היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג! לעבעדיג אין ירושלימ'ער ישיבה

ברעקינג! לעבעדיג אין ירושלימ'ער ישיבה

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2697208

jhhoruyr » 5/10/2009 02:05

דער שיק-אינגל פון ר' חיים הערש יצחק ווייס האט געכאפט מכות רצח פון די תלמידי הישיבה און איז ארויסגעפלויגן צובלוטיגט בשן ועין איבערלאזנדיג דארט צוויי ציינער...

דא האט איהר די גאנצע מעשה:
פאר סוכות האט ר' חיים הערש געשיקט צו צוקלאפן די דאך פון די ישיבה כדי די בחורים זאלן נישט קענען דארט בויען ווי יעדע יאהר א עקסטערע סוכה, אזוי ארום וועלן זיי בלית ברירה מוזן קומען אנפיהלן די לאנגע רייעס טישן פון זיין סוכה, נוסח רוסלאנד.

די בחורים זענען געגאנגען איהם פרעגן פאוואס ער טוהט דאס פאר זיי, צו וואס פעלט אויס זיך ווידער צו צושלאגן מיט די בחורים, ר' חיים הערש האט זיך ארויסגעדרייט אזוי ווי עס האט נישט בכלל מיט איהם, ער ווייסט נישט בכללל פון וואס זיי רעדן.

עס איז נישט אריבער קיין האלבן טאג און די שלעגער'ס פון ר' חיים הערש האבן געמאלדן פאר די בחורים אז אויב זיי וועלן זיך וואגן צו עפענען דעם דאך פון די ישיבה וועט מען זיי מבזה זיין ברבים.
 
די בחורים האבן גלייך פארשטאנען פון ווי די שלעגער ווייסן שוין זייער באגער און זיי האבן געשיקט אַ שארפן מעסידזש פאר ר' חיים הערש אז אויב פיהרט ער זיך אויף צו זיי ווי א ציגאנער וועלן זיי ווייזן וואס זיי קענען, ר' חיים הערש האט זיי זאפארט צוריק באפוילן אז אז ס'איז איהם איינגעפאלן א גוטע פשרה: זיי זאלן קומען עסן שלש-סעודות אינאיינעם מיט איהם אין די גרויסע סוכה און ביי די זמירות קענען זיי ארויפגיין פראווען עקסטער, א גוטע טריק ווי אזוי די בחורים זאלן מוזן אראפקירכן פון זייער יערליכן עקסטערן סוכה, די בחורים האבן באשלאסן זיך צו מאכן תמ'וואטע און נאך ענדיגן די כזית המוציא ביי ר' חיים הערש האבן זיי אלע אפגעצויגן מיט א גרויסן שטארם, די בזיונות איז געווען געוואלדיג איינער פון די שלעגערס האט זיי געוואלט אפשטעלן האבן זיי געשריגן חי וקים 'דער רב האט אונז געגעבן רשות אפצוציהען'.

זעלבסט פארשטענדליך אז ר' חיים הערש האט אנגעהויבן צו קאכן ווי א קעסל ער האט זיך אויפגעשטעלט אנקוקן שטרענג די בחורים אבער עס האט איהם שוין ווייניג געהאלפן.

ערשט דאן האבן איהם די בחורים געלערנט בלק....

ווען ס'איז אנגעקומען צום תורה זאגן און מ'מאכט שטיל דעם עולם האט ר' חיים הערש צום שוידער און געלעכטער פשוט נישט געקענט זאגן קיין תורה ווייל די בחורים האבן געזונגען די זמירות (כפקודתו) מיט יאמערליכע קולות, די ציבור איז געווען נבהל ונשתומם ווי אזוי איז מען אנגעקומען צו אזא מצב, מ'קען נישט זאגן קיין שלש-סעודה תורה וועגן די אייגענע תלמידים.

ר' חיים הערש האט געגעבן דעם וואונק און זיינע שלעגערס האבן זיך גענומען ארויסלאפן פון סוכה ארויף צום ישיבה צו אנקלאפן די ביינער פאר די יונגע מחוצפים און עזי פנים.

