חזרן זייער אימבא'חן'טע פארום

זעליג_כהן » 13/10/2009 21:44

גם אני מצטרף ייש''כ!



פארשטיי » 13/10/2009 21:45

rebyankel » 13/10/2009 21:56

כ'בין נייגעריג געווען צו זעהן א באריכט פין די זאלי'ס פינעם ''הערליכען'' יו''ט זייערע
האב איך אריינשפצירט אין זייער פארום,
עס איז נישט צום גלייבן.....
איין זאלי האלט פאר: ''היתכן די ארונים רעדן נישט פין זייער יו''ט'' - ו{האט נישט קיין מורא, פין זייער יו''ט איז נאך קיין איין אשכול נישטו, אפשר וועט מען יעצט עפענן אלץ אפענטפר פאר מיין תגובה}
די אנדערע פאר זאלי'ס פארענטפערן זיך אז זיי זענען  נישט ''משוגע'' זיי זענען נישט קיין ''בעל פעור'' (כלשונם) זיי גייען נישט צו זייער רבי........
זעהט אויס אז זייערע זיידעס זענען יא געווען משוגע ווען זיי זענען געאגנגען צו רביה''ק - אדער זענען זיי טאקע נישט געגאנגען......
גיין צו פר''מ/פילאפ/טירנויער/וכו' איז נישט משוגע......צו א רבי איז משוגע.

צום ענין: דאס קענען  זיי זאגען יעצט נאך יו''ט, ווייל עס האט מיטגעהאלטן די ווינד וואס זיי האבען אנגעדרייט אז ''יעדער'' זאל קומען אויף שמחת תורה קיין וומ''ס, סאסמאן אין ק''י אין זייער שבת שול אין ב''פ וכו' איז געווען באהאנגען פינעם ''וועד האש''ל'' ,
יעדן טאג איז געקומען ריקארדינג פין וועד האש''ל מיט א ספעציעל 800 נומבער פאר דירות פאר ביליגע פרייזען מיט סעודות פעקלעך וואס מ'וועט קענען אפנעמן אין אפיס ביי ''ר'... אברהם ברוין'' מ'האט געצאלט טיקעטס פאר גאנץ ירושלים, וכו' וכו'י, ראדני איז געווען באהאנגען פין אינעוויניג אין פין אינדרויסען מיט ריזיגע סיין'ס ''ברוכים הבאים'' פאר די ''טויזענטער'' געסט וכו' אין....
די באסעס זענען געוורען סטאק ביי טשאלענט.....
די ערעפלאנען זענען געווארען סטאק ביי די סעודות.....אין ביי די קרויט

געקומען זענען זיי אלע, אבער צו ''נעילת החג''........

אזא פנים טראגט מען מיט אזא  רבי.....

יעקב_שמשון » 14/10/2009 00:51

איך ווייס נישט וואס די אהרוינים דרייען דא א קאפ אז ביי מהרז"ל איז געווען א בית החיים
 דעם יום טוב
איך האב אליינס געהערט פין קאסטא אז אזא סוקסעס פין דעם יום טוב ביי ר' זלמן לייב האט נאך קיין איין רבי נישט געהאט.

בלעקבערי » 14/10/2009 04:02



 צענדליגער ביי ר' זלמן לייב הו"ר

[בילד – נישט אפגעהיט]

קהל_יטב_לב » 15/10/2009 00:58

א לעבעדיגער באריכט
איינער האט מיר דאס צוגעשיקט אין אישי, א לעבעדיגער באריכט וואס אין ראדני האט זיך אפגעשפיעלט, קוקט און האט הנאה....[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 15/10/2009 01:40

קארעקשאן'ס
שמיני עצרת איז אויף מזרח אויך געווען סטעיזשעס אין פלאץ פין די ערשטע 4 שטאק
שמחת תורה איז דרום אין צפון געווען אסאך מער אריינגריקט, אז נאר די פארענטשעס זאלען זיין אינעטר די ווייבער שול כדי ערוואקסענע זאלען דארט נישט קענען שטיין,
די באלעמער איז טאקע געווען דארט אין פין דארט האט זיך געצויגען יענע טיש אין דארט איז געווען נאך א בלעמער, וואס דאס האט אויפגענומען מער פלאץ אין איז געווען פארשטעלט מיט מענטש (ווען ס'וואלט געווען וויפיל מענטשן זיי האבען געוואלט וואלט מען עס אינגאנצן נישט געזעהן)

אוי איז דאס געווען בושות!

רבי_יונה » 15/10/2009 18:38

הגה צו נומער 2.
די פארענטשעס זענען נישט גענוצט געווארן קיין איין נאכט הקפות.

עס האט נישט פארמאגט קיין ברעטער צו שטיין דערויף.

טאטלע » 15/10/2009 18:50

ווווווווווואאאאאאאאאסססס

ספרים שענק אויף צפון וואנט ??????????????
סאיז נישט געווען דארט קיין בענק ימים נוראים ????????????????????

טאטלע » 15/10/2009 19:25

46 טליתים

אפשר קען איינער בעסער ציילן

טאטלע » 15/10/2009 19:51

ביי די וועי איך קיק אזוי די ה"ר בילד פין די אשכול אין פין די אנדערע אשכול
שטימט עס עפעס נישט ,אז מקיקט דעם אויסשטעל פינעם ציבור ווי איעדער שטייט קיקטס אויפן ארון קודש די מענטשען לעבן הגז"ל די מענטשן אינטער עם 
זעט מען אז דאס איז נישט פינעם זעלבן יאר 

שכלדיג » 15/10/2009 20:12


לדעתי, אויב טראכט מען אריין 'שכל'דיג' האבן קיינער נישט פון צוויי מחנות זלונים-ארונים וואס צו זיין צובראכן פון די פארגאנגענע לעצטע טעג פון סוכות.

די ארונים - זיי זענען געבויט אויף מער א חאניאקישן חסידות ווי מ'לויפט יעדן מינוט נאך דעם רבי'ן און מ'פייערט ביים דאווענען, הקפות, הושענות, טישן א.א.וו. און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.

די זלונים - זיי זענען בכלל נישט געבויט אויף דעם אופן אוטן זיי צילן נישט בכלל צו דעם, זיי זענען מער געבויט אלס א דמאקראטישן חסידות, מ'לייגט נישט קיין דגוש אויף יעדן תפילה, הקפות וכו', ס'פירט זיך א פעסטונג פון א חסידות וואס עטליכע מאל צילט מען דאס ארויסצוברענגען און ספעציעל איז דאס ביים מעמד נעילת החג, און לכולי עלמא האבן זיי דאס געהאט מיט גרויס הצלחה.

דוד46 » 15/10/2009 20:22

באמת א נחת צו ליינען וויאזוי די אהרונים ברעכן זיך קאפ מסביר צו זיין אז אויף דער זייט איז געווען א פארענטשע, דער זייט א סטעידזש וכו'

און דאס בעסטע איז וואס יונה'לע שרייבט אז אויף מזרח האט מען קיין איין הקפה נישט גענוצט די 7 שטאקיגע פארענטשעס...

יונה'לע ברענג נאך פון דיין זיסע דזשאקלעך, ווייל דו ביזט מחי' טויזנטער אידן
בלאט: 1 2