עס איז היינט פארגעקומען דער דריטער פראטעסט אין מאנהעטן קעגן מדינת ישראל, אין א קורצען אפשניט פון 3 וואכן.
ביים היינטיגן פראטעסט קעגן דעם ראש הממשלה ביבי נתני' און זיינע גזירות השמד ורדיפת הדת, האבן זיך גרופירט עטליכע מזרחי'ניקעס און אויפגעהויבן טעוועלעך קעגן די פרידליכע מוחים און זיי פארגעווארפען היתכן סאטמאר גייט אין ציוניסטישן געריכט אין די ממשלת הכופרים.
די יוגענטליכע אקטיווסטן פון די מזרחי אדער אנדערע פרא איזראעלי האבן געפאכעט מיט זייערע טעוועלעך, קעגן איבער די UN געביידע, אויף די ערשטע עוועניו און די 47'סטע גאס, א האלבן בלאק אוועק פון די סאטמארער מוחים.
בושה תכסה פנינו אז אויך דא אין ניו יארק, האבן זיך געיאוועט אזעלכע חברה וועלכע קומען זיך רייצען בעת מען מאכט א פראטעסט קעגן די ציוניסטישע מדינה, א שטייגער ווי געוויסע פאנאוויעזשער בחורים האבן געטאן בעבר אין בני ברק, בשעת עס זענען פארגעקומען מחאות קעגן די בחירות הטמאות פארגאנגענעם ווינטער.
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז גאנץ זיכער אז דער ראש הממשלה ביבי וועט אוודאי נישט וויסן פון די פאר מזרחי'ניקס מיט זייערע טעוועלך, אבער פאר אונז איז דאס א גרויסע בושה אין פנים, און א ווייטאג אין הארץ.
ווייל... דער אמת טוט וויי !
תוקן על ידי פארזיכטיג ב- 23/09/2009 6:38:45