אין שפיץ פון די שלעגערס האט זיך ארויסגעשטעלט אונזער אלעמען באקאנטער יצחק ווייס, ער האט געכאפט א שטעקן און אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס צום ישיבה, ער האט אנגעטראפן דעם ערשטן בחור און אנגעהויבן איהם צו האקן אויפן קאפ מיטן שטעקן, דער בחור איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און געשריגן אויף הילף,
דער רוצח האט איהם ווייטער געהאקט און געשלאגן שרייענדיג 'מחוצפים, מ'דארף ענק אלע הארגענען', די בחורים זענען ארויסגעלאפן און זיך דערזעהן דעם אויסווארף מיטן שטעקן אין די הענט גרייט צו כאפן נאך א קורבן, זיי האבן אויפגעהויבן אפאר בענקלעך און איהם באווארפן און איהם אראפגעשליידערט אלע סטעפס נישט פארן זיכער מאכן אז ער האט איבער געלאזט צוויי ציינער אויף דער ערד....

די בחורים האבן איהם געשריגן 'שייגעץ ס'איז דיר נישט גענונג אז ווען דו ביסט געווען א בחור ביסטו דורך רבי משה אריה זצ"ל געפלויגן פון ישיבה  וויסטו יעצט נאכאמאל פליען פון די ישיבה, טראג אפ פון אונז און זיך נישט קיין צרות', דער צוקלאפטער יצחק ווייס מיט זיין בלוטיגן מויל האט אפגעצוין פון דארט ווי שנעל ער קען, און ער האט געשיקט זיין שיק אינגל יואלי בארמינקא צו רופן הצלה ווייל ער האלט נישט אויס די יסורים פון זיינע ציין.

דער גבעת שאול'ער בעל תשובה י"צ יאזעף מיטן שלעגער ראטמאן מיט משה יחיאל בן מאיר ראטה וועכלע זענען מיטגעקומען מיטן שלעגער יצחק ווייס האבן שנעל אפגעטראגן נישט צו פארלירן זייערע ציינער.

ביים ציבור אין סוכה איז געווען א גאנצע מהומה מ'האט נישט פונקטליך געכאפט וואס ס'איז געשעהן מ'האט נאר געהערט די שרעקליכע קולות פון די געוואלדטאטן וואס איז פארגעקומן אויבן אין די ישיבה, מ'האט געזעהן ווי די הצלה אמבולאנסן קומען צו פליען, מ'האט געזעהן וויאזוי ר' חיים הערש איז אנגעצויגן און סודות'ט זיך מיט שיינע שלעגער וואס ווייטער צו טהון, די עולם איז אריין אין א שרעקליכן פאניק.

די בחורים האבן זיך געלאזט הערן אז זיי גייען אהיים באגלייטן ר' חיים הערש מיט בזיונות אלס נקמה פאר די שלעק, די חכמי כעלעם ראשי הקהילה האבן זיך אוועק געזעצט פאר מעריב צו דן זיין וויאזוי מ'שליסט די געפעכט מיט די בחורים, ענדליך איז איינגעפאלן ארויפצושיקן דעם חכם עתיק יעקל פויגל ער זאל מיט זיי פארהאנדלען מיט שיינעם און זיי שווערן בשם ומלכות אז יצחק ווייס האט דאס געטהון על דעת עצמו ס'האט נישט גארנישט מיטן רב, אבער ווי נאר ער אנגעהויבן ארויפצוגיין די סטעפס פון די ישיבה איז ער באגאסן געווארן מיט וואסער און ער האט זאפארט אפגעצויגן.

הערנדיג די פני הדברים האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים צווישן דעם גאנצן ציבור צו ס'איז גערעכט אדער נישט, מעג מען אזוי דערדריקן די עלטערע בחורים ? מעג ר' חיים הערש זיך אזוי ארומשפילן מיט זיי ? מעג מען צולאזן אז דער מתועב יצחק ווייס זאל ווערן גערעכנט אלס איש סודו און אויספיהרן זיינע שליחות'ער און נאך דערצו גיין אנ'מקל'ען בחורים מיט א שטעקן בעצומו של שבת ?

ס'בלייבט נאר איבער צו דאנקען גאט ברוך הוא אז מ'האט אויסגעהאקט נאר די ציינער אוטן נישט די פינגער, ווייל ווען יא וואלטן מיר שאדן געהאט פון זיינע גיפטיגע געבעקסן דא אויף הייד פארק.



תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:29:40

rebyankel » 5/10/2009 06:11

דאס איז דער זעלבער וואס ווען מ'האט  אים געפרעגט אין פארגעהאלטן, אז היתכן אז זיינע מקורבים קלאגען די בני ברק'ע מוסדות אין ציוניסטישען בג''ץ, ענטפערט ער: אז מ'האט נאר געבעטן די שטאטראט זאל נישט לאזען ארונים משנה זיין ''אינזערע'' בנינים אין בני ברק......
אין דאס הייסט נישט געגאנגען איר ערכעות....,

פארשטייט איר שוין פארוואס זיינע תלמידים האבען אזא דרך ארץ פאר אים???

תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 19/10/2009 7:30:30

איזראלי » 5/10/2009 10:51

ד' עמכם גבורי החיל וואס זיי האבן מקיים געווען דעם מצוה פון וְאַף אַתָּה הַקְהֵה אֶת שִׁנָּיו פאר'ן בן הרשע וואס איז באוואסט מיט זיין מעשיו הטובים וד''ל

תימענער » 5/10/2009 10:55

זיי האבן געסטראשעט אז די אלע בחורים וואס האבן זיך באטייליגט אינעם מרידה וועט מען מחרים זיין און מען וועט זיי נישט אריין נעמען און קיין שום ישיבה פון ''סאטמאר'' איבער דער גארער וועלט נעבעך נעבעך לבי לבי על חלליהם .

jhhoruyr » 5/10/2009 12:44

די בחורים אין ישיבת יטב לב דס'אטמאר ירושלים האבן היינט ארויסגעגעבן א פאשקעוויל
איינער האט מיר דאס צוגעשיקט אין אישי.


[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 6/10/2009 00:44

rebyankel » 7/10/2009 00:58

ציליב א בקשה אין אישי, אז די אויבערדעמאנטע לינק איז אינמיטן די אשכול
לייג איך איבער די גיטע לינק
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=2697209&forum_id=771

jhhoruyr » 7/10/2009 01:45

די מהומות ביי חסידי מהרז"ל אין ירושלים וואס איז אויסגעשאסן געווארן ברבים יו"ט א' דסוכות גייט ווייטער אן אויף הויכע טענער

זונטאג א' חוה"מ אין אר"י איז דער שלעגער אן די ציין יצחק ווייס באשריגן געווארן אין ביהמ"ד, טייל האבן איהם באזינגען מיט כעס פארוואס ער באשמוצט די קהילה, טייל האבן איהם באשריגן פארוואס דארף דער ר' חיים הערש זיך שלאגן מיט די בחורים יעדן שני וחמישי.

ד
ער שלעגער\אנגעשלאגענער יצחק ווייס האט זיך באגראבן פאר בזיונות נישט קענענדיג געהעריג ענטפערן פאר'ן עולם, וועגן זיינע צוויי פאדערשטע ציין וועלכע זענען נעבעך אומגעקומען על קידוש השם אויף די סטעפס פון די ישיבה.

אבער די בזיונות איז געשטיגן ווען איינער וואס דינט אלס מרביץ תורה אין די ישיבה גדולה האט אויפגעהויבן א קול זעקה אויף דעם שלעגער און איהם באשייגעצט ברבים שרייענדיג: 'איך וועל באלד דערמאנען דיינע מעשים תעתועים אלס בחור אין די ישיבה, וואס די מעשה חוצפה פון די יעצטיגע בחורים זענען מצוות אנטקעגן זיי' (מסתמא האט ער געמיינט דאס וואס מ'האט איהם איינמאל אויסגעפאקט זיין תפילין קעסל און געטראפן די ארגסטע טמא'נע צייטונגען רח"ל)...

זונטאג נאכט נאך מעריב איז דער שלעגער יצחק ווייס געלאפן זיך אויסוויינען פאר ר' חיים הערש, ער האט איהם געטרייסט א לענגערע צייט מיט נטפי תנחומים קלאפנדיג עטליכע מאל אויף די פלייצע, די טרייסט שמועס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט פארנט פון ר' חיים הערשעלע'ס דירה (אין דירה קען דער שלעגער נישט אריינקומען צוליב א אפמאך מיט א האלבע יאהר צוריק כידוע).

שפעט אין די נאכט האט דער אויבנדערמאנטער מרביץ תורה אין די ישיבה אנגעהויבן צו באקומען צענדליגע פאני קאלס (נוסח יצחק ווייס) מיט דברי ניבול און גיפטיגע קללות, די קאלס איז געקומען פון אמעריקא, ווי ס'זעהט זיך אויס האט דער שלעגער יצחק זיך געוואנדן צו זיין ידיד נפש בן פראדל ער זאל פאר איהם זארגן אפאר טעלעפאן קאלס אינמיטן די נאכט.

