היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעכטיגע דרשה פין ביבי נתניהו היינט אין די יו. ען.

מעכטיגע דרשה פין ביבי נתניהו היינט אין די יו. ען.

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2693198

איןבעיה » 25/9/2009 04:01

elmonsey » 25/9/2009 05:33

 זייער גוט גערעדט!

גאסט » 25/9/2009 16:22

אזוי ווי איך האב JNET קען איך ב"ה נישט זעהן וואס דער ראש הכופרים ימ"ש האט צוזאמגערעדט.

מאנסי, האסט אפשר אמאל אדורך געקוקט דעם ויואל משה? אדער על הגאולה? וואס דער ראש הכופרים ימ"ש רעדט ביזטו ביזי, אבער וואס דער באשעפער האט צוזאגן איז דיר נישט אפשר אינטערעסאנט?


_________________


ויואל משה - על הגאולה ועל התמורה

elmonsey » 25/9/2009 20:46

מ'קען עס יא זעהן וועגן דעהם האט מען עס געלייגט אויפן פורום נישט נאר א לינק

אין איך האלט מיך נישט ביים דיבעיטן לגבי די נושא פין ציונות.

יעדער מעג הלטן וואס ער וויל איך בין נישט קיין סאטמערער אפילו איך האב געלערנט אין סאטמאר
האלט איך אבער פין אנדערע זאכן.

מנחם_מענדל » 25/9/2009 21:36

elmonsey כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך בין נישט קיין סאטמערער אפילו איך האב געלערנט אין סאטמאר
האלט איך אבער פין אנדערע זאכן.



אין סאטמאר האסטו געלערנט, אבער ויואל משה האסטו "נישט" געלערנט!

א שיינע מעשה... "איך" האלט פון אנדערע זאכן.. ווער ביסטו? האסט עפעס דורכגעטוען די זאך אז דו זאגסט אז דו "האלטס'ט" אנדערש? אויב עפעס זאג "איך וויל אנדערש"...

חוס על נפשיך !!!

ארגינעלער » 25/9/2009 21:37

דאס התגרות באומות פין נתתיהו  איז געפערליך
מען דארף זיך פרייען אין דאנקן דעם אייברישטען אז מען קען היינט לעבן רואיג צווישן די גוים
קומט דער מופקר אין געט פאר די וועלט'ס רעגירנוג א מוסר לעקציע

rebyankel » 25/9/2009 23:12

מאנסי
איך זעה שוין אין וועלכע סאטמאר די האסט געלערנט

גיי ביטע צו ענקער פארום.

elmonsey » 26/9/2009 00:55

rebyankel איך האב געלערנט אין סאטמאר מאנסי איך וויס נישט וואס מיינט "ענקער פורום" איך שרייב שוין דא לענגער ווי דיר אין די פורום באלאנגט נישט "נאר" פאר סאטמאר.

מנחם מנדל ווער ביסטי?
לאמיר זעהן וואס די האסט דורכגעלערנט די גרויסע ת"ח

ארגינעלער די ביזט נישט גערעכט מען לעבט נישט אזוי רואיג צווישען די גויים אין ביבי מאכט גארנישט ערגער ווען ער רעדט.

איך האב נישט קיין געדולד זיך ארומשלאגן דא וועגן ציונות איך זאג נאכאמאל די ביזט א סאטמערער דעמאלטס האלט וואס דיין רבי הייסט אין איך מיז נישט האלטן וואס די האלטסט.