חרפ'עלעך ביי הגז"ל אין די סוכה
די גרעסטע הכנות צו די נעילות החג, מאכען די פאטאגראפירער
מ'האפט אז די פיקטשער וועט געלונגען, אז נישט ווען מען איבערניצען די אלטע צאמגעשטעלטע בילד וואס מ'האט געניצט די לעצטע 3 יאר
דרך אגב, אזווי נעכטן האב איך נישט געקענט אנקומען קיין ק''י צו די שמחת בית השואיבה, האב איך גענועמן אביסל צייט אין באזיכט דעם סוכה גזילה, פארשטייט זיך אז דער אויבעשטער בילד האט מיך פארשאפט א שמחת יו''ט ''לייוו''
אין כ'בין אויך אריינגעגאנגען אינעם גרויסען היכל הביהמ''ד, ווי ס'שוין אנגעגרייט אויף די נעילות החג פייערונג,
כ'וואלט געראטען יעדן זאל מיך נאכטוהן, היינט באנאכט כאפט אייך אריין אין גיבט א בליק אויף די סוכה אין אויף די נייע ביהמ''ד, ווי ברייט די טיש איז, אין וויפיל זיצען ס'דא, אין אויף די פארענטשעס וואס זענען געבויט אויף א צווייטע פארענטש כדי ס'זאל זיין העכער אין די פיקטשער זאל בעסער געלונגען.... ס'וועט אייך קאסטען א שמייכעל!
אגב, כ'הער איך אז אין ראדני ביי זיינע אויסגעשפילטע הקפות גייט היי יאר נישט זיין פארענטשעס אויף צפון אין דרום, ער גייט אנשטאט ברענגן סטעיזשעס......
אין אויף מעריב (ווי מ'קען נאר לייגען פארענטשער ביז די גאלעריען) גייען נאר מעגן שטיין קינדער, וואס מ'וועט זיי געבן פעקלעך - כדי צו שלעפן זייערע עלטערן.
תוקן על ידי rebyankel ב- 08/10/2009 1:46:09
ארונימלך...טאמער באקימט איר א הארץ אטאקע איז עס נישט מיין שילד...געדענקט איך האב אייך געווארענט...סאיז אויסדרקליך נישט געמאכט פאר איינעם מיט א שוואכע הארץ....
http://matzav.com/video-simchas-bais-hashoeivah-with-rav-zalman-leib-teitelbaum-of-satmar
http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?&p=10267
לויט וואו עס זעט אויס האבן די זאליבאנער אנגעהויבן ליב צו האבן ר' זאלי מיט א אהבה מסתרת!
עס איז פארשטענדליך,
זיי מיזען צילוב אים ליגען נאך די 120 אונטערען פלויט, ווייט אוועק פון זייערע עלטערן, און נאך באצהלען דערפאר 1800 דאללאר!
זיי מיזען צילוב אים ענדיגען זייערע חתנות נאכן עלות השחר, ווייל טאמער מען ענדיגט פריער, קעמען ח''ו נחשד ווערען און האלטען די ''פוי'' טמא'נע חתונה תקנות!
זיי מיזען צילוב אים ביי צאהלן חתונה צו מאכען 50,000 דאלאר,
זיי מיזען זיך צילוב אים שטיקען יעדעס מאל ווען זיי נעמען א שטיקל פלייש און מויל, וואס ווער ווייסט וואו כשר עס איז!
וכו' וכו'
וועגן דעם בויקאטירן זיי די ''ליכטיגע'' זאלי טישען, אפי מען גרייט אן פאר יעדען א הויעכע שיינע בילקע, מיט א סערוועטיל, מיט אייז קאלטע סאדע וואסער!
אבער די זאלי קעפ, וואו ליפעלע קרויס, פארמעגליך, שרגא שניצטלער גרשון שטאבער, חיים'ל ראטה
גיבן איבער אז ביז נעילות החג וועלן זיך די קעלבליך בארואיגען, און קימען צו לויפן מיט די אויסגעביגעלטע בעקישע, וואס איז נישט צוקניישט געווארען ביי די זאלי הקפות, מיט א כיטרע שמייכעל זיך שיין אויסשטעלן און די געגנבעטע שוהל פאר משה וואלף'ס פיקטשער,
ווער ווייסט? ימים ידבירו!!!
object width="425" height="344">
[בילד – נישט אפגעהיט]
די טרעפ זענען געווען גענוג ברייט, (ס'האט פארנומען ''2'' ברייטער העלצער) די פראבלעם איז געווען איז ס'נישט געווען גענוג הויעך, אין די פיקטשער האט עס נאר אויסגעקוקט ווי 15 שטאק,
האבען די חכמי כעלעם געלאזט רופן א קאמפעני זאל בויען אויף די פארענטש נאך א פארענטש, כדי די פיקטשער זאל אויסקוקען ווי 30 שטאק......