מאנטאג צופרי זענען די בחורים געוואר געווארן אז דער שלעגער און רוצח פלאנט צוגיין מסר'ן די בחורים אין פאליציי פאר'ן איהם אוישיסן די צווויי פאדערשטע ציין.

די בחורים האבן גלייך געשיקט א שליחות צו ר' חיים הערש אז אויב זיי ווערן גע'מסר'ט וועלן זיי אריינגעבן א קלאגע קעגן איהם זעלבסט באגלייט מיט עדות אז ער האט באפוילן מ'זאל זיי קומען שלאגן, ס'איז איבעריג צו זאגן אז דערווייל איז קיין קלאגע נישט איינגעגעבן געווארן וויסנדיג אז ער שמירט נאמער אן דעם צדיק... ר' חיים הערש.

די יעצטיגע שמועה לויטעט אז די פלאן פון ר' חיים הערש איז צו דערשטיקן די מעשה מיט די בחורים וויבאלד ס'איז אריבער אלע גרעניצן און צוגעברענגט א  מהומה און צארן אין די גאנצע קהילה אנטקעגן איהם פריוואט ספעציעל פון די הורי התלמידים, אבער וואס יא, ער פארט יעצט חוה"מ קיין אמעריקא און דארט האפט ער צו פועלן ביי די הנהלה פון די קווינסער ישיבה זיי זאלן דארט אננעמען די אנפיהרערס פון די מחוצפים, און פון דארט וועט מען זיי ארויסווארפן, און ס'וועט שוין נישט זיין אויף זיין פעקל, ער וועט ארויסקומען פונעם געשעפט א נפש צדיק תמים וטהור.



תוקן על ידי jhhoruyr ב- 07/10/2009 1:48:21

jhhoruyr » 7/10/2009 02:26

די לופט אין ירושלים ביי די זאליס איז נאך אלס געפערליך אנגעצויגן, קינד און קייט זענען פארקאכט ווי א קעסל מיט די שלעגעריי פון ר' חיים הערש מיט די בחורים, טייל עולם טענה'ן אז יא דאס איז די וועג מיט מחוצפים און עזי פנימ'ער, אבער רובא דרובא פארדאמען די שארפן מערכה אנטקעגן די בחורים,
ספעציעל די עלטערן קאלן ארום פארפיהרן ווי איז דאס געהערט געווארן א רב א ראש ישיבה באשליסט אליין זאכן אן זיך דורכרעדן פון פארדעם מיט די צוות הרוחני פון די ישיבה, און נאך דערצו שיקן א רוצח א שלעגער זאל גיין אנ'מקל'ן בחורים וואס איז דא רוסלאנד אדער גאר דייטשלאנד?

היינט דינסטאג צופרי האט נח שטיינבערג באגאסן מיט א קותין של שופכים דעם גבעת שאול'ער בעל תשובה י"צ יוזעף ער האט איהם געשריגן: 'אנשטאט צו רודפ'ן די בחורים זאלן ענק ענדערש אינזין האבן צו ברענגען געהאלט פאר די אויסגעהונגערטע כלי קודש וועלכע האבן שוין גאנצע 5 חודשים נישט געקריגן זייער געהאלט'!

י"צ יוזעף האט כדרכו צוריקגעשריגן מיט א טוץ קללות: 'דו ליידיגייער דו רעדסט נעמסט דיך אן פאר די בחורים, ביז נאך באליידיגט אז דער רב האט דיך באזייטיגט און גענומען פאר יועץ יצחק ווייס?

נח שטיינבערג איז נישט שולדיג געבליבן ער האט איהם געשריגן הויעך ברבים: 'איך וואונטש דיר זאלסט האבן עלטערע בחורים און זאלסט זעהן וויאזוי מ'רודפט זיי די יארן אן קיין רחמנות און אן קיין שום ציהל'...

דער י"צ יוזעף וועלכער איז מסוכן ווען די בלוט גייט איהם ארויף, האט געוואלט אויפהייבן א טיש און דאס ווארפן אויף נח שטיינבערג נאר אדאנק פרעמדע צוקוקער'ס וואס האבן אפגעטיילט איז דאס פארמיטן געווארן, ס'איז שיעור נישט נאכמאל געפלויגן אפאר ציינער אזויווי יו"ט סוכות.

