די פושקע פון כולל שומרי החומות איז שוין לאנג לאנג נישט הייליג!
עס איז אזוי הייליג ווי די פושקע פון בית היתומים דיסקין, צו ווי די פושקע פון רבי מאיר שפירא ישיבה!
די אמאליגע הייליגע כולל שומרי החומות וואס מרן החתם סופר האט געגרינדערט לעבט שוין לאנג נישט, עס איז שוין לאנג טיף באגראבן אין דער ערד.
די היינטיגע כולל שומרי החומות האט מיט רבי מאיר בעל הנס, צו מיטן חתם סופר קיין שום שייכות.
עס האט א שייכות גענוי ווי תפארת קאקאש קעיק האט א שייכות מיט תפארת שבתפארת... צו ווי בית יוסף פיצא האט א שייכות מיטן הייליגען בית יוסף...
כולל שומרי החומות ליגט היינט אין די הענט פון א באנדע גנבים אנגעפירט דורכן הויפט גנב שלמה מייער, וואס פילן זיך אן די טאשן מיט געלט, זיי מאכן איבער 7 מיליאן דאלער שנאר א יאר, און גייט פרעגט די ארץ ישראל אידן זיי טיילן נישט דארט אויס פון אנהייב יאר ביזן סוף אפשר 300 טויזענט דאלער.
עס האט מיט אלקא דמאיר ענני נישט קיין שייכות, עס איז ווי איר ווארפט געלט אין מיסט, עס איז אלקא דגנבים ענני!
זייערע מוסדת נעמען היינט געלט פון די מדינה הטמאה, און כפי פסקו הגדול פון רביה"ק זי"ע טאר מען אזא מוסד נישט שטיצן, און נישט האבן קיין חלק דערמיט.
זייער כולל פון 80 אינגעלייט פון ירשולים און בית שמש אינאיינעם, נעמט עמטליך געלט פון די מדינה הטמאה.
זייער היים פאר אלטע אידן איז זיי א מעכטיגע אינקאם די מדינה הטמאה האלט עס אויף אינגאנצען.
די דענטיסט וואס זיי האלטן אויף ווער באצאלט דורך קופת חולים פון די מדינה.
דאס איינציגסטע וואס בלייבט איז די חלוקה פון 2 מאל א יאר וואס זיי טיילן, זיי געבן בערך אזוי 50 שקל פאר יעדע קינד, דאס איז בערך $12 א קינד!!! און פאר א טאטע מאמע באקומען יעדע באזינדער 100 שקל, דאס איז בערך $25!!
דאס מיינט אז א משפחה פון 5 קינדער גייט אהיים מיט בערך $62.50 פאר די 5 קינדער, און $50, פאר די טאטע און מאמע, אינאיינעם איז עס $112.50, דאס איז ממש ליצמות געמאכט פון ארעמעלייט.
און צו באקומען דעם ריזיגען סכום איז דא א גאנצע צעטיל מיט תנאים ווי:
מיט זיין א אפשטאמיגער פון אונגארן.
טאמער ער שטאמט פון רומעניע, פולין, אמעריקא, וכו' באקומט ער נישט קיין פעני.
א סאטמאר ירושלים איד וואס אזוי ווי איצט איז סאטמאר אין רומעניע... און זיין עלטער זיידע האט דארט געוואוינט, ממילא קען ער גארנישט באקומען.
נאר א ירושלים'ער איד קען באקומען, א אונגארישער איד וואס וואוינט אין בית שמש, בני ברק וכו' קען נישט באקומען.
מען דארף ברענגן א צעטיל פון די קהלה ווי מען באלאנגט אז מען איז א ארעמאן.
די סך הכל דערפון איז אז אפילו די אונגארישע נעמען עס שוין אויך נישט, ווייל מען דארף אדורך גיין אזאנע יסורי איוב און בזיונות.
אזוי גייען די גנבים אן און שנארן שנארן, און זינגען אלקא דמאיר ענני, רעדן איין דעם עולם גולם, אז מען שטיצט דא א הייליגע מוסד, בשעת די גאנצע זאך איז בלאף און שקר פון קאפ ביז פיס.
נעמט "להבדיל" בין גניבה לצדקה אזא איד ווי הרה"צ רבי זלמן אשכנזי שליט"א, וואס טיילט אויס איבער 3 מיליאן דאלער, צדקה פאר אידן אין ירושלים א יאר, יעדער באקומט נישט דא קיין אונגארישע, פולישע וכו'.
צו אזא איד ווי הרב שישא, צו ווי ר' משה היללער שבת פעקלעך.
צו ווי מוסדת יטב לב דסאטמאר, כולל ויואל משה דסאטמאר, כולל עצי חיים דסאטמאר, צו אלע ערליכע ארץ ישראל'דיגע מוסדות און כוללים, וואס פלאגן זיך מיט מסירות נפש ממש אנצוגיין, דאס זענען היינט די צדקות רבי מאיר בעל הנס, און די צדקה פון מרן החתם סופר זי"ע.
ווען איר גיט צדקה פאר זיי וועט אייך די זכות פון רבי מאיר בעל הנס באשטיין בכל מילי דמיטיב.
אלקא דמאיר ענני!