אבער זענדיג ווי זיי זענען די גענאר פין שטאט, ווי יעדער האט געזעהן די ''קאפ שטיק'' פאר'ן פיקטשער
האבען זיי לעצטנס געלזאט מאכען צום וויפילטען מאל גענצליך נייע פארענטשעס, אין דאס מאל זיכער געמאכט אז יעדע סטעפ איז גענוג ברייט אין הויעך, אזש ס'איז א רחמנות צו קוקען ווי די פיטום בחור'ליך קריכען ארויף אזעלכע הויעכע סטעפס, אין מ'האפט אז די פיקטשער וועט געלונגען.
אבער זעהט אויס אז ס'איז שטיין געבליבן דערמיט.... אין זיי האבען נאר געטוישט א טייל דערפון, אין מ'קען נאך זעהן אסאך פין די אלטע גג על גג פארענטשעס,
כאפט אייך אהין, איר וועט הנאה האבען.
תוקן על ידי rebyankel ב- 09/10/2009 1:30:52
|
ס'איז ליידער א ביטערע וויץ
אבער היי יאר האט ענקער פראפעגאנדע ארכיטעקט, דער נורסערי מלמד א' דאסקאל, אויפגעקומען מיט א מעכטיגע עצה, וויאזוי די מ'זאל נישט זעהן די ליידיגקייט אין שול ביי די הקפות, אזש ס'וועט ענק דאפעלט פארשמען.
מ'גייט לייגען אויף דרום אין צפון נאר סטעיזשעס, אין אויף מעריב וועט מען לייגען איין סטעיזש אין און בעק דערפון אביסל פארענטשעס (דארט איז ממילא נישט דא ציפיל פלאץ פאר פארענטשס ציליב די גאלעריען אין די טירן) ווי נאר קינדער וועלן מעגן שטיין, אין מ'וועט טיילן די פיינע פעקלעך פאר אלע קינדער, כדי זיי זאלען שלעפן זייערע עלטערן.
די קליפ פון הרה"צ ר' מענדל האגער מאכט בזיונות פאר די קליפ פון רז"ל.
איך האב גוט באטראכט די קליפ פון צאנז קלויזנבורג אין אר"י, און אויך זיי האבן אויך סאך שענערע שב"ה בילדער פון רז"ל.
דאס איז א שמחת בית השואבה טיש אין קלויזנוברג אין נתני':
די קליפ האט דאך געכאפט די פאפעראצי פונעם הייליגן פיקטשער רבי'ן.
משה וואלף קליין אליין, הוא ולא אחר.
און ביי די וועי, אלע ווידיאס אין די סוכה און אין ביהמ"ד אויף ראס, זענען אלע משה וואלפ'ס ווידיאי'ס.
און ווער עס האט אויגן, זעהט אז סיי ר' מענדל האגער און סיי קלויזנבורג האבן א פיל גרעסערן ציבור ווי רז"ל.
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 12/10/2009 22:21:06
|
|||||||||||||||||
| [בילד – נישט אפגעהיט] | |||||||||||||||||
אנציווארעמען דעםעולם צו די ''ווארימע'' טישען
---------- Forwarded message ----------
From: tal rab <talrab7@gmail.com>
Date: 2009/10/7
Subject: אושפיזא דיוסף צדיקא
To: talrabny@gmail.com, tal.1.rab@gmail.com
ויוסף הוא המשבר
וכל אשר הוא עושה ה' מצליח
ויהי ברכת ה' בכל אשר יש לו
ברכת ה' היא תעשיר
די לעצטע שמחת בית השואבה די יאהר
אושפיזא דיוסף מסוגל לפרנסה והצלחה
קומט כאפט אריין, ברב עם הדרת מלך