Isacmandel » 7/10/2009 04:00

׃ױ׃46 זױ �ױב� 90 ׀טױ�באג�ג� ז��� �ױ� ״ױׁ ׀�ײ ��׀ױ' ׀ י׀�װ. ׀ױ�ׁ י��אׂ״ �ג� גב ׀ט׀ה ׃׀טד �ג� ײ��גט �׀�� ׀ײ ב'׀�ײ א�י״ ׳ױו �בױ�װ.

rebyankel » 8/10/2009 01:56

דער ווייס פלעגט שוין זיין אין אמעריקע אזא צייט יעדעס יאר, נישט אזוי?

פארשטיי » 8/10/2009 15:13

ברוך הבא, איציק ווייס איז שוין און ניו יארק!

די וועד הצינעות האט שוין אויף גענימען נאך צוויי משגיחים, וואו אויך האט שוין נחום ראזענבערג גערעד צו טשארלס היינס, אז עס איז געקימען צו פליען פונעם מיטל מזרח ראיאן א מאסיווע ''קונדער נאך לויפער,'' 

לאמיר האפן אז ער וועט תשיבה טאהן ביי ר' זלמניו'ס הו''ר דרשה,  

וויינשטאקל » 8/10/2009 16:48

ברוך הבא, עס איז נאר צום האפן אז מיר וועלן זוכה זיין טראץ וואס ער איז אין אמעריקע צו די שיינע קליפס פון הגז"ל'ס טישן.

זשוליאני08 » 9/10/2009 08:32

השבת אבידה !

[בילד – נישט אפגעהיט]

שכלדיג » 15/10/2009 04:11


וואו האט מופיע געווען די נארישע צעטיל ?

המנצחשותק » 15/10/2009 04:14

די מודעה איז געהאנגען אין בנין הישיבה

שכלדיג » 15/10/2009 04:18


אייגנטליך, וואס דארף באדייטן די זשאק (?) פונעם צונאמען יפו'ער ?

שכלדיג » 15/10/2009 13:54


בלייבט נישט שטים, זייטס מודה דא ברבים אז ענק ווייסן אויך נישט.
זיך מודה איז נישט קיין בושה נאר א כבוד (וויי פאר אזא כבוד...)
 

פארשטיי » 15/10/2009 15:40

א מאל איז א סאטמארע יונגערמאן,  י.ח.ל. א משגיח פאר די עדה החדית, געווען און דעם אלטען בארימטען האפן שטאט יפוי, זיך אומציקיקיען אויף די כשרות פון א געוויסע פאבריק,

ביינאכט איז ער געגאנגען שפאצירען לעבן וואסער, זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער, וואו דער ''הייליגער'' יפויער צדיק, שפאצירט ארויס פון א ווערטץ הויז,

קימענדיג נאנט צו אים האט דער יונגערמאן געמיזט זאפארט צו לייגען די צוויי פינגער צום נאז, די גרוך פון די שארפע משקה, וואס האט זיך געשפירט פונעם יפויער פיסק, איז נישט געווען צו דער טראגען,


ר' חיים הערש וואס איז א ריכטיגע הולך בדרכי אבות, ער גייט און די פוס טריט פון זיין טאטע, מהרז"ל, וואו אויך און זיין טאטענס מ''מ יענקל בערעלע, וואס האבן א געוואלדיג ווארימקייט, און געפיל צום משקה המשכר,

פרעגט נאר די סיגוטער מתפללים, וואס האבן געדאווענט
מיט מהרז"ל אלס יונגערמאן, וואו נחום ברונער, משה זעליג, אברהם מאיר ווייס,  פנחס אלימלך ווייסמאן, און נאך,

זיי פארציילען מיט נאסטאלאגיע וואו אזוי מהרז"ל פרעגט אנצוקימען שבת קודש אונדערפרי מיט די נאסע פיאה'קלעך, און
פארשלאפענע אויגעליך, ווען די זון איז שוין געווען כמעט און מיטען הימעל, און געווארט אונדרויסען ביז זיין פאטער כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, זאל צו גיין צו עד הנה,

וואו נאר דער ברך משה איז צו געגאנגען צו עד הנה, האט ער זיך כיטריש אריין געשווערצט אויף זיין פלאטץ, בבחינה ''אבא האיך מעשרין את האראנזש דשוס'' 

