ווי באקאנט פאר דעם הייליגען טאג נעמט מען ציזאם געלט פאר די די בתי חיים ווי די צדיקים די שוכני עפר ליגן
היי יאר איז ממש איבריג ארויס ציברענגן די וויכיטקייט פין שטיצן דעם הייליגען מוסד אדמת קודש.
.
ס'האט א יעדער מיטגעהאלטן ווי אדמת קודש האט געראטעוועט דעס יאר אליינס 2 בתי חיים
איינס אין ווילנא
אין די צווייטע אין שפאניע ווי ס'ליגן גאר אפילו ראשונים.
ארויס צי ברענגן דעם חילוק פין אדמת קודש מיט אתרא קדישא וועל איך עס ארויס ברענגן
מיט א משל פינעם חכימאי דיהדאי הגה"צ וואידעסלאווער ז"ל
ער האט פארציילט אז מענטש איז אמאל געווען אין א טינקעלע שטוב אין ער האט געוואלט ס'זאל ווערן לעכטיג אינעם צימער
האט ער גענימען א שטעקן אין זיך גענימען שלאגן די טונקעלקייט פין שטוב ארויס צי טרייבן די טונקעלקייט
אין א אנדערע מענטש קומט אריין אין שטוב אין זעהט ווי דער מענטש האלט א שטעקן אין שלאגט די ליפט
פרעגט ער אים וואס וויל איר, וואס שלאגסטו די ליפט
זאגט ער אים איך וויל ארויס טרייבן די טינקעלקייט
זאגט אים דער אנדערער יוד אז מען וויל ליכטיג מאכן, איז דא גרינגערע וועג מען פארדרייט די ראלעטן ( ווינדאו שעידס) אין דעמאלס קומט אריין די זין אין ס'ווערט ליכטיג.....
אתרא קדישא זאגט אז זיי פרוברין אויך צי ראטעווען בתי חיים, אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי
זיי שלאגן זיי מאכן אן א חילול השם, דא זאגט ער פאר די ספאנישע אמבעסדאר אז זיי מאכן ווייטער א אינקוויזציע
דא גיין זיי אריין אינעם כנסת המינים
ווי אימער זיי לייגן אריין האנט איז דא א געפערליכע שאדן ווי אין ווילנא אין פוילן וכו.
ווייטער אדמת קודש האט יעדער ציגעזעהן דעס יאר ווי אלעס איז מיט א דעת תורה אין עלטערע רבנים
נישט אימזיסט זענען אלע דיפלאמאטען פין די וועלט גרייט מיטציארבעטן מיט זיי
מען בעט ווער ס'קען זאל זיך ווענדן צי די עסקנים אין ארויס העלפן צי זאם נעמען געלט
די זכותים זענען מורא'דיגע גרויס פאר אזא הייליגען טאג.
תוקן על ידי האקאבו ב- 24/09/2009 1:50:48