כמיבן ביי די הויעכע שמ''ע, ווען דער ברך משה זי''ע האט זיך מתחנן געווען כבן לפני אביו, וטהר לבינו לעבדך באמת.... האט ער שוין געהאלטען ביי קידוש, און ביים ליינען איז ער שוין רוב מאל געווען באזאפען, כמו שכתוב,

ר' יעקב בער'ס עבודת השתיה איז דאך פקיעה שמיה, מען קען עס מיט האלטען יעדען שבת קודש,  

עכ''פ  דער יפוי'ער ''קדוש'' זעט אז יא! עס איז צרות, מען האט אים דערווישט, פארקויפט ער פאר דעם יונגער מאן א תורות לאקשען, אז ער איז דא און יפוי אויף אפרו, און ער האט שפאצירט ביים וואסער, און מיטאמאל האט ער גשפיערט אז ער ברויך טאן זיינע מענטשליכע געברויכען, איז ער אריין געגאנגען און דעם קרעשמע, וואס איז געווען פול מיט יונגען און מוידען פונעם ציונישטישער יונגענד, און אויף דעם ריח טוב פון משקה המשכר, וואס עס האט זיך געשפיערט פון זיי פיסק, האט ער טאקע נישט קיין געהעריגע ענפער,

זייט די דאזיגע מעשה, ווערט ר' חיים הערש, אנגעריפען ביי כלל ישראל, מיט שעצונג, ''דער יפוי'ער!

איצט קימט עס!!!!

וואס?

דאס!

פרוכטבאר: אמסטערדאם!


 


 


 


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/10/2009 17:56:28

_________________

שכלדיג » 15/10/2009 19:45


אנטשולידיגט ר' איד, אויף ר' יעקב בער וואלט זיך אפשר פארקויפט אזא מעשה - און ווייסט וואס איך וועל דיר נאכגעבן - אויפן טאטן וואלט דאס נאך מיטגעגאנגען,
אבער פליז אויף ר' חיים צבי איז דאס זיכער אומגלויבליך און א שאד די מיה דאס צו פארקויפן...
 

פארשטיי » 15/10/2009 20:13

ר' שכלדיג, 2 נקידות,

1 אמעשה וואס איז געשען, איז געשען, איי עס איז שווער צו גלייבען? קען זיין, אבער אזעס איז  געשען איז דאך עס געשען,

2 איך האב אמאל געהערט פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, פני ה' בעושה רעה: די עושה רעה האבן פני ה', מען ציט זיך אראפ דעם היט, מען פארקניישט זיך דעם שטערען, מען הייבט אויף די הענטליך, קעגן דעם הארטץ, און מען שרייט געוואלד!!!!!!

לענינינו, דער יפוי'ער, גייט טאקע איינגעבויגן, מיט א שיפע קאפ, שטעלט אן א פנים וואו ''קדוש מרחם'', און און ריאלעטי, איז ער א פלענער יונגערמאן, וואס דרייט זיך מיט א באטעל שליוואוויטץ אונעם טלית זאק,

rebyankel » 15/10/2009 20:15

אימ-שכלדיג
מ'זעהט דיין צול פין דיין נייע ניק איז צו פארוואסערן די שמיץ אויף רח''ה, ביזט קוים ניי דא, אין דערווייל האסטו כמעט נאר געשריבן דא

כ'בין נייגעריג אויב ער באקומט באצלאט פאר דעם, די בעסטע  ראי אז ער ארבעט פאר אים, קוקט ביי זיין לעצטע תגובה, אויף ר' יעקב בער וואלט זיך אפשר פארקויפט אזא מעשה

אגב, ווען ער זיצט אין א''י קענט איר פארקויפן זיין צדקות אין אמעריקע
אבער ווען די א''י פארציילען וואס דארט זיך, איז טאקע גרויסע צרות
איך האב שוין געזעהן זיין פרצוף, ווער ער איז ווען מ'האט אים פארגעהאלטן היתכן זיינע מענטשן, אין זיין הנהלת המוסדות קלאגען די סאטמערע מוסודת אין ב''ב אין'' ציוניסטישען'' ''קארט'',
אין פארוואס ער חבר'ט זיך עפענטליך צו דעם ''איש משחית/מושחת''

די שענסטע פין די סאטמערע קהילה אין ירושלים דאווענען היינט אויף רחוב יונה, דער ביהמ''ד שמ'ט אין גאנץ ירושלים, אזש טראץ ענקער טעראר (וואס ענק צייכענן זיך אויס ספעציעל אין ירשולים) באשיינען אינזער ביהמ''ד די גרעסטע רבנים פין ירושלים אפ' דער תו''א רבי.....וואס דינט אזוי געטריי די וויטשע'ס.

שכלדיג » 15/10/2009 20:18


איך בעט דיר 'פארשטיי', מעגסט שרייבן רבינו הגה"ק שליט"א, כה לחי
אבער פליז, דעם באשעפער נעם ארויס דא פונעם גאנצן פיקטשער...

המנצחשותק » 15/10/2009 21:53


שכל'דיג שמייכל'דיג עס וועט דיר גארנישט העלפן,
דו קענסט נישט פארדעקן די פייערידגע מערכה פון הצדיק חיים הערשעלע מיט זיינע בחורים, עס איז א פאקט:

1. זיי האבן שוין להכעיס עטליכע מאל געמאכט א מי שבירך אין ישיבה פאר הרב (הצדיק) יעקב בער !
2. זיי האבן מחרים געווען די גרויסארטיגע משה'ס אושפיזין אין ירושלים און אנגעמאכט בזיונות
3. זיי האבן אויסגשאסן די ציין און צובליטיגט דעם קדוש י.ו. דער שליח פון הרב חיים הערשעלע !
4. זיי האבן געווארנט ר' חיים הערש'ס בעה"ב יוסל שווארץ ער זאל אראפנעמען פון זיי זיינע טראריסטישע לאפעס!
5. זיי באשמיצן הרב חיים הערש מיט ערנסטע מעשים תעתועים באיצטלא דרבנן וואס פאסט פאר א טעראריסט !

פארדעק נישט קיין פאקטן אפילו ס'טיט זייעהר שטארק וויי 

שכלדיג » 15/10/2009 22:05


ר' יענקל, המצנח וכו' האלט אייך רואיג, איך בין ווייט פון האבן א ציהל און די סאטמאר פאליטיק, דאס יא, איך האב ליב צו זאגן מיין מיינונג פאר שכלדיגע מענטשן.

פארדעם: האב איך נישט געלייקנט די פאליטיק אין די ירושלימ'ער ישיבה צווישן די בחורים מיטן ארטיגן רב, און איך האב אויך נישט פארענטפערט די הליכה בערכאות אין ארה"ק (כאטש וואס איך בין נישט זיכער אין רבי חיים צבי ט"ב שייכות דערמיט, איך האב נישט מער ווי ערווענט אז שכלדיג גלייבט זיך נישט די מעשה פון יפו אויף רבי חיים צבי.

בכלל האלט איך אז רעדן פון א פאליטיק אין א ישיבה צווישן מחנכים און תלמידים שאד פאר חינוך און פארן נאמען פון די תלמידים, א הערה קטנה.
 

פארשטיי » 15/10/2009 22:18

איך ווייס נישט וואס די האלסט יא, וואס די האלסט נישט! און עס איז נישט נוגע!

פאקט! עס שטינקט פון קאפ! זעט אויס אז סיגוט מיט ביסטריץ איז נישט קיין מעטש!

ר' יענקל בערעלע זאל זיין געזינט דרייט זיך מיט דאס ארגסטע פארשוינען  וואס כלל ישראל פארמאגט, ער דרייט זיך מיט א בלעקבערי און טאש, וואס דשזעי נעט גיבט איבער האט ר' יענקל בערעלע דער ממלא מקום פון מהרז"ל, נישט קין פילטער וד''ל, און ר' יענקל בערעלע איז דבוק און עם ביטערן טראפ, מיט א דביקות עילאה, און מיט אהבה שאין לשער,

אזוי אויך דער יפויער, וואס די זאליס האבן אייביג אזוי ארויפגעקיקט, און אייביג געזינגען, דעם ניגון, יא! מהרז"ל איז טאקע א גרויסע ניקס, אבער ר' חיים הערש, דאס איז דאך דער רבעזעכרונינעליברכע אליינס,

למעשה שטעלט זיך ארויס אז ר' חיים הערש איז דער זעלבער שיכור, און מ.. וואו זיי ברידער ר' יענקל בערעלע דער ממלא מקום פון מהרז"ל אליינס,

דאס צער פון די זאליבאנער איז דאך אין לשער ב''ה, אבי נישט ביי יודען!

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 15/10/2009 23:04:10

_________________

שכלדיג » 15/10/2009 22:28


פארשטיי, מיט דיינע אלע גערעדעכטצער נעמט נאך קיין נארמאל-באזעסענער מענטש נישט אן קיין הטלת דופי אין רבי חיים צבי ט"ב שליט"א.
און איך בין זיכער אז אויך לגבי די פאליטיק מיט די תלמידים אין די ישיבה איז נישט ער שולדיג נאר די מענטשן ארום, עס איז זיכער אז די גערדעכטס פון די תלמידים זעלבסט איז נישט קיין שום ראי' אז ער אליין שטייט אונטער דעם.

פארשטיי » 15/10/2009 22:37

הע'! שכעלדיג, ווילסט האבן א רבי'ן א שיכור? יא? גוט! כה לחי! גיי קוויטעל דיך ביי אים, און זיי דיך מזכיר, אויב ווינדערסטו דיך פאר ווארוואס די וערסט נישט געהאלפען, האב נישט קיין טענות!!

שכלדיג » 15/10/2009 22:58


פארשטיי, עס קוקט מיר אויס אז דו פארשטייסט נישט.
ווער האט גערעדט דא פון א רבי, ווער האט גערעדט דא פון קוויטלעך, פון געהאלפן ווערן ???

איך האב געשריבן מיין מיינונג אז עס איז נישט גלויבליך די הטלת דופי אין רבי חיים צבי, ער איז באקאנט אלס אדם חשוב.
און זיינע פראבלעמען מיט די בחורים אין ישיבה נעמט נישט אראפ פון זיין ערך,

אגב, אויסערדעם האב איך יעצט געהערט אז בכלל נישט אלע בחורים בחורים זענען פארמישט אין דעם נאר די עלטערע בחורים באים בימים און אויך מיט זיי האלט דאס אינמיטן ווערן מסודר 

rebyankel » 15/10/2009 23:33

די טענה'ריי גייט אראפ פין ''שכל'דיג''
די מציאות איז ס'שטינקט
די ביזט מודה אז די מעשה איז געשעהן נאר די האלטס אז קיינער פילט נישט די גרוך דערפון,
א  שאד זיך צו טענה'ן אויף נעריש'קייטן!

המנצחשותק » 16/10/2009 02:23


באקומען אין אישי:

ס'דרייט זיך ארום אין אמעריקא אַ שארפע מרידה-בריוו

פון די ירושלימ'ער בחורים אנטקעגן ר' חיים הערשעלע

מיט זיינע מקורבים,

בעט ווער עס קען דאס פארשאפן זאל דאס ווי שנעלער

ארויפלייגן אויף הייד פארק

יעקב_שמשון » 16/10/2009 02:41

דער שפיטווקער מיט'ן יפו'ער האט ביידע ליב דעם ביטערן טראפען
די קענסט ווייטער האלטן אז דער יפו'ר איז ערליכער יוד, דעס טוט מאך אלץ נישט מינמעזירן אז ער איז א אלקהלניק אין ביי יעדע יומו דפגרא איז ער פארגלייזט פין שיכרות.

אין פארגעס נישט ער גייט נישט זיין זאלי'ס ממלא מקום.

המנצחשותק » 16/10/2009 02:57


דא איז טאקע די פלאץ צו דערמאנען וואס יענקל שמן האט זיך אנגערופן פארגאנגענעם לג בעומר אין מירון כטוב לבו ביין נאכן טאנצן בר יוחאי מיט ר' חיים הערשעלע האט ער געזאגט הויעך מיט התרגשות אנטקעגן אסאך מענטשן:
"מ'דארף מיר ווי שנעלער זעהן דעם חיים הערשעלע אין אמריקע, זיין טאטע קען דאס נישט"

אגב פאר יענקל שמן האט זיך נישט געלוינט די ווערטער ווייל זאפארט האט ער אריינגעלייזט קולות וברקים פונעם פריץ י"צ יוזעף 

שכלדיג » 19/10/2009 00:35


עס דארף נאך זיין אמת אויך ?

שכלדיג » 19/10/2009 15:55


מנהל טייערער, איך שעץ דיין טוישן די קעפל פונעם אשכול, עס ווייזט אויף מענטשהייט און באזעצנקייט, אַ דאנק.

צמח_דוד » 27/5/2010 17:06

דערמאנונג...